אַ פּאָעט אין גלות — אַ טרער אויף וולאַדעקס קבֿרA poet in exile: a tear on Vladeck’s grave
ווי אַזוי דער בונדישער פֿירער ברוך וולאַדעק איז געווען גאָר אַנדערש פֿון אַ סך אַנדערע כּלל־טוער.
דער אַרטיקל איז לכתּחילה דערשינען דעם 11טן נאָוועמבער 1938.
אַחוץ אַב קאַהאַן אַליין איז ברוך נחמן וולאַדעק געווען די וויכטיקסטע געזעלשאַפֿטלעכע פֿיגור אין דער פֿאָרווערטס־אַדמיניסטראַציע. אַ פּאָעט און רעוואָלוציאָנער אין רוסלאַנד, איז ער געקומען קיין אַמעריקע אין 1908 און איז באַלד געוואָרן אַ מיטאַרבעטער אינעם פֿאָרווערטס. פֿון 1918 ביז זײַן פֿריצײַטיקן טויט אין 1938 איז ער געווען דער הויפּט־פֿאַרוואַלטער פֿון דער צײַטונג און קאַהאַנס רעכטער האַנט.
ער איז אויך צוויי מאָל געווען אַ מיטגליד פֿון דער ניו־יאָרקער שטאָטראָט (לכתּחילה ווי אַ סאָציאַליסט פֿון 1917 ביז 1921, דערנאָך ווי אַ דעפּוטאַט פֿון דער „אַמעריקאַנער אַרבעטער־פּאַרטיי“ פֿון 1937 ביז זײַן פּטירה). ווי אַ כּלל־טוער און פּאָליטיקער איז ער געווען אַקטיוו אינעם שאַפֿן הײַזער פֿאַר אָרעמע אַרבעטער און אימיגראַנטן און איז געווען דער גרינדער און אָנפֿירער פֿונעם „ייִדישן אַרבעטער־קאָמיטעט“. זײַנע עלטערע ברידער זענען געווען דער ליטעראַטור־קריטיקער שמואל טשאַרני און דער פּאָעט דניאל טשאַרני.
ווען וולאַדעק איז דעם 30סטן אָקטאָבער פּלוצלינג געשטאָרבן, זענען 500,000 מענטשן געקומען אים צו באַגלייטן אויף זײַן לעצטן וועג. אויף זײַן לוויה האָבן גערעדט דער ניו־יאָרקער גובערנאַטאָר הערבערט לימאַן, דער ניו־יאָרקער בירגער־מײַסטער פֿיאָרעלאָ לאַ גוואַרדיאַ, סענאַטאָר ראָבערט וואַגנער און דער סאָציאַליסטישער פֿירער נאָרמאַן טאָמאַס.
אין זײַן עסיי אָנגעשריבן האַרט נאָך וולאַדעקס טויט, דערציילט זײַן חבֿר א. גינזבורג פֿאַר וואָס וולאַדעק איז געווען אַנדערש פֿון ס׳רובֿ כּלל־טוער, וועמען ער, גינזבורג, האָט געהאַלטן פֿאַר עגאָיִסטן.
דזשאָרדין קוציק
אַ פּאָעט אין גלות — אַ טרער אויף וולאַדעקס קבֿר
איך מוז זיך מודה זײַן, אַז איך געהער ניט צו די יעניקע, וואָס זײַנען פֿאַרליבט אין כּלל־טוערײַ אָדער אין כּלל־טוערס.
איך ווײס ניט. אפֿשר קען טאַקע די וועלט ניט אויסקומען אָן כּלל־טוערס, אָבער, ווי זאָגט די גמרא: „די וועלט קען ניט אויסקומען אָן בשׂמים־הענדלערס און אָן גאַרבערס, אָבער ווײ איז דעם, וואָס איז אַ גאַרבער.“ אין מײַנע אויגן איז כּלל־טוערײַ אַ פּסולע מלאָכה…
עס איז אַ בזיון צו זאָגן, אָבער איך געטרוי זײ ניט, די כּלל־טוערס. איך בין חושד זײערע מאָטיוון. גאַנץ אָפֿט דאַכט זיך מיר, אַז כּלל־טוערײַ איז בײַ געוויסע פּאַרשוינען ניט מער ווי אַ מיטל, אַ לײַכטער מיטל, ווי אַזוי צו געווינען כּבֿוד און אָנזען פֿאַר זיך אַלײן. עס איז אַ מיטל און אין דער זעלבער צײַט אויך אַ מין מאַסקע צו פֿאַרדעקן און צו פֿאַרבאָרגן גאַנץ פּשוטע פּערזענלעכע אַמביציעס און אינטערעסן. ניט דאָס וווילזײַן פֿון דעם כּלל איז בײַ די דאָזיקע פּאַרשוינען דער לײַט־מאָטיוו פֿון זײער טעטיקײט, נאָר דער אײגענער „איך“, וואָס זוכט אויף אַזאַ אופֿן צו געפֿינען אַן אויסדרוק און צו געווינען פֿאַר זיך אָנערקענונג.
אין בעסטן פֿאַל, ווען אַפֿילו די מאָטיוון פֿון דעם כּלל־טוער זײַנען די בעסטע און די אײדלסטע, רײן פֿון פּערזענלעכע השבונות און אַמביציעס — אַפֿילו דאַן בין איך מיט אים ניט זיכער, אפֿליו דאַן האָב איך פֿאַר אים מורא. די צרה מיט דעם כּלל־טוער איז, וואָס ער איז עלול אַזוי שטאַרק הינגעריסן צו ווערן מיט דעם כּלל, אַז ער פֿאַרגעסט אין גאַנצן דעם פּרט. צוליב דעם וואַלד זעט ער ניט די ביימער. צוליב דער „מענטשהײט“ זעט ער ניט דעם מענטשן. ער רעדט פֿון „מענטשהײט“, ער רעדט פֿון „פֿאָלק“, וואָס האָבן, אין תּוך גענומען, ניט קײן אײגענע עקזיסטענץ, וואָס זײַנען אין דער ווירקלעכקײט ניט מער ווי אַבסטראַקציעס און ער פֿאַרגעסט אין גאַנצן אָן דעם קאָנקרעטן, לעבעדיקן פֿאַקט, וואָס הײסט מענטש. דער כּלל־טוער איז אַזוי פֿאַרנומען מיט דעם כּלל, אַז ער איז עלול צו פֿאַרגעסן דעם לעבעדיקן און לײַדנדיקן מענטשן. ער פֿאַרגעסט, אַז דער מענטש, דער יחיד, איז סוף־כּל־סוף דער יסוד סײַ פֿון „מענטשהײט“ און סײַ פֿון „פֿאָלק“, אַז אָן דעם מענטשן איז ניטאָ קײן „מענטשהײט“ און ניטאָ קײן „פֿאָלק“…
צו אַ גאַנץ אַנדער מין פֿון כּלל־טוער האָט באַלאַנגט מײַן פֿריצײַטיק פֿאַרשטאָרבענער פֿרײַנד ברוך נחמן וולאַדעק.
ער איז געווען אַ כּלל־טוער, און אַ גאַנץ באַדײַטנדיקער כּלל־טוער, אָבער זײַן כּלל־טוערײַ איז פֿאַר אים ניט געווען קײן מיטל, ווי אַזוי אַרויסצורוקן זײַן „איך“ צום פֿראָנט. ער האָט עס ניט געדאַרפֿט. זײַן פּערזענלעכקײט איז געווען רײַך גענוג, שטאַרק גענוג און באַגאַבט גענוג, אַז ער זאָל קענען געפֿינען פֿאַר זיך אַ וועג אין די סאַמע ערשטע רײען אויף פֿאַרשידענע אַנדערע געביטן.
ער איז געווען, ער איז געוואָרן, אַ כּלל־טוער, אָבער ניט דאָס איז געווען די אַמביציע פֿון זײַן לעבן. ניט צו דעם האָט ער געשטרעבט. ניט נאָך דעם האָט זײַן נשמה געלעכצט. ניט דאָס האָט אים באַפֿרידיקט. ער האָט געהאַט אַמביציעס, יעדער אײנער פֿון אונדז האָט אַמביציעס, אָבער זײַן אמתע אינערלעכע אַמביציע איז געווען די אַמביציע פֿון אַ שריפֿטשטעלער, די אַמביציע פֿון אַ פּאָעט, די אַמביציע פֿון אַ וואָרט־מײַסטער.
ער איז געוואָרן אַ כּלל־טוער, אָבער זײַן כּלל־טוערײַ איז געווען אַ קרבן, אַ שווערער קרבן, וואָס ער האָט געבראַכט אויף דעם מזבח פֿון אונדזער שרעקלעכער און אַכזריותדיקער צײַט. אונטער אַנדערע אומשטענדן, אין אַ ווײניקער־גרויזאַמער צײַט, וואָלטן מיר אין וולאַדעקן געהאַט אײנעם פֿון אונדזערע באַדײַטנסטע שריפֿטשטעלער און פּאָעטן. וולאַדעק איז געווען אַ פּאָעט, וואָס איז פֿון צײַט און אומשטענדן פֿאַרטריבן געוואָרן אין די רײען פֿון די כּלל־טוער… ער איז געווען אַ פּאָעט אין גלות.
וולאַדעק איז געוואָרן אַ כּלל־טוער. מיט דעם גאַנצן ברען פֿון זײַן דיכטערישער נשמה האָט ער זיך אַרײַנגעוואָרפֿן אין דער דאָזיקער אַרבעט, אַנדערש האָט ער ניט געקענט, אָבער ער האָט קײנמאָל ניט פֿאַרגעסן, אַז דער מענטש, דער אײנציקער, איז דער עיקר פֿון אַלע עיקרים. זײַן דיכטערישע נשמה האָט ניט דערלאָזן, אַז ער זאָל פֿאַרהאַרטעוועט ווערן צו די צרות און די לײדן פֿון דעם יחיד. ער האָט ניט פֿאַרגעסן דעם מענטשן צוליב דער „מענטשהײט“ און צוליב „פֿאָלק“. ער האָט ניט פֿאַרגעסן דעם יחיד צוליב דעם רבים, דעם פּרט צוליב דעם כּלל. בײַ אים האָבן זיך בײדע, רבים און יחיד, אַזוי ווי פֿאַראײניקט אין אײן גאַנצעס.
ער האָט געאַרבעט פֿאַר דעם כּלל, אָבער נאָך מער האָט ער געאַרבעט פֿאַר דעם פּרט. ער האָט פֿאַר יעדן אײנעם פֿון די הונדערטער, וואָס האָבן זיך צו אים געווענדט געפֿונען אַ ליבן שמײכל, אַ פֿרײנדלעכן וואָרט און, ווען עס איז מעגלעך געווען, אויך מאַטעריעלע הילף.
וולאַדעק דער מענטש, דער וואַרעמער, האַרציקער מענטש, איז ניט פֿאַרלוירן געגאַנגען און ניט פֿאַרשלונגען געוואָרן אין זײַן כּלל־טוערײַ. ער איז געבליבן טרײַ צו זיך און צו זײַן נשמה, — די נשמה פֿון אַ פּאָעט אין גלות…
מײַנע טרערן אויף זײַן פֿרישן קבֿר!
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO