אַקטיאָר מיכל יאַשינסקי לאַנצירט אייגנאַרטיקע ווידעאָ־סעריע אויף ייִדישActor Mikhl Yashinsky starts whimsical Yiddish video series
„ייִדיש לעבט“, געשאַפֿן דורכן אַרבעטער־רינג, באַנוצט זיך מיט אַנימירטע פֿילמען און אַפֿילו „אָטאָ־טון“, כּדי צו לערנען ייִדישע ווערטער.

Image by Workers Circle
וועגן מיכל יאַשינסקי האָב איך שוין געהאַט אַ סך געלעגנהייטן צו שרײַבן אינעם פֿאָרווערטס. איך קען אים שוין אַ זיבן־אַכט יאָר און יעדעס מאָל וואָס איך רעד מיט אים וועגן זײַנע טעטיקייטן איז דאָ אַ נײַער חידוש. דאָ רעדט זיך ניט וועגן טאַלאַנט — ער איז דאָך זייער טאַלענטירט און קיין צווייט־ראַנגיקער שטיק לאָזט ער ניט אַרויס. וואָס איז יאָ שטענדיק אַ חידוש מיט יאַשינסקי, און וואָס שיידט אים אונטער פֿון ס׳רובֿ טאַלאַנטירטע מענטשן, איז וויפֿל פֿאַרשידענע מינים זאַכן ער מאַכט אויף אַ הויכן ניוואָ
אַחוץ זײַן אַרבעט ווי אַ דראַמאַטורג, לידער־שרײַבער, אָפּערע־רעזשיסאָר, אַקטיאָר, זינגער וכדומה, איז יאַשינסקי אַ שפּראַכלערער בײַם פֿאַך. קיין חידוש ניט, אַז ער קען אויך צונויפֿשטעלן שפּראַכלעקציעס וואָס פֿאַרווײַלן דעם עולם. אָבער אויף אַזאַ פּראָיעקט ווי ”ייִדיש לעבט“, געשאַפֿן צוזאַמען מיטן אַרבעטער־רינג, האָב איך זיך ניט געריכט.
דער סטיל פֿון די ווידעאָס איז אוניקאַל, פֿריש, אַבסורד, סוררעאַליסטיש און זייער מאָדנע אויף דווקא אַ חנעוודיקן אופֿן. דער עפּיזאָד געווידמעט פֿרילינג, למשל, באַנוצט זיך מיט דער קאָמפּיוטער־פּראָגראַם ”אָטאָ־טון“, וואָס צעדרייט דעם קלאַנג פֿון זײַן זינגען אַזוי ווי, להבֿדיל, בײַם סוב־זשאַנער פֿון ראַפּ באַקאַנט ווי „טרעפּ“ (trap). אַנשטאָט אָבער ניהיליסטישע שטותערײַ וועגן פֿרויען, נאַרקאָטיק אָדער קרימינעלע אינטריגעס וואָס מע וואָלט געהערט אין אַ „טרעפּ“־ליד, זינגט יאַשינסקי וועגן די ייִדישע ווערטער, וואָס ”בליִען“ אויף אַ בוים. וואָס אַזוינס ”בליִען“? די ווערטער האָט ער אַליין פֿאַרשריבן אויף שטיקלעך פּאַפּיר אויסגעשניטן אין פֿאָרעם פֿון בלעטעלעך און צוגעבונדן צו אַ בוים, אַ מעטאַפֿאָר פֿאַרן פֿרילינג און לעבעדיקייט פֿון ייִדיש.
ווי איין צופֿרידענער צוקוקער האָט קאָמענטירט אויף יוטוב, איז דער ווידעאָ „מאָדנע אויף אַ וווּנדערלעכן אופֿן“.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
