Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די צװײ ייִדישע משפּחות וואָס האָבן אױפֿגעבױט שאַנכײַ און האָנג־קאָנגThe two Jewish families that built Shanghai and Hong Kong

דער אױפֿקום און ירידה פֿון די משפּחות שׂשׂון און כּדורי זײַנען געגאַנגען האַנט בײַ האַנט מיטן גורל פֿון דער בריטישער אימפּעריע.

שאַנכײַ פֿאַרנעמט אַ חשובֿן פּלאַץ אין דער מאָדערנער ייִדישער געשיכטע װי אַ מקום־מיקלט פֿאַר די פּליטים פֿון אײראָפּע בעתן חורבן. װען די גאַנצע װעלט האָט פֿאַרמאַכט די טױערן פֿאַר ייִדישע אימיגראַנטן, איז שאַנכײַ געבליבן דער אײנציקער פּאָרט, װוּ מע האָט ניט געפֿאָדערט קײן אײַנטריט־װיזע. סוף 1939 האָבן זיך דאָ אָנגעזאַמלט מער װי צװאַנציק טױזנט ייִדן פֿון מיזרח־ און צענטראַל־אײראָפּע. די יאַפּאַנער, װעלכע האָבן דעמאָלט אָקופּירט שאַנכײַ, האָבן אַרײַנגעטריבן ייִדן אין אַ געטאָ, אָבער ניט דערהרגעט זײ. אױף אַ װײַלע איז שאַנכײַ געװאָרן אַ צענטער פֿון דער ייִדיש־קולטור. דאָ האָבן זיך געראַטעװעט אַזעלכע חשובֿע ייִדישע קולטור־טוער װי יוסף מלאָטעק און יהושע ראַפּאָפּאָרט.

דאָס איז אפֿשר געװען דאָס סאַמע דראַמאַטישע, אָבער װײַט ניט דער אײנציקער קאַפּיטל אין דער ייִדישער געשיכטע פֿון שאַנכײַ. די דאָזיקע געשיכטע האָט זיך אָנגעהױבן אין 1850, װען אַליאַס דוד שׂשׂון (סאַסאָן) איז געקומען קײן שאַנכײַ פֿון באָמבײ מיט אַ שליחות פֿון זײַן פֿאָטער, דוד שׂשׂון. דוד אַלײן האָט געשטאַמט פֿון דער רײַכסטער און חשובֿסטער ייִדישער משפּחה אין באַגדאַד, װאָס האָט געהערט צו דער טערקישער אימפּעריע. װען די טערקן האָבן אים אַרײַנגעװאָרפֿן אין תּפֿיסה כּדי אַרױסצוקװעטשן געלט פֿון זײַן משפּחה, איז ער בסוד אַנטלאָפֿן קײן אינדיע, װאָס איז געװען אונטער דער שליטה פֿון דער בריטישער מלכּה. זײַנע געשעפֿטן אין באָמבײ זײַנען געגאַנגען גוט, און ער האָט געװאָלט פֿאַרברײטערטן זײַן האַנדל. אין 1843 האָט בריטאַניע מנצח געװען כינע אין דער אַזױ־גערופֿענער ערשטער אָפּיום־מלחמה. דער ציל פֿון דער מלחמה איז געװען צו לאָזן בריטישע סוחרים פֿאַרקױפֿן אָפּיום פֿון אינדיע אין כינע.

די שׂשׂונס האָבן אין גיכן פֿאַרכאַפּט אַ היפּשן חלק פֿונעם ריזיקן כינעזישן מאַרק פֿאַר אָפּיום. די כינעזישע מלוכה האָט פֿאַרװערט דעם דאָזיקן האַנדל, װײַל די אַדיקציע צו אָפּיום האָט חרובֿ געמאַכט מיליאָנען מענטשן. אָבער אין דער בריטישער אימפּעריע איז אָפּיום געװען לעגאַל און זײַן עקספּאָרט האָט געבראַכט ריזיקע רװחים. איבערגערעכנט אױפֿן הײַנטיקן געלט, האָבן די שׂשׂונס געמאַכט 2.7 מיליאַרד דאָלאַר פֿון אָפּיום. דאָס איז געװאָרן דער יסוד פֿון זײער עקאָנאָמישן אױפֿקום אין שאַנכײַ. װען בריטאַניע האָט אינעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט פֿאַרװערט אָפּיום־האַנדל, האָבן זײ אינװעסטירט זײער געלט אין אױפֿבױען הײַזער און פֿאַבריקן אין שאַנכײַ.

די אַנדערע באַגדאַדער ייִדישע משפּחה, די כּדוריס (קאַדורי), האָט געשיקט זײער זון אלי קײן כינע אין 1880. די כּדוריס זײַנען געװען שׂשׂונס װײַטע קרובֿים און לכתּחילה האָט אלי געדינט װי אַן אָנגעשטעלטער בײַ די שׂשׂונס, אָבער אין גיכן האָט ער געעפֿנט אַן אײגן געשעפֿט און זיך פֿאַרטאָן אין אױפֿבױען שאַנכײַ. הײַנט שטאָלצירן די כּדוריס זיך מיט דעם, װאָס זײ זײַנען ניט געװען פֿאַרמישט אין אָפּיום־האַנדל. די „גאָלדענע תּקופֿה‟ פֿון די צװײ משפּחות אין שאַנכײַ און האָנג־קאָנג האָט געדױערט קנאַפּע הונדערט יאָר, ביזן אױסברוך פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה.

דער אַמעריקאַנער זשורנאַליסט יונתן קאַופֿמאַן דערצײלט די צװײ פּאַראַלעלע משפּחה־געשיכטעס אין זײַן בוך „די לעצטע קעניגן פֿון שאַנכײַ‟. זײער אױפֿקום און ירידה זײַנען געגאַנגען האַנט בײַ האַנט מיט דעם אױפֿקום און דער ירידה פֿון דער בריטישער אימפּעריע. דער סוף איז געקומען אומגעריכט. יאַפּאַן האָט אָקופּירט שאַנכײַ אין 1937 און אַרײַנגעטריבן די ייִדן אין אַ געטאָ אין 1941. אין 1949 האָט די קאָמוניסטישע מאַכט קאָנפֿיסקירט אַלע פּריװאַטע פֿאַרמעגנס. װיקטאָר שׂשׂון, דער לעצטער יורש פֿונעם שאַנכײַער צװײַג פֿון דער משפּחה, האָט קױם באַװיזן צו אַנטלױפֿן סוף 1941 און האָט זיך מער קײן מאָל ניט אומגעקערט קײן שאַנכײַ. דער אַלטער אלי כּדורי מיט זײַנע לאָרענס און האָראַס האָבן פֿאַרבראַכט די מלחמה־יאָרן אונטער אַרעסט, צו ערשט אין האָנג־קאָנג און דערנאָך אינעם שאַנכײַער געטאָ. נאָך דער באַפֿרײַונג פֿון שאַנכײַ דורך די אַמעריקאַנער זײַנען זײ אַװעק קײן האָנג־קאָנג, װאָס איז װידער געװאָרן אַ בריטישע קאָלאָניע. דאָרט זײַנען זײ געװאָרן אַקטיװ פֿאַרטאָן אין אױפֿבױען הײַזער, האָטעלן, עלעקטרישע סטאַנציעס און אַנטװיקלען די לאַנד־װירטשאַפֿט.

Last Kings of Shanghai

Image by Penguin Random House

קאַופמאַן איז אַ געניטער דערצײלער. די געשיכטעס פֿון די דרײַ דורות פֿון די צװײ רײַכע אונטערנעמערישע ייִדישע משפּחות זײַנען געפּאַקט מיט לעבעדיקע פּרטים און טשיקאַװע מעשׂיות. קאַופֿמאַן װיל ניט רײנװאַשן זײַנע העלדן, בפֿרט װאָס שײַך דעם אָפּיום־האַנדל. ער ציטירט דעם פֿראַנצױזישן שרײַבער אָנאָרע דע באַלזאַק: „אינעם יסוד פֿון יעדן גרױסן פֿאַרמעגן ליגט אַ פֿאַרברעכן.‟ ער באַװוּנדערט זײער דרײסטקײט, התמדה און בפֿרט זײער אַהבֿת־ישׂראל. פּערזענלעך האָט װיקטאָר שׂשׂון ניט געהאַט קײן אינטערעס צו ייִדישע ענינים, אָבער װען די ערשטע שיפֿן מיט ייִדישע פּליטים זײַנען אָנגעקומען קײן שאַנכײַ, האָט ער אָנגעזאַמלט געלט אײַנצואָרדענען זײ אין דער שטאָט. ער האָט אױסגעפּועלט בײַ די יאַפּאַנער, אַז זײ זאָלן דערלױבן די פּליטים צו פֿאַרבלײַבן אין דער שטאָט. די כּדוריס האָבן אױך געשאַפֿן אַ שול פֿאַר קינדער, װוּ מען האָט זײ געלערנט פּראַקטישע מלאָכות.

װאָס פֿאַר אַן אָרט פֿאַרנעמען די דאָזיקע ייִדישע „קעניגן פֿון שאַנכײַ‟ אין דער מאָדערנער ייִדישער געשיכטע? ייִדישע היסטאָריקער זײַנען אָפֿט נוטה פֿאָרצושטעלן ייִדן װי אָרעמע קרבנות פֿון דיסקרימינאַציע און געװאַלד. פֿאַר די שׂשׂונס און די כּדוריס האָט די בריטישע אימפּעריע זײ געעפֿנט ריזיקע קאָמערציעלע און סאָציאַלע מעגלעכקײטן. זײ זײַנען געװען צװישן די סאַמע הײסע שטיצער פֿון דער אימפּעריע, צוערשט אין אינדיע און דערנאָך אין האָנג־קאָנג. דער סנאָבישער אַנטיסעמיטיזם פֿון דער ענגלישער אַריסטאָקראַטיע איז געװען זײער מילד אין פֿאַרגלײַך מיט בולטן ראַסיסטישן צוגאַנג צו די כינעזער, װאָס זײַנען געװען די אמתדיקע קרבנות פֿון דער ברוטאַלער קאָלאָניאַלער פּאָליטיק. פֿאַר די קאָמוניסטן, װאָס האָבן פֿאַרנומען שאַנכײַ אין 1949, האָבן די כּרוריס און די שׂשׂונס פֿאַרקערפּערט דעם קאָלאָניאַליסטישן און אימפּעריאַליסטישן קלאַסן־שׂונא, װאָס האָט עקספּלואַטירט כינע אין משך פֿון העכער װי אײן הונדערט יאָר.

די שׂשונס און די כּדוריס זײַנען ווײַט ניט געװען קײן יוצא־דופֿן אין דער מאָדערנער ייִדישער געשיכטע. ייִדן האָבן אָפֿטמאָל געשטיצט די גרױסע פֿילפֿעלקערישע אימפּעריעס, אין װעלכע זײ האָבן זיך געפֿילט זיכערער אײדער אין די קלײנע נאַציאָנאַלע מלוכות ווי עסטרײַך, פֿראַנקרײַך און בריטאַניע. די קאָלאָניאַלע פּאָליטיק האָט געשאַפֿן נײַע מעגלעכקײטן פֿאַר ייִדישע אונטערנעמער, בפֿרט פֿאַר יענע, װאָס האָבן זיך געפֿילט הײמיש אױף די קאָלאָניאַלע ראַנדן פֿון די אימפּעריעס. די מיזרחים אין צפֿון־אַפֿריקע האָבן געשטיצט פֿראַנקרײַך פּונקט אַזױ װי די אַשכּנזים אין גאַליציע זײַנען געװען געטרײַע אונטערטאַנערס פֿונעם עסטרײַכישן קיסר. דער אײנציקער אױסנאַם איז געװען רוסלאַנד. עקאָנאָמיש זײַנען ייִדן געװען דער סאַמע אַקטיװסטער טײל פֿון דער באַפֿעלקערונג אין דעם אַמאָליקן תּחום־המושבֿ און זײ װאָלטן געקאָנט מאַכן אַ גרױסן בײַטראָג אין דער אַלגעמײנער רוסישער װירטשאַפֿט. אָבער צוליב פֿאַרשידענע סיבות האָט די רוסישע רעגירונג ניט ליב געהאַט די ייִדן און האָט זײ ניט געטרױט. און די דאָזיקע דערפֿאַרונג האָט שטאַרק משפּיע געװען די װיזיע פֿון ייִדישע היסטאָריקער.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.