די זיבן לאַנגע וואָכן פֿון ספֿירהThe seven long weeks of Sefira
דאָס נישט קענען הערן מוזיק האָט זיך געפֿילט ווי דאָס וווינען אין אַ הויז וווּ געדיכטע פֿאָרהאַנגען באַדעקן די פֿענצטער אַ גאַנצן טאָג.
דער גרויער אומעטיגער טאג האט פלוצלינג אויפגעלויכטן פאר מיר ווי מיט זון שטראלן… די רעגן טראפן האבן מיר דערמאנט די ווערטער פון מיין לערערין, און פול מיט שמחה בין איך געלאפן נעמען א גלעזל פון קאך, צו קענען אנזאמלען אביסל פון די ספירה רעגן. זי האט אונז געזאגט אז עס זענען דא גוטע סגולות אין דעם.
אלס יונג קינד האב איך קיינמאל נישט געצווייפלט אין די ווערטער פון מיינע לערערס. מיינע עלטערן זענען ערליכע און ארנטליכע מענטשן און איך האב זיי געטרויט, ממילא האב איך געמיינט אז אלע פרומע אידן אין מיין קליין שטעטעלע קען מען אויך געטרויען.
די זיבן לאנגע וואכן פון ספירה זענען ספעציעל שווער געווען, ווייל דורכאויס די גאנצע צייט איז מוזיק פארבאטן ביי פרומע אידן. עס האט זיך געפילט ווי צו וואוינען אין א הויז ווי געדיכטע פארהאנגען באדעקן די פענסטער יעדן טאג, נישט אריינלאזנדיג קיין ליכטיגקייט און פרישע לופט…
נגינה איז די שפראך פון די נשמה. איראניש, אז דאס ערשטע מאל וואס איך האב געהערט דעם באגריף איז געווען ביי די זיבעצן יאר אלט. די מנהלת פון מיין שולע האט מיר אריינגערופן אין איר אפיס מיר צו פרעגן אויב איך קען אנשרייבן א ליד פאר די יערליכע שפיל וועלכע די קינדער פון הויך שולע וועלן פארשטעלן. דאס איז געווען די נאמען פונ׳ם שפיל: ״נגינה – די שפראך פון די נשמה״. און עס האט מיר אנגעכאפט ווי א שאק ווען איך האב עס געהערט, ווייל עס האט מיר געגעבן די ווערטער זיך צו פארשטיין…
איך האב זיך געפילט איבערגליקליך, ווי אין זיבעטן הימל, ווייל געווענטליך איז דאס געווען א כבוד רעזערווירט פאר חשוב׳ע לערערינס און קיינמאל פריער האט א יונג מיידל דאס נישט געטון. איך האב געארבעט אומערמידליך, וואכן לאנג, צו שרייבן דעם ליד. עס האט געזאלט אויסדריקן די געפילן פון דוד המלך אין די צייט ווען ער האט נאך געפאשעט די שעפעלעך פון זיין טאט׳ן, נאך איידער ער איז געווארן דער קעניג ביי כלל ישראל.
דאָס ליד קענט איר הערן דאָ:
דוד המלך זינגט צום באשעפער
אוי אלמעכטיגער קעניג,
איך שטיי און איך קען נישט לויבן גענוג
אין אנו מספיקים
איך שפיר זיך גענצליך שטום
מיט וויפיל חסד דו נעמסט מיר ארום
אוי אוי אוי אוי אוי אוי
אך, מיין שבח
ווי א טראפ אין טייך
נישטא א שפראך
גענוג רייך
מיין הארף
געבליבן מיר
איז נאר איר
נעמען אפיר
און אין א שיר
אויסדריקן פאר דיר
אלעס וואס איך שפיר
איינזאם אליין, איך בין געבליבן
פון עלטערן׳ס הויז פארטריבן
באזייטיגט צושטאכן
צוקלאפט צובראכן
אן א שיעור, גע׳רודפ׳ט מיר,
ביי יעדע ריר
אנגעזאפט מיט פיין
אין וואלד דארט אריין
אויסגערעדט און געשריגן צו דיר אליין
פאר דיר אויסגעוויינט
פון אייביג ביז היינט
נאר דו ביזט מיין איינציגסטער אמת׳ער פריינט
פארשטייסט מיר גוט
און דו פילסט מיט
נאך פיל מער ווי אייגן בלוט
און דו טאטע האסט מיר קיינמאל נישט פארלאזט.
ווי זיס איז דער טעם
מיט שעפעלעך צוזאם
איינער, צווישן בערג און שטיינער…
נאנט צו די בריאה
האב איך די זכי׳
צו דינען דיר אן קיין מניעה
אחת שאלתי
איינציגסטער האר
מיין בענקשאפט צו דיר איז אין לשער
מיין וואונטש און מיין שטרעבן
נחת דיר געבן
דאס איז מיין איינציגסטע חיות אין לעבן
גאלדענע טאצן, מיט פאלאצן,
ווער דארף כבוד? ווער דארף געלט?
איך וויל נאר זיין נאנט צו דיר בורא פון דער וועלט.
מיין קאריערע פון שרייבן לידער האט זיך דאן אנגעהויבן.
וויבאלד שפילן אויף מוזיקאלישע אינסטרומענטן איז נישט געווען אנגענומען אין אונזער שטוב, ווער רעדט נאך זיך צו לערנען מוזיק, ממילא פלעג איך צופאסן מיינע לירישע שאפונגען צו באקאנטע חסידישע מעלאדיעס. עס האט מיר געגעבן א שטיק חיות אויסצודריקן מיינע געפילן אין א ליד און צו קענען דערמיט דערקוויקן אנדערע.
מענטשן פלעגן מיר אפשטעלן אין גאס און דערציילן אז זיי וועקן זיך אויף אינדערפרי מיט מיין ליד און עס בלאזט אין זיי אריין א פרישע געמיט. דאס איז געווען דער בעסטער דאנק וואס איך וואלט זיך געקענט וואונטשן.
יארן שפעטער, לאנג נאכדעם וואס איך האב זיך שוין געהאט אוועקגעצויגן פון טאש, בין איך אמאל אנגעקומען שפעט מיט מיין טאכטער אין שולע. די קינדער זענען אלע געווען פארזאמלט אין גימנאזיום און א פרייליכע מוזיק האט געשפילט בשעת זיי האבן געמאכט אינטרעסאנטע איבונגען מיט טאבעס [באלעמס]… ארויסגייענדיג פון דארט נאכ׳ן געזעגענען זיך מיט מיין טעכטער׳ל האב איך נישט געקענט איינהאלטן די טרערן, ווייל אין די זעלבע צייט וואס איך האב געפילט אזוי פרייליך איבער די וואונדערליכע געלעגנהייטן וואס מיינע קינדער האבן א דאנק דעם וואס איך האב זיי ארויסגענומען פון די חסידיש׳ע מוסדות פון טאש און מאנטרעאל, האט אבער די טיפע ווייטאג גענאגט אין הארץ: פארוואס קענען נישט אלע קינדער זוכה זיין צו האבן אזא זארגלאזע קינדהייט ווי זיי קענען שפילן און פארברענגען אויף אזא אופן אין שולע? הונדערטער קינדער זיצן איבערגעבויגן איבער זייער הילצערנע טישל אין חדר ווי זיי דארפן חזר׳ן חומש, רש׳׳י, גמרא און תוספות פון פריען באגינען ביז שפעט אין אוונט, אן דעם וואס זיי זאלן ערלויבט זיין צו לעבן און שפילן ווי ס׳איז וויכטיג פאר קינדער. ווער רעדט נאך פון די קלעפ וואס דער מלמד טיילט רעכטס און לינקס ווען די קינדער פירן זיך אויף סתם ווי קינדער, און זיי ווילן נישט איינזיצן אזויפיל שעה׳ן ווי א ראבאט…
היינט שפילן מיינע קינדער אינסטרומענטן און עס ברענגט מיר פיל נחת צו זען ווי זיי בליען, אבער איך קען נישט רוען ווילאנג יעדעס חסידיש קינד וועט נישט באקומען די געלעגנהייט צו האבן די קינדער יארן וואס קומט אים ערליך.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO