Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ 14־יאָריק ייִנגל דערציילט וועגן זײַן „קאָוויד־זומער‟What the summer of Covid is like for this 14-year old

איין הנאהדיקע אַקטיוויטעט וואָס קעמפּ סטאָון האָט דורכגעפֿירט אָנלײַן: יעדער קעמפּער האָט געדאַרפֿט פּרוּוון זיך אַרײַנקוועטשן אין אַ וואַליזע.

אין מאַרץ האָט מײַן משפּחה און הונדערטער אַנדערע משפּחות באַקומען אַ בליצבריוו פֿון דער „עס־איי־אַר‟ טאָגשול מעלדנדיק אַז מע האָט אַנולירט אַלע קלאַסן ווײַל אַ תּלמיד האָט זיך אָנגעשטעקט מיטן קאָראָנאַ־ווירוס. ס׳רובֿ פֿון אונדז קינדער האָבן זיך דערפֿרייט וואָס מיר האָבן אַ פֿרײַען טאָג. ווער האָט דעמאָלט געוווּסט אַז מיר וועלן דעם גאַנצן סעמעסטער מער נישט אַרײַנטרעטן אינעם שול־בנין? און נאָך מער — אַז איך, ווי אַ תּלמיד אינעם העכסטן קלאַס, וועל בכלל מער נישט זײַן קיין תּלמיד דאָרט?

נאָך דרײַ חדשים פֿונעם נישט זען קיינעם אַחוץ מײַן אייגענער משפּחה בין איך שוין געווען גרייט אויפֿן זומער. געוויינטלעך פֿאַרברענגען מײַנע שוועסטער און ברידער און איך אין קעמפּ סטאָון, אַ שלאָפֿלאַגער פֿון דער „בני־עקיבֿא‟ אין פּענסילוועניע. צוליב דעם קאָראָנאַ־ווירוס איז דער באַגריף „געוויינטלעך‟ אָבער אַרויסגעפֿלויגן פֿון פֿענצטער. כּדי זיך צוצופּאַסן צו דעם נײַעם מצבֿ האָט קעמפּ סטאָון, ווי אַנדערע זומער־לאַגערן, געפּרוּווט איבערפֿירן די אַקטיוויטעטן אָנלײַן — אָבער בלויז אויף צוויי וואָכן אַנשטאָט אַכט. ס׳האָט נישט געקאָסט קיין געלט; די קעמפּערס האָבן פּשוט געדאַרפֿט זיך פֿאַרשרײַבן און אָנגעבן דעם היימאַדרעס, כּדי דער לאַגער זאָל זיי קענען שיקן אַ קעסטל זאַכן וואָס די קעמפּערס האָבן געדאַרפֿט האָבן במשך פֿון די צוויי וואָכן.

600 קינדער האָבן זיך פֿאַרשריבן.

יעדער טאָג האָט אויסגעזען אַזוי: 8:30 אין דער פֿרי האָט מען געדאַוונט דורך „זום‟. דערנאָך האָט מען דורכגעפֿירט פֿאַרשידענע שפּילן און אַקטיוויטעטן וואָס יעדער האָט געטאָן בײַ זיך אין דער היים. איין הנאהדיקע אַקטיוויטעט איז געווען אַז יעדער קעמפּער האָט געדאַרפֿט פּרוּוון זיך אַרײַנקוועטשן אין אַ וואַליזע!

מע האָט אויך איבערגעמאַכט אַ טייל פֿון די אַקטיוויטעטן וואָס מיר טוען יעדן זומער, ווי למשל דער „חוץ‟ („אין דרויסן‟ אויף העברעיִש). געוויינטלעך האָט דאָס געמיינט אַז מיר גייען אין וואַלד און וווינען דאָרט דרײַ טעג לאַנג. אינעם קאַראַנטין־נוסח פֿון „חוץ‟ זענען די קעמפּערס פֿון יעדער עדה (גרופּע), צוזאַמען מיטן ראש־עדה, דעם גרופּע־פֿירער, געזעסן ביז שפּעט אין דער נאַכט בײַם קאָמפּיוטער און דערציילט מעשׂיות איינער דעם צווייטן. אונדזער ראש־עדה, למשל, האָט אונדז דערציילט אַ לאַנגע מעשׂה וועגן זײַן האָבן פֿאַרבלאָנדזשעט זיך אין וואַלד דרײַ טעג לאַנג. ס׳איז געווען שווער צו וויסן צי אַלע קעמפּערס האָבן זיך צוגעהערט צו אים צי נישט ווײַל אַ סך האָבן מיט דער צײַט אויסגעלאָשן דעם ווידעאָ־טייל פֿונעם קאָמפּיוטער. (איך אויך.)

