קאָמיקער שמעון דזשיגאַן לייענט פֿאָר אַ בריוו פֿון מנחם־מענדלComic Shimon Dzigan reads a letter from Menachem Mendel
אַ סך קאָמיקער האָבן פֿאָרגעלייענט פֿון די ווערק פֿון שלום־עליכם, אָבער די דערציילונג האָט אַן אַנדער טעם אין דזשיגאַנס היימישן לאָדזשער ייִדיש.

Graphic by Angelie Zaslavsky
שוין עטלעכע יאָר וואָס אין „עונג־שבת“ שטעל איך אַרויף צו שלום־עליכמס יאָרצײַט די איינציקע (צום באַדויערן) רעקאָרדירונגען פֿון זײַן קול און עטלעכע רעפֿעראַטן און פֿאָרלייענונגען פֿון דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאָל“ לזכר אים. טאָמער האָט איר זיי פֿאַרפֿעלט, קענט איר ווײַטער זיך צוצוהערן צו יענע רעקאָרדירונגען דאָ.
הײַיאָר האָב איך אָבער געוואָלט זיך טיילן מיט עפּעס ווייניקער באַקאַנט און איך האָב געפֿונען, און טאַקע אין דער לעצטער מינוט, אַן אוצר.
שמעון דזשיגאַן איז הײַנט באַקאַנט ווי אַ קאָמיקער און אַקטיאָר וואָס האָט אויפֿגעטראָטן צוזאַמען מיט זײַן לאַנגיאָריקן פּאַרטנער ישׂראל שומאַכער, אָבער ער איז אויך געווען אַ גלענצנדיקער פֿאָרלייענער און רעציטאַטאָר פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. ווי מע קען זען אין זײַן פֿילם „אונדזערע קינדער“, האָט ער געהאַלטן אַ וועלט פֿון שלום־עליכמען, און זעלטן ווען פֿאַרפֿעלט אַ געלעגנהייט צו באַקענען ייִדישע קינדער מיט זײַנע ווערק.
אין דער רעקאָרדירונג, אויבן, וואָס מע האָט געמאַכט אין ישׂראל אין די 1960ער יאָרן און ווידער אַרויסגעלאָזט אויף אַ קאַסעט ייִדישער קאָמעדיע אין 1992, קען מען הערן ווי דזשיגאַן לייענט פֿאָר די בריוו פֿון שלום־עליכמס העלד מנחם־מענדל, צום שרײַבער אַליין אויף זײַן היימישן לאָדזשער ייִדיש. געוויינטלעך שטעלן די אַקטיאָרן פֿאָר מנחם־מענדל ווי אַ טיפּש, וואָס האַלט פֿון זיך אַ וועלט און פֿאַרשטייט ניט אַז ער גראָבט זיך אַליין אונטער. דזשיגאַנס מנחם־מענדל האָט אַן אַנדער טעם — מע קען דערקענען אין זײַן קול אַז ער ווייסט אַז ער איז אַליין שולדיק אין זײַנע צרות אָבער ער באַקלאָגט זיך פֿאָרט ווײַטער. אַזוי ווי אַלע דזשיגאַנס העלדן, דערקענט מען פֿון זײַן האַלב־שטיפֿערישן טאָן, אַז אויך ער לאַכט צוזאַמען מיטן עולם.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
