װער איז טאַקע געװען טבֿיה דער מילכיקער?Who was Tevye the dairyman, really?
פֿיגורירט שלום־עליכמס באַליבטער העלד ווי אַ מוסטער פֿון אַ ייִדישן פֿאָטער אָדער ווי אַ קרבן פֿון זײַנע אײגענע קאַפּיטאַליסטישע חלומות?
שלום־עליכמס טבֿיה דער מילכיקער איז בלי־ספֿק דאָס סאַמע פּאָפּולערסטע געשטאַלט אין דער ייִדישער ליטעראַטור. ער איז באַקאַנט געװאָרן דעם ברײטערן פּובליקום צוליב דעם מיוזיקל און דעם פֿילם „פֿידלער אױפֿן דאַך‟, כאָטש דער דאָזיקער טבֿיה איז גאַנץ אַנדערש פֿונעם פּערסאָנאַזש פֿון שלום־עליכמס בוך. טבֿיהס געשטאַלט פֿאַרבלײַבט אױך אַ טעמע פֿון ליטעראַרישע פֿאָרשונגען און װיכּוחים. אײן שיטה האַלט, אַז טבֿיה איז אַ מוסטער פֿון אַ ייִד, װאָס האַלט זיך פֿעסט בײַ זײַן ייִדישקײט. די אַנדערע שיטה טענהט להיפּוך, אַז טבֿיה איז אַן אָפּגעשטאַנענער פּאַטריאַרכאַלער טיפּ, װאָס שטעלט זיך אַנטקעגן דעם מאָדערנעם פּראָגרעס. עס איז טאַקע אַ סימן־מובֿהק פֿון שלום־עליכמס טאַלאַנט, אַז זײַן ליטעראַריש געשטאַלט לאָזט זיך אױסטײַטשן אױף ביז גאָר פֿאַרשײדענע אופֿנים.
כּדי בעסער צו פֿאַרשטײן טבֿיהן, איז כּדאַי צו באַטראַכטן זײַן סאָציאַלן און עקאָנאָמישן מצבֿ אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט פֿונעם צאַרישן רוסלאַנד אױפֿן שװעל פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט. אַלע אונטערטאַנערס פֿונעם רוסישן צאַר זײַנען געװען צעטײלט לױט פֿאַרשײדענע שטאַנדן: פּױערים, שטאָטישע בירגער, סוחרים, אַדללײַט. יעדער שטאַנד האָט געהאַט זײַנע אײגענע רעכט און פֿליכטן, און אַריבערצוגײן פֿון אײן שטאַנד אינעם אַנדערן איז געװען גאַנץ שװער. כּמעט אַלע ייִדן האָבן געהערט צו צװײ שטאַנדן, שטאָטישע בירגער אָדער סוחרים. זײ האָבן געמוזט װױנען אין שטעט אָדער שטעטלעך, סײַדן זײ זײַנען געװען פֿאַרטאָן אין לאַנדװירטשאַפֿט און אַלײן געאַרבעט אױף דער ערד. די צאַרישע רעגירונג האָט ניט געװאָלט דערלאָזן ייִדן צו װױנען אין דערפֿער, װײַל זי האָט גאַהאַלטן, אַז ייִדן װעלן זײַן שעדלעך פֿאַר פּױערים.
פּראָפֿעסאָר רות װײַס שרײַבט אינעם רעפֿעראַט „דער אַלטער טבֿיה לעבט: רײד און קאָמוניקאַציע‟, װאָס איז אָקערשט דערשינען װי אַ קאַפּיטל אינעם יובֿל־בוך לכּבֿוד פּראָפֿעסאָר דוד ראָסקעסן אינעם װעב־זשורנאַל „אין געװעב‟: „טבֿיה איז ניט קײן שטעטל־ייִד … טבֿיה איז אַ ייִשובֿניק, אַ בעל-הבית װאָס איז שװה־בשװה מיט זײַנע בהמות.‟ פּראָפֿעסאָר װײַס האַלט, אַז „טבֿיה דערמאָנט אָן די קאָלאָניסטן אין ראשון־לציון מער אײדער אָן די תּושבֿים פֿונעם רוסישן תּחום־המושבֿ‟. װער זשע זײַנען געװען די ייִשובֿניקעס אינעם צאַרישן רוסלאַנד, און מיט װאָס זײַנען זײ געװען אַנדערש פֿון שטעטלדיקע ייִדן?
אַ היפּשע צאָל ייִדן האָבן טאַקע געװױנט צװישן די פּױערים אין די דערפֿער, כאָטש פֿאָרמעל זײַנען זײ געװען צוגעשריבן צו ייִדישע קהילות אין שכנישע שטעטלעך. לרובֿ זײַנען דאָס געװען אַרענדאַרן, װאָס האָבן באַקומען זײער אַרענדע בירושה פֿון די פּױלישע פּריצים. אָפֿט מאָל האָט אַ ייִשובֿניק געהאַלטן אויף אַרענדע אַ מיל און אַ קרעטשמע. װען די פּױערים האָבן געשניטן תּבֿואה, האָבן זײ זי געבראַכט צו דעם ייִד דעם אַרענדאַר אױף צו צעמאָלן אױף זײַן מיל. קײן סך מזומן האָבן זײ ניט געהאַט, און געװײנטלעך האָבן זײ באַצאָלט מיט אַ חלק פֿון דער תּבֿואה. אַזױ אַרום האָט דער אַרענדאַר באַקומען אַ סך תּבֿואה, װאָס ער האָט געקאָנט אָדער פֿאַרקױפֿן אין אַ שטעטל אָדער אַריבעראַרבעטן אין ביר און בראָנפֿן און פֿאַרקױפֿן די משקאות אין זײַן קרעטשמע. פֿאַר דעם דאָזיקן רעכט האָט דער אַרענדאַר געדאַרפֿט באַצאָלן אַ שטײַער, צוערשט דעם פּריץ און שפּעטער דער רוסישער מלוכה. דער דאָזיקער שטײַער, װאָס האָט געהײסן „אַקציז‟, איז געװען אַ היפּשער טײל פֿונעם רוסישן מלוכישן בודזשעט. אַזױ אַרום איז די מלוכישע פּאָליטיק געװען אַ סתּירותדיקע. מיט אײן האַנט האָט די רעגירונג געחתמעט גזירות אױף אַרױסצוטרײַבן ייִדן פֿון די דערפֿער, אָבער מיט דער צווייטער האַנט האָט זי געזאַמלט אַקציז פֿון זײערע קרעטשמעס. די גזירות האָבן אױסגעזען שאַרף און שטרענג, אָבער פּראַקטיש זײַנען זײ ניט געװען זײער עפֿעקטיװ.
איז טבֿיה טאַקע געװען אַ ייִשובֿניק? פֿון אײן זײַט יאָ, װײַל ער האָט געלעבט אױף אַ ייִשובֿ צװישן אוקראַיִנער פּױערים און ניט אין אַ שטעטל צװישן ייִדן (דאָס איז אַגבֿ דער װיכטיקסטער חילוק צװישן שלום־עליכמס טבֿיה און דעם טבֿיה פֿון אַנאַטעװקע אין „פֿידלער‟). פֿונעם עקאָנאָמישן שטאַנדפּונקט אָבער פּאַסט טבֿיה זיך ניט אַרײַן אין דער טראַדיציאָנעלער קאַטעגאָריע פֿון ייִשובֿניק — דאָס הייסט, איינער װאָס ציט זײַן פּרנסה פֿון דער דאָרפֿישער װירטשאַפֿט. טבֿיהס געשעפֿט איז אַ פּועל־יוצא פֿונעם אױפֿקומענדיקן רוסישן קאַפּיטאַליזם, װאָס האָט באַרײַכערט אַ קלײנע צאָל ייִדן און עקאָנאָמיש חרובֿ געמאַכט אַ סך מער. טבֿיה באַקומט דעם קרן פֿון זײַן קאַפּיטאַל על-פּי נס װען ער העלפֿט אַרױס צװײ פֿרױען, װאָס האָבן זיך פֿאַרבלאָנדזשעט אין װאַלד. די דאָזיקע פֿרױען געהערן צו דער נײַער ייִדישער בורזשואַזיע פֿון יהופּעץ (קיִעװ). זײ האָבן אַ נײַע מאָדע: פֿאַרברענגען זומער־צײַט מעשׂה־פּריץ אױף דאַטשעס אין בױבעריק. די דאָזיקע אױפֿגעקומענע גבֿירהטעס װילן האָבן קעז, פּוטער, סמעטענע, מילך געליפֿערט פֿריש אויף פֿרישטיק, און זײ זײַנען גרײט צו באַצאָלן דערפֿאַר אַ גוטן מקח. אַזעלכע רײַכע קונים װאָלט טבֿיה ניט געקאָנט האָבן צװישן די אָרעמע ייִדן אין שטעטל, שױן אָפּגערעדט פֿון די פּױערים, װאָס האָבן געהאַט אײגענע בהמות. װינטערצײַט ברענגט טבֿיה זײַן סחורה צו זײַנע קונים אין יהופּעץ.
אַזױ אַרום איז טבֿיה װײַט ניט קײן טראַדיציאָנעלער ייִשובֿניק, נאָר אַן עלעמענט פֿון דער נײַער קאַפּיטאַליסטישער סיסטעם. ער איז אײנער פֿון די, װאָס באַדינען דעם רײַכסטן שפּיץ פֿונעם סוחרישן שטאַנד פֿון רוסישן ייִדנטום. זײַנע צרות קומען פֿון דעם, װאָס ער אַלײן פֿאַרשטײט דאָס ניט און װיל זיך װײַטער האַלטן בײַם אַלטן שטײגער. להיפּוך צו דעם פֿאָטער, האָבן טבֿיהס טעכטער קלאָרערע השׂגות װעגן דעם עולם־הזה. יעדע קאַפּיטל פֿון „טבֿיה‟ שפּיגלט גענױ אָפּ יענעם היסטאָרישן מאָמענט, אין װעלכן דאָס בוך איז געשריבן געװאָרן. שלום־עליכם איז געװען זײער אַ שאַרפֿזיניקער אָבסערװאַטאָר פֿון דער פּאָליטישער, עקאָנאָמישער און געזעלשאַפֿטלעכער אַנטװיקלונג און פֿון איר השפּעה אױף דער פּסיכאָלאָגיע און דעם באַװוּסטזײַן פֿון ייִדישע פֿאָלקסמענטשן. װען מען נעמט ניט דעם דאָזיקן אַספּעקט פֿון זײַנע װערק אין באַטראַכט, זעט טבֿיה אױס װי אַ העלד. אָבער װען מען גריבלט זיך טיפֿער אַרײַן אין דער ייִדישער געשיכטע, פֿאַרשטײט מען, אַז טבֿיה איז אַ טיפּישער קרבן פֿון דער קאַפּיטאַליסטישער אַנטװיקלונג.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO