Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דער באַגער בײַם ייִדישן אימיגראַנט צו אַ ווײַסער חתונהThe Jewish immigrant’s longing for a wedding in white

אין 19טן י״ה האָבן די „גרינע‟ באַטראַכט דאָס ווײַסע חופּה־קלייד און דעם לוקסוס־באַנקעט ווי אַן אופֿן צו ווערן עכטע אַמעריקאַנער.

אין יוני 1877 זענען די אַמעריקאַנער ייִדן שטאַרק אויפֿגעבראַכט געוואָרן פֿון אַן אינצידענט בײַם „גרענד יוניאָן האָטעל‟ אין סאַראַטאָגע־ספּרינגס, ניו־יאָרק.

אַן אָנגעזעענער ייִדישער באַנקיר, יוסף זעליגמאַן, איז אָנגעקומען אינעם האָטעל מיט זײַן פֿרוי און קינדער אַזוי ווי ער האָט געטאָן יעדן זומער אָבער דאָס מאָל האָט מען אים נישט אַרײַנגעלאָזט. „מיסטער זעליגמאַן, איך מוז אײַך לאָזן וויסן אַז מיסטער הילטאָן האָט געגעבן קלאָרע אינסטרוקציעס אַז מע זאָל פֿון איצט אָן נישט אַרײַנלאָזן קיין ייִדן,‟ האָט דער פֿאַרוואַלטער פֿון האָטעל געזאָגט. דזשאָדזש הילטאָן איז געווען דער אייגנטימער.

זעליגמאַן איז געבליבן שטיין אַ געפּלעפֿטער. ווען ער איז געקומען צו זיך האָט ער געפֿרעגט דעם פֿאַרוואַלטער פֿאַר וואָס מע האָט איצט אָנגעהויבן רודפֿן די ייִדן: „זענען זיי דען שמוציק? פֿירן זיי זיך אויף נישט־לײַטיש? האָבן זיי זיך אָפּגעזאָגט פֿון באַצאָלן פֿאַרן אײַנשטיין דאָ?‟

„ניין, אַוודאי נישט,‟ האָט דער פֿאַרוואַלטער געענטפֿערט. „ס׳איז פּשוט ווײַל פֿאַראַיאָרן, ווען אַ סך ייִדן זענען דאָ אײַנגעשטאַנען, איז די ביזנעס נישט געגאַנגען אַזוי גוט. איז מיסטער הילטאָן געקומען צום אויספֿיר אַז קריסטן האָבן נישט ליב צו זײַן צווישן ייִדן און דערפֿאַר זענען זיי נישט געקומען. האָט ער באַשלאָסן צו פֿירן דעם האָטעל אַנדערש דעם סעזאָן און אונדז געהייסן נישט אַרײַנלאָזן קיין ייִדן.‟

נישט לאַנג נאָך דעם עפּיזאָד האָט אַ „ניו־יאָרק טײַמס‟־רעפּאָרטער אין שיקאַגע סובטיל זיך פֿאַררופֿן אויף דעם סאַראַטאָגער אינצידענט אין זײַן אַרטיקל וועגן אַ שיקאַגער חתונה. „אויף אַ בעל־הבתּישער ייִדישער חתונה דאָ נעכטן אויף דער נאַכט, וואָס איז געווען פּונקט אַזוי עלעגאַנט ווי די חתונות וואָס מע זעט אין דער קריסטלעכער געזעלשאַפֿט, האָט מען געהערט אַ חשובֿער ׳דזשענטלמאַן׳ זאָגן: „כ׳וואָלט געוואָלט וויסן וואָס דזשאָדזש הילטאָן וואָלט געטראַכט פֿון אונדז ייִדן ווען ער זעט אָט די פֿאַרזאַמלונג פֿון אַזוינע חשובֿע געסט.‟

דער שיקאַגער דזשענטלמאַן האָט אַ פּנים געמיינט צו זאָגן: ווען דזשאָדזש הענרי הילטאָן, דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם „גרענד יוניאָן האָטעל‟, וואָלט געזען אַז אַ ייִדישע חתונה קען זײַן אַזוי עלעגאַנט, וואָלט ער אפֿשר נישט פֿאַרטריבן די ייִדן פֿונעם האָטעל. ס׳איז קלאָר אַז בײַ די ייִדן אין אַמעריקע איז אַ בעל־הבתּישע חתונה געווען מער ווי סתּם אַ באַווײַז פֿון עשירות און ראַפֿינירטקייט; ס׳איז אויך געווען אַן אופֿן צו ווײַזן דער וועלט אַז מע איז אַ פֿולשטענדיקער אַמעריקאַנער.

די חתונה פֿון עמאַ אײַנשטײן פֿון שיקאַגע און סיגמאָנד בעיר פֿון ראָטשעסטער, ניו־יאָרק איז טאַקע געווען אַ ראַפֿינירטע: פּרעכטיקע בלומען־אַראַנזשירונגען, אַ בכּבֿודיקער אַרײַנמאַרש צו דער מעלאָדיע פֿון מענדלסאָנס „חתונה־מאַרש‟. די כּלה האָט געטראָגן אַ ווײַס קלייד געמאַכט פֿון בראָקאַט און זײַד, באַצירט מיט אָראַנזשענע קווייטן לויט דער לעצטער מאָדע. נאָך דער צערעמאָניע האָבן די געסט גענאָסן פֿון אַזאַ לוקסוסדיקן באַנקעט אַז די צײַטונג, „שיקאַגאָ טריביון‟, האָט עס באַצייכנט ווי „אַ שׂימחה פֿון בלענדיקער פּראַכט‟. די צײַטונג האָט אַפֿילו אָפּגעדרוקט די לאַנגע רשימה מתּנות וואָס חתן־כּלה האָבן באַקומען, פֿאַרנעמענדיק אַזש אַ גאַנצן שפּאַלט פֿון דער זײַט.

אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט האָבן די ייִדן, ס׳רובֿ פֿון זיי — פֿון דײַטשלאַנד, באַטראַכט די אַמעריקאַנער חתונה ווי אַ וויכטיקער טייל פֿון דער אַמעריקאַנער אידענטיטעט. די חתונה פֿון די בעירס — ריזיקע זאַלן באַפּוצט מיט בלומען; די כּלה אָנגעטאָן אין אַ פּרעכטיק ווײַסן קלייד און שלייער; אַ לוקסוסדיקער באַנקעט און אַ שלל מיט מתּנות — האָט רעפּרעזענטירט בײַם ייִדישן עולם דעם אידעאַל פֿון דער אַמעריקאַנער „ווײַסער חתונה‟.

שפּעטער, צווישן 1880 און 1924, ווען עס זענען אָנגעקומען די מאַסן מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן, האָבן זיי אויך באַצייכנט די ווײַסע חתונה ווי אַן אופֿן צו באַטאָנען זייער אַמעריקאַנישקייט. די ייִדישע פּרעסע איז געווען פֿול מיט רעקלאַמעס פֿאַר סחורה און באַדינונגען וואָס די ייִדישע אימיגראַנטן האָבן געדאַרפֿט קויפֿן אָדער באַשטעלן פֿאַר אַזאַ חתונה. אַ פֿאָרווערטס־רעקלאַמע פֿון 1899, וועגן דעם רעמאָנטירטן זאַל [„אָד פֿעלאָס האָל‟ אין דרום־מאַנהעטן](https://en.wikipedia.org/wiki/Odd_Fellows_Hall_(New_York_City), האָט שטאַרק געלויבט דעם זאַל, בפֿרט די עלעקטרישע לעמפּלעך וואָס באַצירן די חופּה. אַנדערע רעקלאַמעס האָבן באַטאָנט ביליקע פּרײַזן פֿאַרן דינגען חתונה־מלבושים און גרויסע מציאות פֿאַר די וואָס ווילן קויפֿן מעבל, קידושין־רינגען, זילבערנע סערוויסן און אַנדערע שיינע מתּנות.

Louis and Esther Baeder

בײַם אָנהייב פֿון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט האָבן אַ סך ייִדישע אימיגראַנטן דורכגעפֿירט חתונות וואָס האָבן צונויפֿגעפֿלאָכטן די ייִדישע טראַדיציעס מיט די נײַע אַמעריקאַנער מאָדעס. אַ חתונה־פּאָרטרעט פֿון לויִ און אסתּר ביידער אין ניו־יאָרק, מאַרץ 1917 Image by Courtesy of the Baeder Family

אָבער אין פֿאַרגלײַך מיט די אַסימילירטע חתונות, האָבן די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן גלײַכצײַטיק זיך באַמיט אויפֿצוהאַלטן די ייִדישע טראַדיציעס. אויף די פֿאַרבעטונגען זענען לעבן דעם ענגלישן טעקסט געשטאַנען די ווערטער „מזל טובֿ‟ אָדער „קול שׂשׂון וקול שׂמחה ־ קול חתן וקול כלה‟, באַגלייט מיט אַ ייִדישער איבערזעצונג פֿונעם ענגלישן טעקסט. און כאָטש מע האָט געפּראַוועט די חתונות אין עלעגאַנטע זאַלן האָט מען דערלאַנגט צום טיש עכטע ייִדישע מאכלים און געשפּילט קלעזמער־מוזיק. דאָ האָט מען אויך געשטעלט אַ חופּה, געמאַכט קידוש און צעבראָכן דאָס גלאָז — זאַכן וואָס מע האָט זעלטן געזען בײַ די „יעקישע‟ חתונות.

די איראָניע איז אָבער וואָס אין דער זעלבער צײַט וואָס די ייִדישע אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אייראָפּע האָבן אָנגעהויבן פּראַווען עלעגאַנטע ווײַסע חתונות האָבן די אײַנגעבוירענע פֿאַרמעגלעכע אַמעריקאַנער, סײַ ייִדן סײַ נישט־ייִדן, שוין אָנגעהויבן קוקן קרום אויף דעם איבערגעטריבענעם לוקסוס פֿון די ווײַסע חתונה און קריטיקירט די נײַע ייִדישע אימיגראַנטן דערפֿאַר. איין קריטיקער איז געווען דער שעף־רעדאַקטאָר פֿונעם פֿאָרווערטס, אַב קאַהאַן, וואָס האָט אין אַ דערציילונג אויף ענגליש, “A Ghetto Wedding” (אַ געטאָ חתונה), באַשריבן אַ יונג פּאָרל, גאָלדע און נתן, וואָס האָרעווען אײַנצושפּאָרן גענוג געלט פֿון זייערע בידנע שׂכירות אין דער קליידונג־פֿאַבריק כּדי צו קענען באַצאָלן פֿאַר זייער חתונה. גאָלדע האָט געגאַרט נאָך אַ ווײַסן חופּה־קלייד, אַ קאַפּעליע, אַ גרויסן זאַל און הונדערטער געסט. באַשליסט זי אויסצוגעבן זייער גאַנץ אָפּגעשפּאָרט געלט אויף דער חתונה, מיינענדיק אַז די מתּנות וואָס זיי וועלן באַקומען וועלן שוין דעקן די הוצאָות.

Wedding Invitation

די פֿאַרבעטונג אויף דער ביידער־חתונה, וואָס איז געווען אויף ענגליש, איז באַגלייט געוואָרן מיט אַ ייִדישער איבערזעצונג און ווינטשעוואַניעס אויף לשון־קודש Image by Courtesy of the Bader Family

צום באַדויערן איז גאָלדעס פּלאַן דורכגעפֿאַלן ווײַל אירע געסט זענען געווען פּונקט אַזוי אָרעם ווי זי און נתן. ווי אַ פּועל־יוצא האָט דאָס פּאָרל באַקומען אַ סך ווייניקער געשאַנק ווי זיי האָבן זיך געריכט און די מתּנות וואָס זיי האָבן יאָ באַקומען זענען געווען גאָר באַשיידענע. אַ סך געסט זענען אַפֿילו נישט געקומען צו דער חופּה, כּדי נישט צו דאַרפֿן געבן אַ מתּנה. בײַם סוף פֿון דער מעשׂה, קען דאָס פּאָרל אַפֿילו נישט אויספֿירן צו דינגען אַ וואָגן אַהיימצופֿאָרן, גייען זיי צו פֿוס, אָבער פֿאָרט גליקלעך וואָס זיי זענען איצט מאַן־און־ווײַב.

די דערציילונג גיט איבער די שפּאַנונג צווישן די לוקסוסדיקע חתונות וואָס די אימיגראַנטן האָבן אַזוי שטאַרק געוואָלט מיט דער רעאַליטעט — אַז זיי האָבן אַזוינע שׂימחות פּשוט נישט געקענט אויספֿירן. אין לעצטן סך־הכּל ווײַזט עס אָבער אַז די ליבע צווישן מאַן און ווײַב — אַ צווייטער וויכטיקער פּרינציפּ אין אַמעריקע — איז בײַ זיי פֿאָרט געווען חשובֿער ווי דער מאַטעריאַליזם פֿון דער אַמעריקאַנער ווײַסער חתונה.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.