צוויי רעפֿעראַטן אָנלײַן וועגן ראַסע אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטורTwo online lectures on race in American Yiddish literature
מאַרק קאַפּלאַן און מערל באַכמאַן ווײַזן ווי די ייִדישע שרײַבער אין אַמעריקע האָבן געשילדערט גוואַלד־מעשׂים קעגן אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער.

Graphic by Angelie Zaslavsky
אין אַ צײַט ווען די רעכט פֿון אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער זענען געוואָרן די הויפּטטעמע אויפֿן נאַציאָנאַלן סדר־היום, איז אינטערעסאַנט צו זען ווי ייִדישע שרײַבער האָבן באַשריבן די ראַסע־באַציִונגען מיט דורות צוריק.
פּונקט אַזעלכע פּראָגראַמען אָרגאַניזירט די טעג די קולטור־טוערין און דראַמאַטורגין, יאַנאַ מאַזורקיעוויטש־מײַסאַראָש, וואָס פֿירט אָן מיט דער סאַן־דיעגאָער אָרגאַניזאַציע YAAANA (ראָשי־תּיבֿות פֿאַר „אָרגאַניזאַציע פֿאַר ייִדישער קונסט און אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען אין צפֿון־אַמעריקע).
איינע פֿון די אונטערנעמונגען — אַ פֿאָרלייענונג פֿון יוסף אָפּאַטאָשוס קורצער דערציילונג, ”לינטשערײַ“ — קען מען איצט זען אויף אַ ווידעאָ. עס לייענט די דערציילונג ד״ר מאַרק קאַפּלאַן, אַ לאַנגיאָריקער פֿאָרשער פֿון אַמעריקאַנער ייִדישע ליטעראַרישע ווערק וואָס שילדערן די באַציִונגען צווישן ייִדן און אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער און די סעגרעגאַציע און גוואַלד־מעשׂים קעגן אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער. אינעם ווידעאָ דערקלערט קאַפּלאַן, אַז הגם אָפּאַטאָשו האָט אָנגעשריבן די דערציילונג ווי אַ פֿאַרדאַמונג פֿונעם אַמעריקאַנער ראַסיזם, זענען געוויסע פֿון זײַנע אויספֿירן און אימאַזשן אַליין געווען שטאַרק באַווירקט פֿון ראַסיסטישע געדאַנקען.
פֿרײַטיק, דעם 12טן יוני, וועט ד׳׳ר מערל באַכמאַן, די מחברטע פֿונעם בוך Recovering Yiddishland: Threshold Moments in American Literature (דאָס ווידער אַנטפּלעקן ייִדישלאַנד: וויכטיקע מאָמענטן אין דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור) אַרומרעדן ווי אַזוי ייִדישע פּאָעטן אין אַמעריקע האָבן געשילדערט דעם אַמעריקאַנער ראַסיזם. זי וועט דערקלערן, ווי אַזוי דאָס קומען פֿון אַ געזעלשאַפֿט וווּ מע האָט ניט געזען קיין מענטשן פֿון אַפֿריקאַנער אָפּשטאַם אָבער יאָ עדות געווען אויף אַנטיסעמיטיזם, האָט באַווירקט ווי אַזוי די אַמעריקאַנער ייִדישע פּאָעטן האָבן באַטראַכט דעם ראַסיזם אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען צוויי אַ זייגער ניו־יאָרקער צײַט.
זינט מענטשן זענען פֿאַרשפּאַרט געוואָרן אין שטוב מיט צוויי חדשים צוריק, פֿירט YAAANA דורך, יעדע וואָך, פּראָגראַמען אויף ייִדיש און ענגליש געווידמעט דער ייִדישער קולטור, וואָס ווערן דערנאָך אַרויפֿגעשטעלט ווי אַ ווידעאָ. צווישן די ווידעאָס קען מען איצט זען: אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש וועגן שמעון דזשיגאַן, פֿון ד״ר מרים אײַזיקס און אַן אינטערוויו אויף ייִדיש מיטן זינגער קאַרסטן טרויקע.
די אָרגאַניזאַציע פֿירט אויך דורך לייענקרײַזן און יאָגע־לעקציעס אויף ייִדיש, און פּראָגראַמען פֿאַר קינדער.
נאָך אינפֿאָרמאַציע, באַזוכט.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
