Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

נאָך 37 יאָר קלאָגט ער אָן אַבֿרהם מאָנדראָוויץ און אַ ברוקלינער ישיבֿהAfter 37 years, he’s suing Avrom Mondrowitz and a Brooklyn yeshiva

חיים צוקערמאַן, וואָס איז איצט 50 יאָר אַלט, האָפֿט אַז דער אָנקלאָג וועט ראַטעווען אַנדערע קינדער פֿון ווערן סעקסועל באַלעסטיקט.

חיים צוקערמאַן האָט נישט געגלייבט זײַנע אויגן.

ווי אַ 13־יאָריקער תּלמיד פֿון דער גערער ישיבֿה און מסיבֿתּא „בית ישׂראל‟ אין ברוקלין, איז ער איין מאָל אַרײַן אינעם עסצימער, כּדי צו גיין אַרבעטן אויף אַ גרויסן ליכטל וואָס ער און זײַנע פֿרײַנד האָבן געהאַלטן אין מיטן מאַכן לכּבֿוד דעם יאָרצײַט פֿונעם פֿיפֿטן גערער רבין, ווען ער האָט דערזען ווי זײַנער אַ מיט־תּלמיד לענט זיך אָן אין אַ טיש — און ווי אַ מאַן ליגט איבער אים. סײַ בײַם מאַן — באַקאַנט בײַ די תּלמידים ווי אַ קינדער פּסיכאָלאָג — סײַ בײַם ייִנגל, זענען די הויזן געווען אין גאַנצן אַראָפּגערוקט.

„ס׳איז געווען די עקלדיקסטע, ווילדסטע זאַך וואָס איך האָב אַ מאָל געזען,‟ האָט צוקערמאַן, הײַנט 50 יאָר אַלט, לעצטנס געזאָגט דער „דזשויִש וויק‟. דאָס ייִנגל איז אַרויפֿגעלאָפֿן און דערציילט אַ לערער וואָס ער האָט דערזען. דער לערער האָט אים געבראַכט צו דער ישיבֿהס משגיח רוחני, אַבֿרהם לייזעראָוויץ וואָס — דערציילט צוקערמאַן — האָט אים געגעבן אַ פּסק צוליב זײַנע „שמוציקע געדאַנקען‟ און אים געהייסן גיין אויף טעראַפּיע־סעסיעס מיט דעם זעלבן מענטש, אַבֿרהם מאָנדראָוויץ.

Haim Zuckerman

חיים צוקערמאַן Image by The Jewish Week

כאָטש ער האָט זיך געזאָרגט און זיך געפֿילט אומבאַקוועם, האָט צוקערמאַן געזאָגט אַז ער האָט דערפֿילט אַז ער מוז פֿאָלגן. דאָס וואָס איז געשען נאָך דעם פּײַניקט אים עד־היום. איצט, מיט 37 יאָר שפּעטער, האָט ער אָנגעקלאָגט סײַ מאָנדראָוויץ — אַ געבוירענער אין פּוילן אין 1947 וואָס האָט געוווינט אין שיקאַגע ביז ער האָט זיך געצויגן קיין ניו־יאָרק אין די 1970ער — סײַ די ישיבֿה סײַ לייזעראָוויץ.

צוקערמאַן האָט געזאָגט אַז ער האָט באַשלאָסן, סוף־כּל־סוף, צו דערציילן וואָס ס׳איז אים געשען ווײַל ער וויל פֿאַרזיכערן אַז אַזאַ זאַך געשעט נישט צו נאָך קינדער. „אויב איך קען דורך דעם ראַטעווען אַפֿילו בלויז איין קינד, איז עס שוין כּדאַי,‟ האָט ער געזאָגט.

לויט דעם אָנקלאָג טענהט צוקערמאַן אַז בעת די „טעראַפּיע סעסיעס‟, האָט מאָנדראָוויץ — וואָס האָט דעמאָלט געפֿירט אַ פּאָפּולערע ראַדיאָ־פּראָגראַם און איז געלויבט געוואָרן בײַ די חסידים ווי אַ טאַלאַנטירטער פּסיכאָלאָג (שפּעטער האָט זיך אַרויסגעוויזן אַז זײַן „דיפּלאָם‟ ווי אַ פּסיכאָלאָג איז געווען אַ געפֿעלשטער) — האָט סעקסועל באַלעסטיקט צוקערמאַן. נאָכן אינצידענט האָט מאָנדראָוויץ אים געבראַכט אין אַ ביכערקראָם און אים געקויפֿט אַ טײַערן קאָמפּלעט ביכער אָנגעשריבן פֿונעם דײַטשישן רבֿ פֿון 19טן יאָרהונדערט, מאַרקוס לעהמאַן.

„איך האָב זיך געפֿילט אין גאַנצן אומבאַהאָלפֿן,‟ האָט צוקערמאַן געזאָגט. ער האָט געוואָלט דערציילן טאַטע־מאַמע, ביידע לעבן געבליבענע פֿון חורבן, וואָס מאָדראָוויץ האָט אָפּגעטאָן אָבער ווי נאָר זיי האָבן געהערט אַז ער האָט זיך באַקענט מיטן „באַרימטן דאָקטער‟ האָבן זיי אים געזאָגט וואָס פֿאַר אַ כּבֿוד דאָס איז, האָט דאָס ייִנגל געשוויגן.

דער אָנקלאָג, וואָס איז דעם פֿאַרגאַנגענעם מאָנטיק אָנגעגעבן געוואָרן אינעם העכסטן געריכט אין ברוקלין, איז בלויז לעצטנס מעגלעך געוואָרן אַ דאַנק אַ נײַעם געזעץ וואָס דערלויבט די געליטענע פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג אָנצוקלאָגן זייער באַלעסטיקער, יאָרן נאָך דעם ווי ס׳איז געשען.

צוקערמאַן זאָגט אינעם אָנקלאָג אַז נאָך דעם ווי ער האָט געזאָגט לייזעראָוויץ וועגן דעם אַטאַק אויפֿן תּלמיד אין עסצימער, האָט מען אים, צוקערמאַן, אַרויסגעוואָרפֿן פֿון דער ישיבֿה, דורך אַ בריוו אָנגעשריבן צו זײַנע עלטערן, אַז ער „פּאַסט זיך נישט אַרײַן אין דער ישיבֿה און זיי זאָלן געפֿינען פֿאַר אים אַן אַנדער ישיבֿה‟.

אין 2006 איז לייזעראָוויץ אַנטלאָפֿן קיין ישׂראל נאָך דעם ווי מע האָט אים אַליין באַשולדיקט אין סעקסועל האָבן באַלעסטיקט ייִנגלעך.

צוקערמאַן זאָגט אַז ערשט מיט יאָרן שפּעטער, נאָך דעם ווי ער האָט חתונה געהאַט און דערצויגן קינדער, אַז ער האָט זיך דערוווּסט פֿון זײַנע פֿרײַנד וועגן אַנדערע וואָס זענען אַטאַקירט געוואָרן פֿון מאָנדראָוויץ, אַרײַנגערעכנט איין מאַן וואָס האָט זיך גענומען דאָס לעבן.

די „דזשויִש וויק‟ האָט איבערגעלאָזט אַן אַנזאָג אויף דער ענטפֿערקע בײַ „בית ישׂראל‟ אָבער קיינער האָט נישט צוריקגעקלונגען די צײַטונג, און אַ בליצבריוו צו מאָנדראָוויץ איז צוריקגעקומען. נישט מאָנדאָרוויץ אָדער לייזעראָוויץ האָט מען געקענט טעלעפֿאָניש דערגרייכן.

די אַמעריקאַנער פּאָליציי האָט שוין יאָרן לאַנג געפּרוּווט אַרעסטירן מאָנדראָוויצן. אין 1985 האָט מען אים פֿאָרמעל באַשולדיקט אין פֿיר קלאָגפּונקטן פֿון פֿאַרגוואַלדיקונג און אַכט קלאָגפּונקטן פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג, נאָך דעם ווי ער איז אַנטלאָפֿן קיין ישׂראל. די פֿיר קינדער וואָס ער האָט אַ פּנים באַלעסטיקט זענען נישט געווען קיין ייִדישע קינדער. קיינער פֿון די ייִדישע קינדער האָבן נישט אויפֿגעטראָטן ווי עדות אין דער גרויסזשורי וואָס האָט געבראַכט די באַשולדיקונג.

נאָך מער אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם אָנקלאָג קעגן מאָנדראָוויץ, לייענט ווײַטער אויף ענגליש דאָ

אַ שײַכותדיקער אַרטיקל אויף ייִדיש, פֿון יולי 2010, קענט איר לייענען דאָ

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.