אַן „אַנטיפֿאַ“־צווײַג וואָס איז געווען ציוניסטיש און גערעדט ייִדישThis antifa group was Zionist and spoke Yiddish
די אָרגאַניזאַציע, געשאַפֿן אין 1943, האָט געפּריידיקט אַחדות צווישן ייִדן און אַראַבער און געזאַמלט געלט צו שטיצן די רויטע אַרמיי.
דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט דאָנאַלד טראָמפּ האָט לעצטנס באַשולדיקט אַן אומדערוואַרטן שׂונא אין די פּראָטעסטן און אומרוען איבערן לאַנד: אַנטיפֿאַ.
ווען טראָמפּ האָט פֿאַרצייכט אַנטיפֿאַ ווי אַ טעראָריסטישע גרופּע, האָב איך זיך שיִער ניט צעלאַכט ווײַל עס עקסיסטירט ניט אַזאַ אָרגאַניזאַציע בכלל. אַנטיפֿאַ איז גיכער אַן אידעאָלאָגיע, וואָס האַלט אַז מע דאַרף תּמיד באַקעמפֿן דעם פֿאַשיזם, איידער אַן אָרגאַניזירטע באַוועגונג, וואָס טוט עפּעס קאָנקרעטס. דאָס אָנרופֿן אַנטיפֿאַ אַ טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציע איז גלײַך ווי דאָס אָנרופֿן דעם קאַפּיטאַליזם, צי די דעמאָקראַטיע, אַ באַוועגונג. אַנדערש געזאָגט: יעדער איינער וואָס האָט געקעמפֿט אין דער אַמעריקאַנער אַרמיי בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה קען באַטראַכט ווערן ווי אַן „אַנטיפֿאַשיסט“.
כאָטש ס׳איז ניטאָ קיין איין באַוועגונג וואָס הייסט אַנטיפֿאַ, האָבן אַ סך גרופּעס מיט פֿאַרשידנאַרטיקע צילן און מעטאָדן געטראָגן דעם נאָמען אין די 1930ער און 1940ער יאָרן. די ערשטע אַנטיפֿאַ איז געווען אַ קאָמוניסטישע אַנטי־נאַציסטישע אָרגאַניזאַציע אין דײַטשלאַנד מיטן נאָמען „אַנטיפֿאַשיסטישע אַקציע“, וואָס איז געווען אַקטיוו אין 1932 און 1933. די אָרגאַניזאַציע האָט אינספּירירט אַנדערע גרופּעס אין אַ טוץ לענדער, אַרײַנגערעכנט עטלעכע ייִדישע גרופּעס, וואָס האָבן אַדאָפּטירט דעם נאָמען.
לעצטנס האָט זיך באַוויזן אויף פֿייסבוק און טוויטער אַן אינטערעסאַנטער דאָקומענט אויף ייִדיש און העברעיִש, וואָס גיט איבער די עיקר־פּרינציפּן פֿון דער ארץ־ישׂראלדיקער אַנטיפֿאַ. אָט דעם אַנטיפֿאַ־צווײַג איז געשאַפֿן געוואָרן דורכן „לינקן פּועלי ציון“ 1943, כּדי צו העלפֿן די ייִדישע פּליטים וואָס האָבן געליטן פֿונעם פֿאַשיזם. אַזוי ווי אַלע טעטיקייטן פֿונעם „לינקן פּועלי ציון“ אין יענע יאָרן, האָט זײַן אַנטיפֿאַ־צווײַג אַרײַנגענומען סײַ ייִדן, סײַ אַראַבער ווי מיטגלידער. להיפּוך צום „מופֿטי“ און אַנדערע פּאַלעסטינער פֿירער, וואָס האָבן געשטיצט די דײַטשן, האָבן די פּאַלעסטינער מיטגלידער פֿון דער צוויי־פֿעלקערישער אַנטיפֿאַ־אָרגאַניזאַציע ווערבירט אַנדערע אַראַבער צו קעמפֿן קעגן די דײַטשן, און געשאַפֿן געלט צו שטיצן די רויטע אַרמיי. די אָרגאַניזאַציע האָט אויך געפּריידיקט עקאָנאָמישע צוזאַמענאַרבעט צווישן ייִדן און פּאַלעסטינער, און געשטרעבט צו אינטעגרירן די „הסתּדרות“, דעם צענטראַלן אַרבעטער־פֿאַראיין אין ישׂראל.
אַחוצן אָרגאַניזירן מיטינגען און קאָנפֿערענצן, האָט די אָרגאַניזאַציע אונטערגעשטיצט אירע טעטיקייטן דורכן פֿאַרקויפֿן פּאָסטמאַרקעס פֿאַר אירע אָנהענגער אין אויסלאַנד.
אָט איז דער טעקסט פֿונעם דאָקומענט:
יסודות פֿון אַנטיפֿאַ
1. אַנטיפֿאַ איז אָפֿן פֿאַר יעדן אַרבעטער און בירגער, אָן אונטערשייד פֿון פּאָליטישער ריכטונג, וואָס אָנערקענט די נייטיקייט צו קעמפֿן מיטן פֿאַשיזם און אַנטיסעמיטישן גיפֿט, וואָס אָנערקענט די סאָלידאַריטעט פֿון די נאַציאָנאַלע און סאָציאַלע אינטערעסן פֿון אַלע אַרבעטער אָן אונטערשייד פֿון פֿאָלק און רעליגיע.
2. ס׳איז נישטאָ קיין פּלאַץ אין אַנטיפֿאַ פֿאַר די אַלע, וואָס זײַנען אַ שׂונא צום ייִדישן אַרבעטער, צו דער ייִדישער אַרבעטער אײַנוואַנדערונג און איר פֿאַרוואָרצלונג אין לאַנד, און פֿאַר די אַלע וואָס זײַנען אַ שׂונא צום אַראַבישן אַרבעטער און זײַן אויפֿשטײַג אין לאַנד.
3. אַנטיפֿאַ שטעלט זיך צום ציל: שמידן דעם אַנטיפֿאַשיסטישן כּוח אין לאַנד קעגנאיבער דעם פֿאַשיזם און שאָוויניזם אויף דער ייִדישער און אַראַבישער גאַס. געבן מיר ברודער־הילף די קרבנות פֿון פֿאַשיזם און אַנטיסעמיטיזם.
4. אַנטיפֿאַ שליסט אײַן די אַרבעטערשאַפֿט אין לאַנד צו דעם אַלוועלטלעכן אַנטיפֿאַשיסטישן קאַמף.
ווײַטער אינעם דאָקומענט געפֿינט מען אַ דעקלעראַציע, וואָס אַלע קאַנדידאַטן אויף צו ווערן מיטגלידער פֿון אַנטיפֿאַ האָבן געדאַרפֿט זיך אונטערשרײַבן, ווי אויך אַ שורה, וווּ חבֿרים־מיטגלידער האָבן געדאַרפֿט זיך אונטערשרײַבן, כּדי צו רעקאָמענדירן דעם קאַנדידאַט.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO