שלום־עליכמס אױפֿטריט אין װיטעבסק אין 1908Sholem Aleichem takes the stage in Vitebsk, 1908
אין דער ערשטער רײ איז געזעסן דער פּאָליצײ־מײַסטער — אַ הױכער באַלײַבטער מענטש, אָנגעטאָן אין אַ שינעל מיט בלישטשענדיקע קנעפּלעך.
מײַ איז דער חודש, װען די ליבהאָבער פֿון ייִדישער ליטעראַטור איבער דער גאָרער װעלט מערקן אָפּ דעם יאָרצײַט פֿון שלום־עליכם. צום באַדױערן, מחמת דער קאָראָנאַ־װירוס־מגפֿה, קומט די װיכטיקע געשעעניש הײַיאָר פֿאָר אין די טשודנע קאַראַנטין־באַדינגונגען, װען מע האָט בטל געמאַכט אַלע עפֿנטלעכע אונטערנעמונגען, און אַן אומגעהײַער גרױסע צאָל מענטשן לעבן אָפּגעזונדערט, זיצנדיק זיך גאַנצענע טעג זעלבסט־פֿאַרשפּאַרט אין דער הײם און נאָר זעלטן אַרױסגײענדיק אױף דער גאַס מיט אָנגעטאָנענע שיצמאַסקעס און הענטשקעס. לאָמיר האָפֿן, אַז אונדזער לעבן װעט זיך װאָס גיכער אומקערן צום נאָרמאַלן מצבֿ און מיר װעלן קענען װידער אַ מאָל זיך פֿאַרזאַמלען אױף אמתע (ניט בלױז װירטועלע) קולטור־אימפּרעזעס מיט מאַסיװע עולמס, בתוכם — די קומענדיקע שלום־עליכמס יאָרצײַטן!
שױן לאַנג בין איך געװען פֿאַראינטערעסירט אין ידיעות מכּוח שלום־עליכמס ליטעראַרישע גאַסטראָלן אין מײַנע הײמישע מקומות אין רײַסן און באַזונדערס אין װיטעבסק, די גובערניע־שטאָט אױף די ברעגן פֿון מערבֿ־דװינע, װאָס בײַם סוף 19טן יאָרהונדערט זײַנען אַן ערך 52% פֿון אירע תּושבים געװען ייִדן. ער אַלײן האָט דערצײלט דערפֿון אין זײַן „מעשׂה פֿון דרײַ שטעט“. װעגן דעם שרײַבערס אױפֿטריט אין אָט דער שטאָט האָט אױך געשריבן אַמאָל מײַן װיטעבסקער בן־עיר, דער װעלט־באַרימטער קינסטלער, מאַרק שאַגאַל.
לאָמיר איצטער באַקענען די פֿאָרװערטס־לײענער מיט די דערמאָנונגען פֿון אַן אַנדער עדות פֿון אָט דער געשעעניש. עס גײט דאָ די רײד װעגן די זכרונות פֿון יעקבֿ שײנין, דאַמאָלסט אַ יונגער װיטעבסקער תּושבֿ, װעלכער האָט שפּעטער במשך פֿון לאַנגע יאָרן זיך פֿאַרנומען מיטן זאַמלען נוסחאָות פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר. די דאָזיקע זכרונות זײַנען אָנגעשריבן געװאָרן אין 1959 צום הונדערטסטן געבורטסטאָג פֿון שלום־עליכם. מע האָט זײ געפֿונען אין שײנינס אַרכיװ און פֿאַרעפֿנטלעכט אין 2016 אינעם 35סטן נומער פֿונעם ייִדישן רוסיש־שפּראַכיקן זשורנאַל Мишпоха (משפּחה), װאָס דערשײַנט אין װיטעבסק זינט 1995. דער װײַטערדיקער טעקסט פֿון די זכרונות איז איבערגעזעצט געװאָרן פֿון רוסיש פֿון אַני־הקטן:
ס’איז געװען אַ געטומל אין װיטעבסק.
מע האָט גערױשט און גערעדט אין די דושנע װאַרשטאַטן פֿון נײטאָרינס, אױף דער בערשטלהאָר־פֿאַבריק צופֿוסנס פֿונעם באַרג מיטן גובערנאַטאָר־פּאַלאַץ, אױף זאַמקאָװע גאַס, אין די אַרבעטער־סלאָבאָדקעס 1, אין די לוטשאָסע־ראַיאָנען 2, אינעם פּראָלעטאַרישן גאָרטן.
און אומעטום אײנס און דאָס זעלבע: „צי האָט איר אַ בילעט אױף שלום־עליכמען? װוּ קען מען קריגן אַ בילעט, האַ? צי האָט איר אַן איבעריקן בילעט?‟
„ניטאָ קײן איבעריקע בילעטן, אין גאַנצן איז גאָרנישט ניט געבליבן‟ — האָט מען געטעהנט אינעם לאָקאַל פֿון דער ייִדישער ליטעראַרישער געזעלשאַפֿט אױפֿן נאָמען פֿון יצחק־לײבוש פּרץ, װאָס אױף סמאָלענסקע גאַס. דער אָרגאַניזאַטאָר פֿון שלום־עליכמס אױפֿטריט, ד״ר גריגאָרי ברוק, האָט בשום־אופֿן ניט געקענט איבערצײַגן די בעטערס: „איר פֿאַרשטײט, דער זאַל פֿון דער אַדליגער פֿאַרזאַמלונג װעט איבערגעפּאַקט װערן, אַלע דורכגאַנגען װעלן זײַן פֿאַרנומען, װײַל מע האָט אַרױסגעגעבן מער בילעטן װי מע האָט געדאַרפֿט. כ’מײן, איר װילט דאָך ניט, אַז די פּאָליצײ זאָל פֿאַרווערן זײַן אױפֿטריט? דאָך מיט גרױס מאַטערניש האָט זיך אונדז אײַנגעגעבן צו באַקומען די דערלױבעניש.‟
טאַקע באמת, ס’האָט דער י. ל. פּרץ־געזעלשאַפֿט אָפּגעקאָסט אַ סך מי צו באַקומען פֿונעם װיטעבסקער פּאָליצײ־מײַסטער 3 אַ דערלױבעניש אױף שלום־עליכמס אױפֿטריט. בלױז נאָך דעם װי מע האָט אים איבערגעזעצט דעם אינהאַלט פֿונעם שרײַבערס דערצײלונג „דער פּריזיװ“, האָט ער, סוף־כּל־סוף, געגעבן די הסכּמה און געזאָגט: „איכ’ל קומען אַלײן. כ’װיל הערן. מע זאָגט, דאָס איז זײער פֿרײלעך.‟
„זײַט אַזױ גוט, אײַער כּבוד הער פּאָליצײ־מײַסטער! ברוך הבא, זײַט אונדז מזכּה מיט אײַער באַזוך.‟
װיטעבסק האָט זיך געגרײט צום באַגעגעניש מיטן שרײַבער שלום־עליכם. באַזונדערס אין עק שטאָט — אין די אַרבעטער־סלאָבאָדקעס און לוטשאָסע־ראַיאָנען. די בחורים פֿון די סלאָבאָדקעס, אַרבעטער און בעל־מלאָכות, האָבן געפּוצט די שטיװל מיט װאַקס. בכדי אױסצוזען נשקשהדיק, האָבן די אָרעמע מײדלעך אָנגעטאָן די בעסטע מלבושים פֿון זײערע קופֿערטן. די נײטאָרין בת־שבע האָט דרינגלעך גענײט אַ פֿולע סאַטינאָװע העמדן פֿאַר סלאָבאָדסקע יאַטן. מע האָט זיך געסטאַרעט אױסצוזען עלעגאַנט, ניט פֿאַרשעמט צו װערן פֿאַר לײַטן: זײ גײען דאָך ניט סתּם ערגעץ־װוּ, נאָר אין אַדליגער פֿאַרזאַמלונג אַרײַן, און ניט צו זען פּשוט עמעצן, נאָר דעם ייִדישן שריפֿטשטעלער שלום־עליכם גופֿא.
בעת שלום־עליכמס אױפֿטריט אין אַ זומערדיקן אָװנט אינעם יאָר 1908, איז געשטאַנען אַ גרױסער המון מענטשן אָן בילעטן לעבן דעם בנין פֿון דער װיטעבסקער שטאָט־אופּראַװע, װוּ ס׳האָט זיך געפֿונען דער זאַל פֿון דער אַדליגער פֿאַרזאַמלונג. און דער זאַל אַלײן איז געװען פֿול געפּאַקט מיט לײַט װי מיט הערינג אין אַ פֿאַס.
מע האָט געװאַרט מיט אומגעדולד.
לסוף, האָט מען געעפֿנט דעם פֿאָרהאַנג און שלום־עליכם איז אַרױפֿגעקומען טראָגנדיק פּענסנע־ברילן מיט אַ שװאַרץ שנירל, אין אַ שװאַרצן סורדוט, מיט לאַנגע האָר אױפֿן קאָפּ, אין אַ װײַס פֿאָרהעמדל מיט מאַנזשעטן אױף די הענט.
דער דונער פֿון אַפּלאָדיסמענטן האָט לאַנג געהילכט איבערן זאַל.
אין מיטן פֿון דער ערשטער רײ איז געזעסן דער פּאָליצײ־מײַסטער גופֿא — אַ הױכער באַלײַבטער מענטש מיט אַ בײַכל, אָנגעטאָן אין שינעל מיט בלישטשנדיקע קנעפּלעך.
אױף דער בינע איז געװען דער אײנציקער שטול, װאָס הינטער זײַן אָנלען איז געשטאַנען שלום־עליכם. אַ לאַנגע צײַט ער האָט ניט געקענט אָנהײבן. דאַן האָט ער געזאָגט: „אָט דאָס דאָזיקע קנעפּל איז שטאַרק ניט צופֿרידן מיט אײַך, װאָס איר רױשט…כ’װעל זאָגן הער פּאָליצײ־מײַסטער, פֿאַרװאָס איר זײַט אַזױ אומרויִק. אפֿשר דערפֿאַר װאָס איר זײַט ניט צופֿרידן טאַקע מיט אים?… “
”װי איר זעט, איז ער אַ גאַנץ סימפּאַטישער פּאַרשױן. ער קען, פֿונדעסטװעגן, פֿאַרשטעקן אײַך, אומגעהאָרכזאַמע מענטשן… אָט איז דאָס דאָזיקע קנעפּל“ און ער האָט געװיזן אױף דעם פּאָליצײ־מײַסטער.
עס האָט אויסגעבראָכן אַ געלעכטער מיט נאָך מער אַפּלאָדיסמענטן.
„וואָס, איר אַפּלאָדירט מ י ך? מע דאַרף בעסער א י ם אַפּלאָדירן… דאָס הײסט, דעם קנעפּל… װאָס פֿאַר אַ שײַכות האָט עס צו מיר? כ’פֿאַרשטײ עס ניט‟ — האָט ער אַ צי געטאָן מיט די פּלײצעס.
דער געלעכטער איז געװאָרן נאָך שטאַרקער.
„נו, זײַט זשע מיר שאַ און שטיל, מײַנע קינדער, הערט שױן אױף צו שטיפֿן.‟
סוף־כּל־סוף, האָט דער עולם זיך באַרויִקט און שלום־עליכם האָט אָנגעהױבן פֿאָרצולײענען דעם „פּריזיװ“. דער עולם האָט געלאַכט, און דער פּאָליצײ־מײַסטער גופֿא האָט הילכיק געלאַכט מיטן פֿולן מױל, אָנכאַפּנדיק זיך פֿאַרן בױך, און אַזש אױפֿגעציטערט פֿון צײַט צו צײַט.
שלום־עליכם איז געווען אַן אויסגעצייכנטער רעציטאַטאָר.
דער פּאָליצײ־מײַסטער האָט געזאָגט זײַן שכן, דעם שעף פֿונעם אָרטיקן פּאָליצײ־צירקל: „דאַכט זיך, ניט קײן גרױס ייִדל, נאָר אָט אַזױ פֿיל געלעכטער פֿון אים, האַ?“
װען שלום־עליכם האָט פֿאַרענדיקט פֿאָרצולײענען, האָט מען אים אַ סך מאָל אַרױסגערופֿן, זיך געטומלט לעבן דער בינע, געפֿאָדערט: „לײענט נאָך!“ האָט ער ווײַטער געלײענט.
”איך קען שױן מער ניט, מײַנע קינדער! איך קען ניט, איר פֿאַרשטײט! לאָזט מיך שװענקען דעם גאָרגל!‟…
דער עולם האָט אים אָבער װײַטער אַרױסגערופֿן. ער איז אַרױסגעקומען עטלעכע מאָל, נאָר ניט געלײענט. מע האָט אים פּשוט געװאָלט זען!
„נו, גײט פֿאַנאַנדער,‟ האָט אָנגעהױבן שרײַען דער שעף פֿון פּאָליצײ־צירקל לױטן פּאָליצײ־מײַסטערס באַפֿעל. „איך זאָג, גײט פֿאַנאַנדער! מע דאַרף באַפֿרײַען דעם זאַל תּיכּף־ומיד!‟ און די פּאָליציאַנטן האָבן אַרױסגעטריבן דעם עולם.
אין דרױסן האָט דער המון געוואַרט אױף שלום־עליכמען. װען ער איז לסוף אַרױסגעקומען האָט מען אים אַרומגערינגעלט, געדריקט אים די האַנט, געצױגן זיך צו אים, זיך געשטופּט, כּדי צו קענען אים בעסער זען פֿון דער נאָענט. מע האָט אים ניט געגעבן די מעגלעכקײט צוצוגײן צו אַ פֿורמאַן.
די פּאָליציאַנטן האָבן גענומען זיך דורכצושלאָגן דורכן המון און אַרומגערינגלט שלום־עליכמען שורותװײַז.
„אָט כ’האָב זיך אָנגעלײענט אױף מײַן קאָפּ. גיט אַ קוק װי אַזױ די פּאָליציאַנטן פֿירן מיך ׳מיט כּבוד׳. פֿאַרפֿאַלן, כ’בין פֿאַרפֿאַלן…האָט זשע אױף מיר רחמנות, כ’האָב דאָך אַ װײַב מיט קינדער…“
דער עולם איז געלאָפֿן נאָכן פֿורמאַן גלײַך װי מע האָט געװאָלט פֿאַרהאַלטן שלום־עליכמען, כּדי צו געבן אַ קוק אױף אים נאָך אַ מאָל און װידער אַ מאָל.
נאָך אַ לאַנגע צײַט האָט מען גערעדט אין װיטעבסק װעגן יענעם אָוונט.
1 סלאָבאָדקע: געװיסע פֿאָרשטעט אָדער טײלן פֿון אַ שטאָט גופֿא.
2 לוטשאָסע: דער נאָמען פֿון אַ בײַטײַך פֿון מערבֿ־דװינע און אַ ראַיאָן אין װיטעבסק.
3 פּאָליציי־מײַסטער: דער שעף פֿון פּאָליצײ אין גובערניע־צענטערס און אײניקע גרױסע שטעט אין דעמאָלטיקן רוסלאַנד.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO