Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די לאָטעריעThe Lottery

אַ ייִדישע פֿרוי דערציילט ווי איר פֿעטער, אַן אָרעמער אימיגראַנט אין קובאַ, האָט געוווּנען אַ מאַיאָנטיק — און וואָס ס׳איז מיט אים דערנאָך געשען.

„דו שפּילסט די לאָטעריע?‟

אַזוי האָט רחל מיך אַ פֿרעג געטאָן בעת מיר זענען געזעסן בײַ איר אין קיך מיט די געל־קאָלירטע װענט פֿון די זעכציקער יאָרן. אויפֿן אויסגעריבענעם טישל זענען געשטאַנען צװיי געבלימטע טעפּעלעך מיט זודיקער קובאַנער קאַװע. יעדער באַזוך בײַ רחלען האָט זיך, אָן אויסנאַם, אָנגעהויבן מיט אַ טעפּל שטאַרקע, שװאַרצע קאַװע, פֿאַרזיסט מיט אַ ביסל ראָרצוקער — אַ מינהג בײַ אַלע קובאַנער ייִדן אין מיאַמי ביטש.

„זייער זעלטן שפּיל איך,‟ האָב איך געענטפֿערט.

אָנגעלענט אָן איר שטול, האָט רחל נײַגעריק געקוקט אויף מיר, װי זי װאָלט געװאָלט מיך אַרײַנציִען אין אַ פּאַסטקע, און מיך געפֿרעגט: „װאָלטסטו געװאָלט געװינען די לאָטעריע? מיינסטו אַז געלט ברענגט גליק?‟

„נו, ס’קען זײַן…‟ האָב איך געענטפֿערט. „זיכער איז עס לײַכטער מיט געלט, װײַל מע האָט אַ בעסערן לעבנס־נחת.‟

„נאָ, נאָ, נאָ, נאָ, נאָ! – האָט זי מיך געמוסרט אויף שפּאַניש, מאַכנדיק אויף ניין מיטן פֿינגער. „ס’איז אומבאַדינגט נישט אַזוי! און איך װעל דיר דאָס באַװײַזן. איך װעל דיר דערציילן װעגן מײַן פֿעטער משהן אין קובאַ, מײַן מאַמעס ברודער. משה אַרבער האָט ער געהייסן. הער זיך גוט צו, װײַל דאָס װאָס ער האָט געמיינט אַז ס׳איז דער גליקלעכסטער טאָג אין זײַן לעבן, איז געװען דער אָנהייב פֿון זײַן גרעסטן אומגליק.‟

„אין קובאַ האָבן אַלע געשפּילט די לאָטעריע — מיר ייִדן אויך, פֿאַרשטייט זיך,‟ האָט רחל דערציילט. „ס’איז געװען אַ נאַציאָנאַלע אָבסעסיע, און דער פֿעטער משה איז אויך נישט געװען גלײַכגילטיק צו דעם לאָטעריע־פֿיבער. מע האָט געקאָנט קויפֿן די לאָטעריע־בילעטן אומעטום — אין די קאַפֿעען, אין די „באָדעגאַס‟ (שפּײַזקראָמען), און עס זענען אויך געװען פּעדלערס, װאָס זענען אַרומגעגאַנען אויף די גאַסן און זיך פֿאַרנומען נאָר מיט פֿאַרקויפֿן די לאָטעריע־בילעטן. ס’איז געװען װער עס האָט געקויפֿט איין בילעט, צװיי בילעטן, דרײַ. אַפֿילו צען. איין מאָל אַ װאָך האָט מען געמאָלדן אין די צײַטונגען, װעלכע ציפֿערן זענען די געװינערס.‟

„האָט געטראָפֿן אַז איין מאָל האָט דער פֿעטער משה געװוּנען די לאָטעריע! ס’איז געװען נישט צום גלויבן! אַ ייִד פֿון פּוילן װאָס איז אָנגעקומען קיין קובאַ װי אַ קבצן אין זיבן פּאָלעס! און דאָס געװינס איז נישט געװען קיין קלייניקט — נישט בלויז אַ פּאָר פּעסאָס. ס’איז געװען אַ גרויסע סומע געלט. נו, זאָג מיר — האָט זי מיך אַ פֿרעג געטאָן — װאָס מיינסטו אַז ער האָט געטאָן מיט דעם ריזיקן באַרג געלט?‟

„געקויפֿט אַ געשעפֿט?‟

„ניין,‟ האָט זי אַראָפּגעלאָזט די אויגן און געשאָקלט פּאַמעלעך מיטן קאָפּ. זי האָט מיך אָנגעקוקט מיט צער, און שיִער ניט אויסגעשריגן: „ער איז צוריקגעפֿאָרן קיין פּוילן!‟

„באמת?‟ האָב איך, אַ דערשטוינטער, געפֿרעגט. „צו װוינען דאָרט?‟

„יאָ! זײַן װײַב, די מומע טויבע, מיט די צװיי קינדער — מײַנע קוזינעס סרולעק און האָדל, זענען נאָך אַלץ געװען אין פּוילן. נו, װאָס האָט ער געטאָן? אַנשטאָט זיי אַריבערצוברענגען קיין קובאַ, איז ער צוריקגעפֿאָרן אין אונדזער שטעטל, טאַרטאַקאָװ! געהערט אַ מעשׂה?!‟

„און װען איז דאָס געװען?‟

„לאָמיר זען, איך בין געקומען קיין קובאַ מיט דער מאַמען און מײַן שװעסטער, אסתּר, אין 34’ און ער איז צוריקגעקומען, איידער מיר זענען אַװעק. דאָס האָט געדאַרפֿט זײַן אין 33’. אָבער קאָנסטו זיך פֿאָרשטעלן? װאָס איז אים עפּעס אײַנגעפֿאַלן זיך אומצוקערן קיין פּוילן אין אַזאַ צײַט?!‟

װאָס האָב אַיך געקענט זאָגן? אַצינד, לאַחר־המעשׂה, װאָלט מען געהאַלטן משהס באַשלוס פֿאַר אַ משוגעת. אָבער װי קען מען מישפּטן אַ צװייטנס געדאַנקען־גאַנג, װען מע קען אַפֿילו ניט אָנהייבן תּופֿס צו זײַן דעם מצבֿ אין װעלכן ער האָט זיך געפֿונען און די װעלט אין װעלכער ער האָט געלעבט?

„דאָס איז יאָ שװער צו פֿאַרשטיין,‟ האָב איך זיך אָפּגערופֿן. איך האָב מורא געהאַט פֿאָרצוברענגען די שאלה װאָס האָט בײַ מיר געגריזשעט אין קאָפּ. נאָר מײַן נײַגעריקייט האָט גובֿר געװען.

„און װאָס איז פֿון אים געװאָרן?‟ האָב איך שטיל געפֿרעגט.

אין מיטן דערינען, האָט זיך דער אויסדרוק אויף רחלס פּנים געענדערט. די אויגן זענען איר פֿאַרכמאַרעט געװאָרן, און זי האָט אָפּגעװאָנדן דעם בליק. זי האָט געשטאַרט ערגעץ־װוּ העט־העט. עס האָט זיך געדאַכט, עלעהיי זי האָט זיך פֿאַרלוירן אַ רגע אין אירע מחשבֿות.

„װאָס איז פֿון אים געװאָרן?‟ האָט זי איבערגעחזרט, מיט אַ גרימאַסע אויף איר פּנים, די אויגן פֿול מיט טרערן. „פֿון אים, און פֿון כּמעט זײַן גאַנצער פֿאַמיליע איז געװאָרן נאָר אַ קופּע אַש…‟

„דיִאָס מיִאָ (גאָטעניו)!‟ האָב איך געמורמלט.

יאָ…אַן אמתע טראַגעדיע. – האָט רחל געזאָגט, אָפּװישנדיק די אויגן.

איך האָב געקוקט אויף איר מיט מיטלײַד, זעענדיק װי דער שוידערלעכער אומקום פֿון איר משפּחה האָט אויף איר נאָך ביז הײַנט אַ טיפֿע װירקונג, אַפֿילו אַזוי פֿיל יאָרן שפּעטער. מיר זענען לאַנג געזעסן אין דער איצט טונקעלער קיך און געשװיגן. רחל האָט זיך אויפֿגעשטעלט, און צוגעטראָגן אונדזערע צװיי ליידיקע טעפּלעך קאַװע צום אָפּגאָס. זי האָט זיי אויסגעװישט און זיך װידער אַװעקגעזעצט בײַם טיש, אָנשפּאַרנדיק דעם קאָפּ אויף דער האַנט.

„דאָס קאָן איך אים נישט מוחל זײַן,‟ האָט זי געזאָגט. „ער האָט געהאַט קינדער, אַ װײַב. האָט ער נישט געװאָלט קיין בעסער לעבן פֿאַר זײַנע קינדער? פֿאַר װאָס האַט ער נישט אַריבערגעבראַכט זײַן פֿאַמיליע קיין קובאַ, מיט דעם געלט װאָס ער האָט געװוּנען? פֿאַר װאָס האָט ער זיך ווידער איבערגעצויגן קיין פּוילן?!‟

איך בין געװען זיכער אַז זי האָט זיך געשטעלט אָט די זעלביקע פֿראַגע הונדערטער מאָל, במשך פֿון די לעצטע 75 יאָר, זוכנדיק אַן ענטפֿער, װאָס זי װעט קיין מאָל ניט געפֿינען, און װאָס װעט קיין מאָל ניט לינדערן דעם װייטיק.

„אפֿשר… האָט ער געבענקט אַהיים?‟

„אַך!‟ האָט רחל אַװעקגעמאַכט מיט דער האַנט. „געבענקט אַהיים? ס’איז נישט געװען נאָך װאָס צו בענקען! דו װייסט װאָס ס’איז געװען טאַרטאַקאָװ? גאָרנישט מיט נישט! אַ פֿאַרװאָרפֿן שטעטל אין גאַליציע. אין טאַרטאַקאָװ איז בלויז געװען אַ בלאָטע און אַנטיסעמיטן! װייסטו װי אַזוי זיי האָבן מיך גערופֿן אין פּוילן? ‘פּאַרשיװע זשידוּװקאַ!’ װייסטו װאָס דאָס מיינט?‟

„יאָ, איך װייס.‟

„אין פֿאַרגלײַך מיט פּוילן, איז קובאַ געװען אַ גן־עדן! דאָ האָבן מיר געהאַט עלעקטרע, פֿליסנדיק װאַסער, שטוביקע קלאָזעטן, אויטאָמאָבילן, טעאַטערס, קינאָס. קובאַ איז געװען אַ פּראַכט!‟

יעדעס מאָל וואָס רחל האָט דערמאָנט קובאַ, איז איר מינע מילדער געװאָרן, אַ שמייכעלע האָט זיך באַוויזן אויף די מויל־װינקלען און די אויגן האָבן זיך צעפֿינקלט.

„איך רעד, פֿאַרשטייט זיך, װעגן דער תּקופֿה איידער קאַסטראָ ימח־שמו איז אָנגעקומען און האָט אַלץ חרובֿ געמאַכט.‟

מער װי 50 יאָר האָט זי שוין אָפּגעלעבט אין אַמעריקע. דאָ האָט זי געהאָדעװעט קינדער, געבויט אַ נײַ לעבן אָבער, בלי־ספֿק, איז רחלס האַרץ ביז הײַנט נאָך געבליבן אין האַװאַנאַ.

„האָסטו אים גוט געקענט, דײַן פֿעטער? דו ביסט נאָך געװען זייער קליין װען דו האָסט פֿאַרלאָזט פּוילן. װיפֿל, זעקס, זיבן יאָר אַלט?‟

„אַיאָ, איך געדענק אים זייער גוט. איך האָב אים געזען כּמעט יעדן טאָג אין טאַרטאַקאָװ. מיר — איך מיט דער מאַמען און אסתּרן — האָבן געװוינט אין שטוב מיט די באָבע־זיידע. דער זיידע איז געװען אַ שוסטער, און אין איין עק שטוב, לעבן דער טיר, האָט ער געהאַט זײַן װאַרשטאַט, װוּ ער האָט פֿאַרריכט שטיװל פֿאַר די גויים. דער פֿעטער משה איז אויך געװען אַ שוסטער. ער פֿלעגט קומען אַלע טאָג צו אונדז אַרויסצוהעלפֿן דעם זיידן. זיי זענען געזעסן דאָרט אויף די טאַבורעטקעס, און אוי! איך געדענק דאָס װי ס’װאָלט געװען נעכטן — די בענקעלעך זענען געװען אַזוי נידעריק, אַז איך פֿלעג צוקומען צו אים פֿון הינטן און אים אַרומגענומען דעם האַלדז.‟

„או־װאַ!‟ האָב איך אויסגערופֿן. „דו געדענטקס דאָס אַלץ נאָך אַזוי פֿיל יאָרן?‟

„פֿון די קינדער־יאָרן אין פּוילן געדענק איך אַלצדינג, אַלצדינג! איך זע דעם פֿעטער משהן פֿאַר די אויגן אַפֿילו פּונקט װי איך זע דיך, זיצנדיק דאָ פֿאַר מיר. ס’איז אַזוי טראַגיש, דאָס װאָס איז געשען מיט אים און מיט זײַן פֿאַמיליע. און איך האָב דיר נאָך נישט דערציילט די גאַנצע מעשׂה! נאָכן קריג איז געקומען קיין קובאַ אַ װײַטער קרובֿ, ראָבערטאָ לאַנעס האָט ער געהייסן. ער איז געװען פֿון װאָליצע, אַ דאָרף לעבן טאַרטאַקאָװ, און ער האָט דורכגעמאַכט דעם קריג אויסבאַהאַלטנדיק זיך אין װאַלד. נאָך דעם װי די רוסן האָבן באַפֿרײַט די געגנט, איז ער געפֿאָרן קיין טאַרטאַקאָװ, און דאָרטן האָבן די פּאָליאַקן אים צוּ װיסן געטאָן װאָס עס איז געשען. אָבער איידער איך הייב אָן מיט דעם, דאַרף איך דיר דערציילן עפּעס זייער װיכטיקס, עפּעס װאָס האָט פּאַסירט פֿאַרן קריג.

„װען דער פֿעטער משה איז צוריקגעפֿאָרן קיין טאַרטאַקאָװ, האָט ער גענומען דאָס געלט פֿון דער לאָטעריע, און געקויפֿט אַ שטיקל ערד. גײ װייס פֿאַר װאָס! ער האָט גאָרנישט געטאָן מיט דעם. ס’איז געבליבן דאָרט סתּם אַזוי – פּוסט אין פֿאַרלאָזן. אין יעדן פֿאַל, האָט ער אַליין דאָס נישט געקאָנט קויפֿן, װײַל ייִדן האָבן נישט געטאָרט זײַן קיין ערד־באַזיצערס. איז, װאָס האָט ער געטאָן? ער האָט געהאַט אַ באַקאַנטן, אַ פּאָליאַק, האָט ער דאָס שטיקל־ערד פֿאַרשריבן אויף זײַן נאָמען.

„װען די דײַטשן האָבן פֿאַרנומען טאַרטאַקאָװ אין 41’ האָבן זיי אַרויסגעטריבן אַלע ייִדן קיין סאָקאַל, אַ גרעסערע שטאָט אומגעפֿער 10 קילאָמעטער פֿון טאַרטאַקאָװ, װוּ זיי האָבן אויפֿגעשטעלט אַ געטאָ. איך מיין אַז דאָס איז געװען שוין אין 42’. דער פֿעטער משה האָט זיך אַרויסגעגנבֿעט פֿון סאָקאַלער געטאָ און איז געגאַנגען צום פּאָליאַק ־ קאָזלאָװסקי האָט ער געהייסן. דער פּאָליאַק האָט אים פֿאָרגעלייט אַז ער זאָל צוריק קיין טאַרטאַקאָוו און ברענגען זײַן משפּחה צו אים, כּדי ער זאָל זיי אויסבאַהאַלטן בײַ זיך.‟

„איז ער, הייסט עס, געװען דײַן פֿעטערס אַ נאָענטער חבֿר? עס זענען ניט געװען קיין סך פּאָליאַקן גרייט אוסצובאַהאַלטן ייִדן, און נאָך דערצו אַ גאַנצע משפּחה.‟

„יאָ, חבֿרים, באַקאַנטע…‟ מײַן באַמערקונג האָט רחלען ניט אין גאַנצן איבערצײַגט. „איז דער פֿעטער משה

צוריקגעפֿאָרן קיין סאָקאַל, און װאָס האָט ער געפֿונען? אַן אויסגעליידיקטן געטאָ… בעת ער איז געװען בײַ קאָזלאָװסקין האָבן די דײַטשן אויסגעפֿירט אַן אויסזידלונג־אַקציע און פֿאַרשיקט זײַן גאַנצע פֿאַמיליע קיין בעלזשעץ… ער האָט זיך אומגעקערט צו קאָזלאָװסקין, אָבער ער איז דאָרטן געבליבן נאָר אַ פּאָר טעג. אפֿשר האָט דאָס לעבן פֿאַר אים שוין מער נישט געהאַט קיין זין? צום סוף, האָט ער זיך איבערגעגעבן צו די דײַטשן אין סאָקאַל, און זיי האָבן אים מסתּמא דערשאָסן צוזאַמען מיט אַזוי פֿיל אַנדערע ייִדן אין דעם הייליקן אָרט…

איך בין געזעסן דאָרט, אָן לשון. רחל האָט פֿאַרקלעמט די ליפּן און, אײַנהאַלטנדיק די טרערן, געקוקט אויף מיר מיט אירע סמוטנע אויגן.

„זעסט, מײַן טײַערער,‟ האָט זי געזאָגט. „דערפֿאַר זאָג איך דיר — היט זיך מיט דעם װאָס דו װינטשסט זיך.‟

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.