הגם ס׳איז נישט געווען קיין אמתער זומער־לאַגער האָט „סטאָון‟ ערנסט געפּרוּווט נאָכמאַכן די קעמפּ־אַטמאָספֿער אויף כאָטש אַ טייל פֿונעם טאָג, און דערבײַ געמאַכט אונדז קעמפּערס פֿילן אַ ביסל ווייניקער אומעטיק און מער „פֿאַרבונדן‟ מיט אַנדערע.

אַ צווייטע פּראָגראַם אין וועלכער איך האָב אָנטייל גענומען איז געווען אַן אַקטיוויזם־וואַרשטאַט מיטן נאָמען Impact פֿון דרײַ שעה אַ טאָג, דרײַ טעג לאַנג. כאָטש עס זענען געווען עטלעכע אינטערעסאַנטע מאָמענטן איז עס, בדרך־כּלל, נישט געווען זייער אינספּירירנדיק. אינעם ערשטן טאג האָבן מיר געקוקט אויף אָרעמע געגנטן אָנלײַן און דיסקוטירט פֿאַר וואָס זיי געפֿינען זיך אין אַזאַ מצבֿ און ווי אַזוי מיר קענען פֿאַרריכטן די פּראָבלעמען. דערנאָך האָט מען אונדז צעטיילט אויף גרופּעס און יעדע גרופּע האָט געדאַרפֿט דיגיטאַליש אויסטראַכטן ווי ס׳זעט אויס אַן אידעאַלע געגנט.

דעם צווייטן טאָג האָט אַן אונטערנעמער וואָס פֿירט אָן מיט אַ וויסנשאַפֿט־פּראָגראַם פֿאַר קינדער אונדז דערציילט ווי ער האָט אָנגעהויבן זײַן פֿירמע. אינעם לעצטן טאָג האָבן די אָנגעשטעלטע בײַ „אימפּאַקט‟ אונדז געלערנט ווי מיר קענען אַליין פֿאַרבעסערן די וועלט. די דרײַ עיקרים זענען: 1) פֿאַרזאַמלט אַ גרופּע מענטשן, 2) שאַפֿט אַ פּלאַן און 3) (אויב איר ווילט) לאָזט דער פּרעסע וויסן וועגן דעם.

די פּראָגראַם האָט געזאָלט אונדז ווײַזן ווי אַזוי מיר קענען העלפֿן לייזן געוויסע פּראָבלעמען ווי דער קלימאַטן־בײַט און היימלאָזיקייט אָבער מיר דאַכט זיך אַז איך האָב זיך גאָרנישט דערוווּסט פֿון זיי וואָס איך האָב נישט געוווּסט פֿון פֿריִער.

דערווײַל האָב איך אָנגעהויבן אַרבעטן אַ ביסל — איך פּאַס אויף אויף אַ חנעוודיק דרײַ־יאָריק קינד דאָ אין געגנט, און איך פּרוּוו פֿאַרברענגען מיט מײַנע פֿרײַנד אויף וויפֿל עס לאָזט זיך (אַוודאי האַלטן מיר זיך אָפּ איינס פֿונעם אַנדערן). מיר פֿאַרברענגן אין דרויסן — אויפֿן גראָז, לעבן הויז, אין הויף, אויפֿן סטופּ. מיר שמועסן, שפּילן זיך אַ ביסל. אַ מאָל ברענגט אַ מאַמע אַרויס אַ קאַלטן געטראַנק און קאַווענע.

אַחוץ דעם טוט זיך ווייניק בײַ מיר. ס׳איז נישט דער סאָרט זומער וואָס איך האָב זיך געריכט אָבער מילא! אַבי כ׳האָב געהאַט אַ געלעגנהייט צו „זען‟ מײַנע פֿרײַנד פֿון זומער־לאַגער; דאָס האָט אונדז געגעבן אַ שטיקל געפֿיל פֿון „נאָרמאַלקייט‟ וואָס פֿעלט אונדז שטאַרק אויס אין דעם קריזיס.

ברוך קראַנץ וועט אין סעפּטעמבער אָנהייבן דעם נײַנטן קלאַס אין „עס־איי־אַר מיטלשול‟ אין ריווערדייל, נ״י

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.