ווידעאָ: לאָרין סקלאַמבערג און אַנדערע באַרימטע ייִדישע זינגער באַצייכענען מוזיק ווי אַ קוואַל פֿון כּוח WATCH: Lorin Sklamberg and other renowned Yiddish singers reflect on music as a source of strength
די פּאַנעליסטן — שׂרה גאָרדאָן, דניאל קאַהן, מיישקע אַלפּערט און איציק גאָטעסמאַן — האָבן אויך געזונגען לידער וואָס זענען זיי נאָענט צום האַרצן
מאָנטיק, דעם 22סטן יוני, האָט די פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָרין שׂרה־רחל שעכטער געפֿירט אַ שמועס אָנלײַן מיט די אָנגעזעענע ייִדישע זינגער לאָרין סקלאַמבערג, דניאל קאַהן, שׂרה־מינע גאָרדאָן און מיישקע אַלפּערט, און מיטן מומחה פֿון ייִדישן פֿאָלקסליד — ד״ר איציק גאָטעסמאַן.
כאָטש דער טיטל פֿונעם זומינאַר איז געווען „פֿאַר וואָס זענען ייִדישע לידער אַזוי פּאָפּולער איצט?“ האָבן די פּאַנעליסטן באַטאָנט, אַז די ווידער־אויפֿלעבונג פֿונעם ייִדישן ליד גייט אָן שוין מער ווי 40 יאָר, און אַז במשך פֿון שווערע צײַטן זוכן מענטשן שטענדיק אַ שטיקל טרייסט אין מוזיק. לאָרין סקלאַמבערג, דער הויפּטזינגער פֿון דער קאַפּעליע, „קלעזמאַטיקס“ און דער קלאַנג־אַרכיוויסט בײַם ייִוואָ, האָט געזאָגט אַז דאָס זינגען בשעת דער פּאַנדעמיע איז אַ „מוז־זאַך“ פֿאַר די זינגער, און אַז מענטשן זוכן בטבֿע געזעלשאַפֿטלעכע פֿאַרבינדונגען דורך די אינטערנעץ־קאָנצערטן און וואַרשטאַטן.
כּמעט אַלע לידער וואָס די פּאַנעליסטן האָבן געזונגען ווי אַ טייל פֿון דער פּראָגראַם האָט מען אויסגעקליבן, ווײַל זיי שפּיגלען אָפּ אָדער דעם הײַנטיקן פּאָליטישן מצבֿ אין אַמעריקע, אָדער ווײַל זיי באַשרײַבן עפּידעמיעס. סקלאַמבערג האָט געזונגען זײַן ייִדישן נוסח פֿון לויִס לאַקס „דער יאָך“. דאָס ליד, איבערגעזעצט פֿון קאַטאַלאַניש דורך ד״ר יורי וועדעניאַפּין, דריקט אויס דעם אוניווערסאַלן רוף צו אַ ווידערשטאַנד קעגן אומיושר — אָבער מיט דווקא אַ ייִדישן טעם.
שׂרה־מינע גאָרדאָן, די געוועזענע הויפּטזינגערין פֿון דער ראָק־קאַפּעליע „ייִדיש־פּרינצעסין“, וואָס זינגט אַ ברייטע גאַמע ייִדישע לידער, אַרײַנגערעכנט פֿאָלקס־, חסידישע און אַוואַנגאַרדישע לידער, האָט באַמערקט אַז ס׳איז בײַ אַ סך מענטשן אַ חידוש, ווי פֿאַרשידנאַרטיק עס איז דער אוצר פֿון ייִדישן ליד.
„אַלץ וואָס געפֿעלט אַ מענטשן, קען מען געפֿינען בײַ ייִדישע לידער“, האָט גאָרדאָן געזאָגט. זי האָט געזאָגט אַז די באַנײַטע פּראָטעסטן לטובֿת די בירגעררעכט פֿון אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער, ווי אויך די פּאַנדעמיע, האָט דערפֿירט צו דעם, אַז אַ סך מענטשן באַטראַכטן הײַנט, נאָך מער ווי פֿריִער, וואָס איז זיי וויכטיק אין לעבן. טאַקע דערפֿאַר האָט זי געזונגען דאָס ליד ”וויכטיק“ פֿונעם חסידישן מחבר אפֿרים וואַסערמאַן, וואָס באַטאָנט סײַ די זאַכן וואָס זענען וויכטיק בײַ פֿרומע ייִדן, סײַ די וואָס זענען ניט וויכטיק און ניט־געוווּנטשן. צוזאַמען מיטן ייִדישן אָריגינאַל האָט זי אויפֿגעפֿירט איראַ טעמפּלס ראַדיקאַלע ענגליש־שפּראַכיקע באַאַרבעטונג פֿונעם ליד, וואָס איז אַ פּראָטעסט קעגן ראַסיזם און קול־אישה.
דניאל קאַהן, דער איבערזעצער פֿון לענאַרד כּהנס „הללויה“ אויף ייִדיש און דער הויפּטזינגער פֿון דער קאַפּעליע „דניאל קאַהן און דער באַמאָלטער פֿויגל“ האָט דערקלערט אַז ייִדישע מוזיק ברענגט צוזאַמען פֿאַרשידנאַרטיקע מענטשן פֿון אַרום דער וועלט. כאָטש די וועלט פֿון ייִדישער מוזיק איז אַ קליינע אין פֿאַרגלײַך מיט גרעסערע וועלטקולטורן, איז די „חבֿרה“ וואָס שטייט פֿון איר בראָש אַ ממשותדיקע. קאַהן האָט געזונגען אַ טייל פֿון סאָלאָמאָן סמאַלס ליד „מענטשן־פֿרעסער“ פֿונעם יאָר 1916 וואָס שילדערט די שטימונג בשעת מגפֿות פֿון פּאָליאָ, טובערקולאָז און מלחמות. זײַן אויסקלײַבן אַ ליד וואָס איז מער ווי 100 יאָר אַלט איז געווען קלאָר: ”מײַן אינטערעס צו די אַלטע זאַכן איז דאָס וואָס זיי האָבן צו זאָגן וועגן אונדזער הײַנט און אונדזער מאָרגן.“
איציק גאָטעסמאַן, דער פֿאָלקלאָריסט און פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש בײַם טעקסאַסער אוניווערסיטעט אין אָסטין, האָט דערקלערט אַז די אינטערנעץ איז געווען אַ גרויסע הילף פֿאַרן ייִדישן ליד נאָך לאַנג פֿאַרן קאָראָנאַ־ווירוס־קריזיס, ווײַל מענטשן האָבן דורך איר אַנטדעקט ווי לעבעדיק עס איז עד־היום די וועלט פֿון ייִדישער מוזיק. ער האָט געזונגען דאָס אַרבעטער־ליד „חוהלע איז פֿון דער אַרבעט געגאַנגען“, וועגן אַ יונגער אַרבעטאָרין וואָס ווערט דערשאָסן בשעת אַ שטרײַק. כאָטש געוויינטלעך פֿירט מען אויס דאָס ליד ווי אַ מאַרש מיט אינסטרומענטן, האָט גאָטעסמאַנס באָבע, די פֿאָלקזינגערין ליפֿשע שעכטער־ווידמאַן, געזונגען דאָס ליד אַ קאַפּעלאַ, אַזוי ווי די ייִדישע פֿרויען פֿלעגן עס זינגען בײַם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. גאָטעסמאַן האָט געזונגען דאָס ליד אינעם זעלביקן סטיל ווי זײַן באָבע האָט עס געזונגען מיט פֿופֿציק יאָר צוריק.
מיישקע אַלפּערט, אַן אָנפֿירנדיקער ייִדיש־פֿאָלקזינגער וואָס האָט באַקומען אַ „נאַציאָנאַלע ירושה־סטיפּענדיע“ פֿונעם „נאַציאָנאַלן עולמות־פֿאָנד פֿאַר קונסט‟ (National Endowment for the Arts), האָט זיך אַ ביסל אַטקעגנגעשטעלט דעם געדאַנק אַז עס רעדט זיך וועגן אַ „ווידער־אויפֿלעב“ פֿונעם ייִדישן ליד, ווײַל מע זינגט ניט בלויז אַלטע לידער, נאָר מע שרײַבט אויך נײַע. ווי אַ בײַשפּיל האָט ער געזונגען זײַן אייגן ליד „קלײַבט זיך צונויף“.
די פּראָגראַם האָט זיך געשלאָסן מיט זכרונות וועגן דער גרויסער ייִדישער זינגערין און אַקטיוויסט חנה קופּער ז׳׳ל און איר ווירקונג אויף דער ייִדיש־וועלט. סקלאַמבערג האָט אויפֿגעפֿירט „שנירעלע פּערעלע“, אַ חסידיש ליד וואָס קופּער האָט אים אויסגעלערנט און וואָס איז געוואָרן אַ באַליבט ליד אויף דער וועלטלעכער גאַס נאָך דעם וואָס „די קלעזמאַטיקס“ האָבן עס רעקאָרדירט..
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO