Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

נײַע אַנטאָלאָגיע דערציילונגען פֿון הײַנטיקע ייִדישע שרײַבערNew anthology of short stories by contemporary Yiddish writers

בײַ די הײַנטיקע ייִדישע שרײַבער זײַנען דאָ אַ סך מער פּאָעטן אײדער פּראָזאַיִקער.

אין דער הקדמה צו דער נײַער אַנטאָלאָגיע פֿון הײַנטצײַטיקע ייִדישע דערצײלונגען פֿון מדינת־ישׂראל באַמערקט דובֿ־בער קערלער, אַז בײַם הײַנטיקן דור ייִדישע שרײַבער זײַנען דאָ פֿיל מער פּאָעטן אײדער פּראָזאַיִקער. דאָס קען מען דערקלערן דורך פֿאַרשײדענע סיבות — לידער זײַנען מער קאָמפּאַקט, זײ לאָזן בעסער אױסדריקן פּערזענלעכע געפֿילן און שטימונגען, זײ באַדאַרפֿן ניט קײן אַנטװיקלטן סיפּור־המעשׂה. אָבער דער עיקר איז מסתּמא, אַז פֿאַר שרײַבן פּראָזע דאַרף מען בעסער באַהערשן די שפּראַך, בפֿרט איר אידיאָמאַטישן קאָמפּאָנענט. װאָס שײך שרײַבן רעאַליסטישע פּראָזע, איז דאָ נאָך אַ שװעריקײט: װוּ נעמט מען רעאַלע לעבעדיקע פּערסאָנאַזשן, װאָס רעדן צװישן זיך ייִדיש? הײַנט־צו־טאָג זײַנען דאָס אפֿשר נאָר חסידים און אַ טוץ ייִדישיסטן.

די דאָזיקע פּראָבלעם לאָזט זיך פֿילן אױך אין די דערצײלונגען אין דער אַנטאָלאָגיע „הערט אַ מעשׂה‟, װאָס איז אַרױס אונטער דעם נומער 18 אין דער „ביבליאָטעק פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור‟ אונטער דער רעדאַקציע פֿון דובֿ־בער קערלער, װעלװל טשערנין און מיכאל פֿעלזענבאַום (ייִשר־כּוח, חשובֿע רעדאַקטאָרן פֿאַרן אַרױסלאָזן „חי“ ביכער אין דער סעריע!). אײניקע מחברים שעפּן זײער ליטעראַרישן שטאָף פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן; אַנדערע װענדן זיך צו פֿאַנטאַסטיק (אָדער „פֿאַקטאַזיע‟, אַ װאָרט, װאָס עס האָט אױסגעטראַכט אוריאל װײַנרײַך, װי קערלער דערמאָנט אונדז אין דער הקדמה), נאָך אַנדערע נוצן דעם מאָנאָלאָגישן סטיל. צו שרײַבן אַ דערצײלונג אױף ייִדיש איז אַ ריזיקאַלישער עקספּערימענט, װאָס ניט קײן סך מענטשן קענען הײַנט אָפּשאַצן װי ס’געהער צו זײַן. אױף ייִדיש שרײַבט מען, אַזױ צו זאָגן, אױף־צו־להכעיס דעם איצטיקן צײַטגײַסט.

יעדער מחבר אין דער אַנטאָלאָגיע באַהאַנדלט די פּראָבלעם פֿון רעפּרעזענטאַציע אױף אַן אײגענעם שעפֿערישן אופֿן. די שרײַבער פֿונעם עלטערן דור, משה לעמסטער, באָריס סאַנדלער און מיכאל פֿעלזענבאַום זײַנען אין אַ גינסטיקן מצבֿ װײַל זײ שטאַמען פֿון בעסאַראַביע, דער לעצטער ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה, װאָס האָט זיך אָפּגעהיט אין מיזרח־אײראָפּע נאָכן חורבן. לעמסטערס בעסאַראַבישע בני־עיר קומען זיך צונױף אינעם ראָטשילד־פּאַרק אין זכרון־יעקבֿ. יעדער אײנער קומט מיט אַן אַלטן צונאָמען: מאָטל־קװאַטשקע, שלמה־קראַצער, פּעסיע־פּאַרך. די דאָזיקע רעשטלעך פֿונעם שטעטלדיקן לעבנסשטײגער דינען װי אַ מין נאַראַטיװע האָקנדלעך, צו װעלכע מען קען צוטשעפּען אַ שטיקל מעשׂה. אין אײנעם שאַפֿן זײ אַ ציקל מיטן איראָנישן קעפּל, „אַ ייִדיש שטעטל בױט קאָמוניזם‟.

סאַנדלער איז ממשיך די בכּבֿודיקע ליטעראַרישע טראַדיציע פֿון די ייִדישע קלאַסיקער. ישׂראל אַקסענפֿעלד, מענדעלע מוכר־ספֿרים און שלום-עליכם האָבן אױסגעטראַכט שטעטלעך מיט „רעדנדיקע‟ נעמען, אַזעלכע װי לא־היה־פּאָליע, טונעיאַדעװדע אָדער קאַסרילעװקע, כּדי צו שילדערן דאָס ייִדישע לעבן אין אַ ברײטערן פֿאַרנעם פֿון אַ סאַטיריש־קריטישן שטאַנדפּונקט. סאַנדלערס געשיכטע, „קאַטאַפֿאַלק‟ קומט פֿאָר אינעם סאָװעטישן ייִשובֿ „כאָלוּיעװקאַ‟ (פֿונעם רוסישן װאָרט „כאָלוּי‟ — טעלער־לעקער). אױף ייִדיש אָבער האָט דאָס דאָזיקע בעסאַראַבישע שטעטל געהאַט דעם נאָמען כאַלױמעװקע, װאָס עס האָט געירשנט פֿון די זײדע־באָבעס. די דאָזיקע צװײ נעמען זײַנען מרמז אױף צװײ פּנימער פֿון דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג. װען די סאָװעטן באַשליסן צו פֿאַרמאַכן אַלע רעליגיעזע אַנשטאַלטן, די צװײ קריסטלעכע קלױסטערס און די אײנציקע שיל, זײַנען די אײַנװױנער גרײט אױסצופֿירן די גזירות װאָס קומען פֿון מאָסקװע. און בלױז אײנער אַ ייִד אַ בעל־חלומות טראַכט װעגן אַנדערע ענינים. די „פֿאַקטאַסטישע‟ מעשׂה, װאָס מישט צונױף סאַטירע, נאָסטאַלגיע און פֿאַנטאַסטיק, ענדיקט זיך מיט יאָרן שפּעטער אין ישׂראל. דאָס שטעטל מיטן טאָפּלטן נאָמען איז אַװעק אין דער אײביקײט: „כאַלױמעװקע איז שױן לאַנג נישטאָ … געבליבן איז נאָר דער ראַיאָן־צענטער כאָלוּיעװקע‟.

פֿעלזענבאַומס דערצײלונג „אַ גלעקל פֿון באָניפֿראַטן‟ איז אַ מין סקיצע פֿון אַ ראָמאַן, װאָס דאַרף באַטראַכטן די מאָדערנע ייִדישע דערפֿאַרונג דורך דעם שפּאַקטיװ פֿון אײן משפּחה־געשיכטע. דער רעאַליסטישער סיפּור־המעשׂה פֿירט דעם לײענער צו אַ משל, װאָסער נמשל איז ענלעך סאַנדלערס עפּילאָג: „פֿריִער איז דאָ געווען אַ סאָד, נאָר די צייַט האָט אים אויסגעוואָרצלט…‟

צװישן פֿאַרשײדענע ייִדישע חלומות פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט איז געװען דער סאָװעטישער פּראָיעקט פֿון אױפֿבױען אַ ייִדישע געגנט אַרום דער שטאָט ביראָבידזשאַן אינעם װײַטן מיזרח פֿון סיביר. ייִדישע טעריטאָריאַליסטישע פֿאַנטאַזיעס ליפֿערן רײַכן רױשטאָף פֿאַרן זשאַנער פֿון דער „אַלטערנאַטיװער געשיכטע‟, װאָס איז פּאָפּולער אין דער הײַנטיקער ליטעראַטור. אַ גוטער בײַשפּיל איז דער ראָמאַן פֿונעם אַמעריקאַנער שרײַבער מײַקל שאַבאָן, „דער ייִדישער פּאָליצײ־פֿאַראײן‟, װאָס קומט פֿאָר אין אַן אױסגעטראַכטער ייִדישער טעריטאָריע אין אַלאַסקע. טשערנין באַהאַנדלט דעם דאָזיקן זשאַנער מיט אַן איראָנישן שטאָך. נאָך אַ גלאָבאַלער קאַטאַסטראָפֿע, װאָס האָט פֿולקום איבערגעניצעװעט דאָס פּנים פֿונעם ערדקוגל, איז ביראָבידזשאַן כּלומרשט געװאָרן אַ חצי־אומאָפּהענגיקע ייִדישע מדינה מיט ייִדיש און רוסיש װי צװײ מלוכישע שפּראַכן.

די ייִנגערע מחברים, עטל ניבאָרסקי און רפֿאל האַלף, קלײַבן אױס די ליטעראַרישע פֿאָרם פֿון אַ בריװ, װאָס װענדט זיך צו אַן אױסגעטראַכטן אַדרעסאַט. װיכטיק פֿאַר זײ איז צו לאָזן הערן זײער אײגענעם אינערלעכן ייִדישן קול, און דער ענין פֿון דער שפּראַך שפּילט דאָ אַ װיכטיקע ראָלע. „מייַן באָבע וואָלט זיכער געזאָגט אַז נאָר ייִדן קען אייַנפֿאַלן צו שרייַבן אויף צו להכעיס קאַפּויער ווי די רעשט מענטשהייט‟ – אַזױ טראַכט פֿאַר זיך די העלדין פֿון ניבאָרסקיס דערצײלונג „אַ בריװ צו אַ בלינדן זײדע‟. דאָ האָט ייִדיש אַ טאָפּלטע פֿונקציע, סײַ װי די שפּראַך און סײַ װי די טעמע פֿון דער ליטעראַרישער שאַפֿונג.

די נײַן מחברים פֿון „הערט אַ מעשׂה‟, געבױרענע אין די יאָרן צװישן 1946 און 2002, געהערן צו דרײַ ייִדישע דורות נאָכן חורבן. זײ שטאַמען פֿון פֿאַרשײדענע מקומות, און אַלע לעבן אָדער האָבן אַ צײַט געלעבט אין מדינת־ישׂראל. טעמאַטיש און סטיליסטיש זײַנען זײערע װערק גאַנץ פֿאַרשײדנאַרטיק, און דאָך האָבן זײ אײן אײגנטימלעכקײט בשותּפֿות. די העלדן זײערע זײַנען געװײנטלעכע ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר, װאָס פֿאַלן אַרײַן אין אױסערגעװײנטלעכע אומשטאַנדן. דאָס קען זײַן אַ פּערזענלעכער ענין, װי אין עטל ניבאָרסקיס מעשׂה, אָדער אַ קײט פֿון היסטאָרישע געשעענישן, װי אין קאָטלערמאַנס דערצײלונג „סעטיצאַכײשעך‟ און פֿעלזענבאַומס „אַ גלעקל פֿון באָניפֿראַטן‟, אָדער גאָר אַ נאַטור־קאַטאַסטראָפֿע, אַ רעאַלע װי אין שירי שאַפּיראָס „ערד־ציטערניש‟ צי אַן אױסגעטראַכטע װי אין טשערנינס „צושנײַדן פֿון דאָס נײַ‟. אַזאַ מין סיטואַציע, װאָס חזרט זיך איבער פֿון אײן מעשׂה צו דער צװײטער, לאָזט זיך אױסטײַטשן װי אַ משל אױפֿן גורל פֿון ייִדיש, דער שפּראַך פֿונעם פּשוטן עמך, װעלכער ס’זײַנען אױסגעפֿאַלן שװערע נסיונות.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.