ווי די וואַרשעווער ייִדישע פּרעסע האָט באַשריבן דיסני־פֿילמעןHow Warsaw’s Yiddish press described Disney films
אַ באַריכט וועגן „די שנייקעניגין און די זיבן צווערגן“ ווײַזט אַז ייִדישע לייענער זענען געווען גוט־אינפֿאָרמירט וועגן די האָליוווּד־פֿילמען.
כאָטש די ייִדיש־רעדנדיקע וועלט פֿון מיזרח־אייראָפּע ווערט אין דעם אַמעריקאַער ייִדישן פֿאָלקס־זכּרון פֿאָרגעשטעלט ווי אַ צוריקגעשטאַנענע ציוויליזאַציע, וווּ אַלע האָבן געוווינט אין שטעטלעך און האָבן ניט געוווּסט וואָס עס טוט זיך אויף דער וועלט מחוץ דער שיל און דעם מאַרקפּלאַץ, איז דער מצבֿ אין דער אמתן געווען געווען גאַנץ אַנדערש, בפֿרט צווישן די צוויי וועלט־מלחמות.
די ייִדן אין די גרויסע פּוילישע שטעט האָבן גענאָסן פֿון דער זעלביקער פּאָפּולערער קולטור ווי אַלע אַנדערע פּוילישע בירגער צו יענער צײַט — אַרײַנגערעכנט די פֿילמען פֿון דער גאָלדענער תּקופֿה פֿון דער אַמעריקאַנער פֿילם־אינדוסטריע. אין דער אַלגעמיינער ייִדישער פּרעסע האָט מען אָפֿט געדרוקט רעצענזיעס פֿון די גרעסטע פֿילם־שלאַגערס פֿון די 1930ער יאָרן און באַריכטן איבער די לעצטע פּלאָטקעס וועגן די פֿילם־שטערן, וועלכע מע האָט אין דער פּוילישער ייִדישער פּרעסע דווקא אָנגערופֿן „האָליוווּד־סטאַרס“.
די לייענער וואָס האָבן זיך געוואָלט מער פֿאַרטיפֿן אין דער וועלט פֿון קינאָ און די באַרימטע פּערזענלעכקייטן אין אַמעריקע, האָבן געקענט לייענען עטלעכע זשורנאַלן אויף ייִדיש וועגן דער קינאָ־וועלט. דער גרעסטער איז געווען דער וואַרשעווער זשורנאַל „פֿילם־נײַעס“ וואָס האָט געדרוקט רעצענזיעס פֿון אַלע נײַע האָליוווּד־פֿילמען, ערשט־האַנטיקע באַריכטן פֿון פּרעמיערעס און אַ סך עסייען און אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם ייִדיש־שפּראַכיקן און פּויליש־שפּראַכיקן קינאָ. כאָטש מיר איז ניט געלונגען אויסצוגעפֿינען דעם טיראַזש פֿונעם זשורנאַל, איז קלאָר אַז ס׳איז געווען אַ ממשותדיקער — די אַמעריקאַנער פֿילם־סטודיאָס (אָדער „געזעלשאַפֿטן“ ווי דער זשורנאַל רופֿט זיי אָן) Fox און Warner Brothers האָבן כּסדר רעקלאַמירט זייערע פֿילמען אינעם זשורנאַל.
דורכבלעטערנדיק דעם זשורנאַל האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַ ריזיקער צייכענונג פֿון „מיקי־מויז“, וואַלט דיסניס העלד וואָס איז צו יענער צײַט געווען דער פּאָפּולערסטער קאַרטון־פּערסאָנאַזש אויף דער וועלט. אינעם אַרטיקל באַשרײַבט דער זשורנאַליסט, מ. אַלנער די פּרעמיערע פֿון וואַלט דיסניס „די שנייקעניגין און די זיבן צווערגן“, אַ רעוואָלוציאָנערער קאָלירפֿילם, וואָס איז צו יענער צײַט געווען אוניקאַל אין דער פֿילם־געשיכטע. דער אַרטיקל, פֿון יאַנואַר 1938, איז אַ טיפּישער פֿאַרן זשורנאַל: רעלאַטיוו קורץ אָבער רײַך מיט אינפֿאָרמאַציע וועגן דער פֿילם־טעכנאָלאָגיע און די הויפּט־פֿיגורן פֿון דער קינאָוועלט.
דזשאָרדין קוציק
וואַלט דיסניס פֿאַרביקע „שנייקעניגין און די זיבן צווערגן“.
(אַ בריוו פֿון ניו־יאָרק). גאַנץ ניו־יאָרק, אָדער בעסער געזאָגט — גאַנץ אַמעריקע לעבט איצט אונטערן צייכן פֿון וואַלט דיסניס קאָלירפֿילם „די שנייקעניגין און די זיבן צווערגן“. די פּרעסע און דאָס פּובליקום האַלטן אין איין שיסן לויבגעזאַנגען און דער לויב איז אַבסאָלוט נישט איבערגעטריבן.
די פּרעמיערע, וועלכע איז אַליין פֿאַר זיך געווען אַ געשעעניש אין דער היגער קינסטלערישער וועלט, איז פֿאָרגעקומען דעם 29סטן דעצעמבער אין ניו־יאָרקס „קערטהיי סירקל טעאַטער“. דער געדראַנג פֿון פּובליקום איז געווען אַזוי גרויס, אַז פּאָליציי האָט געמוזט קומען אײַנשטעלן אָרדענונג, און רעגולירן בכלל דעם פֿאַרקער פֿון די אויטאָמאָבילן, וועלכע האָבן געשטראָמט אַהערצו פֿון אַלע זײַטן.
15 הונדערט קינאָ־סטאַרס און פֿילם־מאַגנאַטן האָבן פֿאַרפֿולט דעם קינאָזאַל. צווישן זיי איז געזעסן דער שאַפֿער פֿון דעם דאָזיקן פֿילם — וואַלט דיסני — און נערוועז געציפּט די נעגל.
אַ קלייניקייט עפּעס: דער פֿילם האָט אָפּגעקאָסט 300 טויזנט פֿונט און האָט פֿאַרשלונגען דרײַ יאָר צוגרייטונג און אָנגעשטרענגטע אַרבעט. ווי דיסני אַליין האָט זיך אויסגעדריקט — האָט אים דער פֿילם פֿאַרשאַפֿט מער קאָפּווייטיק און בויך־גרימעניש, ווי אַ וועלכער ס׳איז צווייטער פֿילם.
דערפֿאַר אָבער, אויב דער פֿילם וועט זיך אַרויסווײַזן פֿאַר געלונגען, וועט ער אַרײַנברענגען אַ גאָר היפּשן פֿאַרדינסט. דיסני האָט דאָ אויסגענוצט צום ערשטן מאָל אַ נײַעם אויפֿנאַם־אַפּאַראַט ספּעציעל פֿאַר קאָלירפֿילמען. אָט דער אויפֿנאַם אַפּאַראַט איז זײַן אייגענע דערפֿינדונג.
די קאָלירן און די פּלאַסטישקייט באַקומען זיך דאָ אַרויס זייער אינטענסיוו און בולט. די קאָסטיומען, למשל פֿון דער שנייקעניגין, האָבן געקאָסט צו 10 טויזנט פֿונט. דער פֿילם גופֿא באַשטייט פֿון 1.6 מיליאָן צייכענונגען, פֿון וועלכע אייניקע זענען געמאָלן דערנאָך אין אַ 25 קאָלירן. העכער 50 ראַדיאָ־סטאַציעס זענען געוואָרן אויסגעפֿאָרשט, ביז מע האָט געפֿונען די פּאַסיקע שטימע פֿאַר דער שנייקעניגין.
אַזוי אַרום איז שוין גאַנץ באַרעכטיקט דיסניס נערוועיִשקייט בעת דער פּרעמיערע. ווען עס האָט אָבער אויף דער פֿילם־לײַוונט זיך באַוויזן דאָס וואָרט „ענדע“, און דער עולם האָט גענומען הייס אַפּלאָדירן, איז דער בעל־שׂימחה דיסני אַרויסגעלאָפֿן פֿון קינאָ. ער איז בליצשנעל אַוועק צו זיך אין אַטעליע, וווּ עס האָבן אומגעדולדיק געוואַרט אויף אים זײַנע מיטאַרבעטער. ווען ער האָט געלאָזט פֿאַלן דאָס וואָרט „אין אָרדענונג“, האָבן זיי זיך אַלע קעגנזײַטיק געהאַלדזט און געקושט. מע האָט באַלד אויפֿן אָרט באַשלאָסן צוצוטרעטן צו דער אַרבעט אַרום צוויי גרויסע קאָלירפֿילמען.
וואַלט דיסני איז נישט קיין פּנים־חדשות אין דער פֿילם־פּראָדוקציע. נאָך מיט אַ 6־7 יאָר צוריק האָט ער געשאַפֿן די באַליבטע קורץ־פֿילמען מיט דעם באַרימטן הײַנט צו טאָג מײַזעלע מיקי.
בעת ס׳איז אויפֿגעקומען דער קלאַנגפֿילם, און דערנאָך דער קאָלירפֿילם, האָט זיך דיסני אַריבערגעוואָרפֿן אויף די דאָזיקע צווײ נײַע פֿילם־געביטן, וווּ ער האָט אָנגעהויבן צו באַווײַזן ממש נסים. דער קלאַנג און קאָליר־פֿילם האָבן אַ סך באַרײַכערט און באַשענערט די מיקי־פֿילמען פֿון וואַלט דיסני. עס האָט זיך אַנטפּלעקט אין זיי אַ נײַע אויסגעצויבערטע וועלט פֿון קלאַנג און פֿאַרב. אומעטום — אין דער גאָרער וועלט זענען זיי באַליבט, נישט פֿאַראַן, דאַכט זיך, קיין איין קינאָ־פּראָגראַם, וואָס זאָל זיך קאָנען באַגיין אָן די קאָלירטע קורץ־פֿילמען מיט דעם מײַזעלע מיקי. ביז אַצינד האָט דינסי פּראָדוצירט נאָר קורץ־פֿילמען. דער נײַסטער קאָלירפֿילם, „די שנייקעניגין און די זיבן צווערגן“, איז זײַן ערשטער גרעסערער פֿילם, וועלכער האָט מיט זײַן גרויסן דערפֿאָלג גורם געווען דיסניס באַשלוס צו שאַפֿן צוויי ווײַטערדיקע גרויסע קאָליר־פֿילמען.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO