צווייטע אויפֿלאַגע ענגליש־ייִדישן ווערטערבוך פֿון טאָפּאָנימען ווערט אַרויסגעלאָזטSecond edition of English-Yiddish dictionary of place names is here
דורך דעם בוך קען מען זיך דערוויסן ווי אַזוי אויסצולייגן די נעמען פֿון שטעט, לענדער און אָקעאַנען אויף מאַמע־לשון.

Graphic by Angelie Zaslavsky
די טעג, ווען איך קען ניט אַרבעטן אינעם פֿאָרווערטס־ביוראָ, פֿעלן מיר שטאַרק אויס צוויי זאַכן: ערשטנס, דאָס מיטאַרבעטן זײַט בײַ זײַט מיט מײַנע קאָלעגעס אין אָפֿיס און צווייטנס, דאָס „ענגליש־ייִדישע ווערטערבוך פֿון טאָפּאָנימען“. אַ דאַנק דעם קליינעם אָבער וויכטיקן בוך, קען מען אויסזוכן דעם ענגלישן נאָמען פֿון אַ לאַנד, שטאָט, שטעטל צי אָקעאַן און גלײַך זיך דערוויסן זײַן נאָמען אויף ייִדיש, און ווי אַזוי אים אויסצולייגן. דאָס ווערטערבוך, פֿון ד׳׳ר חנן באָרדין (העברעיִשער אוניווערסיטעט), איז ניט צוטריטלעך אָנלײַן און ביז לעצטנס איז עס מער ניט געווען צום קויפֿן.
מיט בלויז עטלעכע טעג צוריק האָב איך, צום בײַשפּיל, באַדויערט וואָס איך ניט קאָנטראָלירן צי מע שרײַבט אַרקאַנסאַו צי אַרקענסאַ צי גאָר אַרקאַנסאַ.
צום גליק איז די וואָך אָנגעקומען אין פֿאָרווערטס אַ בריוו פֿונעם מחבר פֿונעם טאָפּאָנימען־ווערטערבוך, ד׳׳ר באָרדין, מיט אַ גוטער בשׂורה: מע קען שוין באַשטעלן די צווייטע, פֿאַרברייטערטע אויפֿלאַגע פֿונעם ווערטערבוך. דער צווייטער נוסח, וואָס באַשטייט פֿון 288 זײַטלעך, נעמט אַרײַן כּמעט צוויי מאָל אַזוי פֿיל טאָפּאָנימען ווי די ערשטע און קאָסט 40 אייראָס. די צאָל עקזעמפּלאַרן איז אַ באַשיידענע, איז אויב מע וויל אַן עקזעמפּלאַר, כאַפּט אַרײַן.
כּדי צו באַשטעלן דאָס „ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך פֿון טאָפּאָנימען“, שרײַבט פֿאַני קלעוויצקי (אויף ענגליש, העברעיִש אדער רוסיש) אויפֿן ווײַטערדיקן אַדרעס: [email protected].
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
