Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פֿאַר וואָס שטײַגט איצט דער אַנטיסעמיטיזם אין דײַטשלאַנד?Why is anti-Semitism in Germany on the rise?

די שׂינאה־רייד צו ייִדן קומט פֿון דרײַ פֿאַרשידענע אידעאָלאָגישע שטראָמען, וואָס האָבן ווייניק צו טאָן איינער מיטן צווייטן.

„ששש, רעד נישט דאָ צו מיר אויף העברעיִש. מע ווייסט קיין מאָל נישט ווער ס׳וועט דערקענען אַז ס׳איז אַ ייִדישע שפּראַך,‟ האָט אַ מיט־סטודענטקע אין טריִער אוניווערסיטעט מיר געזאָגט בשעת מיר האָבן געוואַרט אין אַ געפּאַקטער אויטאָבוס־סטאַנציע. איך אַליין בין נישט קיין ייִד, שטעל איך זי אָפֿט פֿראַגעס וועגן ייִדישן לעבן־שטייגער, וועגן ישׂראל, אירע משפּחה־וואָרצלען און העברעיִש. אָבער בפֿרהסיא האָט זי מורא אַז מע קען זי נאָך באַפֿאַלן אויב מע דערוויסט זיך אַז זי איז אַ ייִדישע.

דער אַנטיסעמיטיזם איז שוין ווידער אַן ערנסטער ענין אין דײַטשלאַנד. במשך פון יאָר 2019 האָט דער „פֿאָרש־ און אינפֿאָרמאַציע אינסטיטוט וועגן אַנטיסעמיטיזם‟ פֿאַרשריבן 881 אַנטיסעמיטישע אינצידענטן אין בערלין. צווישן זיי: 38 פֿאַלן פֿון וואַנדאַליזם, 59 פֿאַלן פֿון באַדראָונגען און 33 אַטאַקן. דער בײַערישער אָפּטייל פֿונעם אינסטיטוט האָט פֿאַרשריבן 141 אינצידענטן קעגן 62 מענטשן אין בײַערן, און אַ סך זענען פֿאָרגעקומען נאָענט צו די וווינונגען און די שולן פֿון די גערודפֿטע.

אָבער דאָס איז בלויז די אָפֿיציעלע סטאַטיסטיק. יעדן טאָג ווערן מענטשן באַדראָט צוליב דעם וואָס זיי זענען ייִדן אָדער ווײַל דער אַטאַקירער מיינט אַז זיי זענען ייִדן.

לויט ווי עס זעט אויס, זענען דאָ דרײַ פֿאַקטאָרן וואָס האָבן גורם געווען דעם אויפֿשטײַג פֿון אַנטיסעמיטיזם אין דײַטשלאַנד. אין 2015 האָט די רעגירונג אָנגעהויבן אַרײַנלאָזן אַ צאָל אַזיל־זוכער און מיגראַנטן פֿון מיטל־מיזרחדיקע לענדער וווּ מע פּריידיקט עפֿנטלעך קעגן ישׂראל און קעגן די ייִדן — אַ זאַך וואָס אַ וואַשינגטאָן פּאָסט־אַרטיקל האָט באַשריבן אין אַפּריל 2018, גיבנדיק ווי בײַשפּילן די לענדער סיריע, איראַק און אַפֿגאַניסטאַן. און אַוודאי וועלן מענטשן, וואָס זענען דערצויגן געוואָרן מיט אַנטיסעמיטיזם, נישט אַזוי גרינג פּטור ווערן פֿון די געפֿילן ווען זיי קומען אָן אין אַ נײַ לאַנד.

אין אַ מיינונג־אַרטיקל אין דער דײַטשישער טאָגצײַטונג „טאַגעס־שפּיגל‟ האָט הרבֿ אַבֿרהם קופּער, אַ הויך־באַאַמטער בײַם שמעון וויזנטאַל־צענטער, אויסגעדריקט די זאָרג אַז אַ סך מוסולמענישע מיגראַנטן זענען אַנטיסעמיטיש געשטימט. ווי אַ פּועל־יוצא האָט קופּער גערופֿן דײַטשלאַנד אָנצונעמען ערנסטע מיטלען צו פּרוּוון אײַנגלידערן די אימיגראַנטן אין דער דײַטשישער געזעלשאַפֿט.

קופּער האָט אָבער צוגעגעבן אַז די אַנטיסעמיטישע אומרוען אויף די בערלינער גאַסן זענען פֿאָרגעקומען נאָך איידער די אימיגראַנטן האָבן אָנגעהויבן קומען אין 2015. אין פֿראַנקפֿורט האָבן עטלעכע אימאַמס, בעת אַ צווישן־רעליגיעזן סימפּאָזיום, אויסגעדריקט פֿײַנטלעכע מיינונגען וועגן מדינת־ישׂראל, און ווען אַ מאַן האָט אונטערגעצונדן אַ שיל אין וווּפּערטאַל האָט מען אים בלויז געשטעלט אויף פּראָבע.

אין 2018 האָט אַ 19־יאָריקער סירישער פּליט מיט פּאַלעסטינער וואָרצלען פֿיזיש באַפֿאַלן אַ ישׂראלי מיט אַ יאַרמלקע אין בערלין. אין זעלבן יאָר האָט אַ ראַפּ־דואָ — אַ דײַטשער מוסולמענער און אַ דײַטש וואָס שטאַמט פֿון שפּאַניש־מאַראָקאַנער — אַרויסגערופֿן אַ סקאַנדאַל נאָכן געוווּנען די אָנגעזעענסטע דײַטשע פּרעמיע פֿאַר פּאָפּ־מוזיק, „עכאָ‟, כאָטש דער אַלבאָם האָט אַרײַנגענומען אַ ליד וואָס מאַכט חוזק פֿון דער שארית־הפּליטה: „מײַן גוף איז שענער ווי דער גוף פֿון אַן אוישוויץ־קאַצעט‟. צוליב דעם ווייגעשריי פֿונעם פּובליקום האָט מען אָפּגעשאַפֿן די „עכאָ‟־פּרעמיעס.

די סיבה פֿאַר וואָס דער אַלבום איז בכלל נאָמינירט געוואָרן איז זיכער געווען צוליב זײַן קאָמערציעלן סוקצעס — אַ זאַך וואָס דאַרף אונדז אויך באַזאָרגן ווײַל ס׳איז קלאָר אַז דער עולם איז גרייט צו באַצאָלן פֿאַר אַזוינע מינים לידער. ס׳איז אפֿשר נישט יושרדיק צו באַשולדיקן די מוסולמענער אין די צרות אָבער די וואַקסנדיקע השפּעה פֿון די אויסלענדישע מוסולמענישע אָרגאַניזאַציעס אין דײַטשלאַנד וואַרפֿט טאַקע אַ פּחד ווײַל אַ טייל פֿון זיי פּריידיקן אַנטי־ליבעראַלע ווערטן — אַ סכּנה פֿאַר אַ דעמאָקראַטישער געזעלשאַפֿט.

די פֿעדעראַלע אַגענטור פֿאַר מלוכה־באַשיצונג האָט באַשטעטיקט אַז דאָ רעדט זיך וועגן דער מוסולמענישער ברודערשאַפֿט, כאַמאַס און כעזבאָלאַ.

דער צווייטער פֿאַקטאָר אינעם אויפֿשטײַג פֿונעם אַנטיסעמיטיזם איז דער וווּקס פֿונעם רעכטן פֿליגל. אין 2017, צום ערשטן מאָל זינט דער גרינדונג פֿון דער פֿעדעראַלער רעפּובליק, האָט אַן עקסטרעם־רעכטע פּאַרטיי באַקומען גענוג שטימען אַרײַנצוקומען אינעם בונדעסטאַג, דעם דײַטשישן פּאַרלאַמענט, און דערבײַ געמוטיקט זיי עפֿנטלעך אויסצודריקן זייערע פֿײַנטלעכע מיינונגען און ס׳האָט זיך שטאַרק צעשפּרייט פֿאַלן פֿון שׂינאה־רייד אין דער סאָציאַלער מעדיאַ.

די פּראָבלעם גייט אָבער נאָך טיפֿער. אַ סאָלדאַט פֿון אַן עליטע־טרופּע האָט הײַיאָר אָנגעשריבן אַ בריוו דעם שוץ־מיניסטעריום, באַשטעטיקנדיק אַז אין איינעם פֿון די ספּעציעלע מיליטערישע אָפּטיילן געפֿינען זיך עקסטרעם־רעכטע נאַציאָנאַליסטן. צום גליק האָט דער מיניסטער תּיכּף רעאַגירט מיט האַרבע שטראָפֿן. און ערשט מיט אַ וואָך צוריק, דעם 21סטן יולי, האָבן נײַעסקוואַלן איבערגעגעבן אַז עמעצער האָט געשיקט 69 דראָונגען דורך פֿאַקסן, בליצפּאָסט און טעקסט צו פּראָמינענטע פֿיגורן אין לאַנד, מיט דער אונטערשריפֿט, NSU 2.0 — די ראָשי־תּיבֿות פֿון „נאַציאָנאַל־סאָציאַליסטישן אונטערגרונד‟ — אַן עקסטרעם־רעכט טעראָריסטישע גרופּע וואָס האָט דערהרגעט צום ווייניקסטן צען מענטשן צווישן 2000 און 2007 צוליב ראַסיסטישע מאָטיוון. עקספּערטן ספּעקולירן אַז די וועלכע האָבן געשיקט די בריוו האָבן מסתּמא געפֿינען די פּרטים וועגן זייערע קרבנות דורך קאָמפּיוטערס בײַ דער פּאָליציי אין העסען. די מורא אַז רעכטע עקסטרעמיסטן האָבן צוטריט צו געווער דורכן מיליטער אָדער אַז געוויסע פּאָליציאַנטן זענען טייל פֿון אַן עקסטרעם־רעכטער נעץ איז אַ סימן אַז דײַטשלאַנד האָט צו לאַנג איגנאָרירט דעם נעאָ־נאַציזם אין לאַנד.

דער טעראָריזם „בליט‟ אָבער אויך מחוץ די עקסטרעם־רעכטע קרײַזן: בײַ באַרימטע, אָנגעזעענע פּערזענלעכקייט וואָס דריקן אויס אַנטיסעמיטישע קאָנספּיראַציע־טעאָריעס ווי, למשל, דער פּאָפּולערער וועגאַנישער קאָכער אַטילאַ הילדמאַן וועלכער האָט בעת אַ מאַניפֿעסטאַציע אין בערלין פּאָזירט מיט אַ פֿאָן פֿונעם „דײַטשן רײַך‟, ווי אויך די אַנטי־אימיגראַנטישע דערקלערונגען פֿון דער זינגערין זאַוויער נאַיִדו, וועלכער איז שוין פֿריִער קריטיקירט געוואָרן פֿאַרן אַרויסלאָזן אַ ליד וואָס קאָן אַרויסרופֿן אַנטיסעמיטיזם. נאַידו האָט אָבער געוווּנען אַן אָנקלאָג וווּ ער האָט געטענהט אַז מע זאָל אים נישט רופֿן קיין אַנטיסעמיט; נאָר בלויז אַז געוויסע שורות וואָס ער האָט געשריבן קענען טעאָרעטישע אויסגעטײַטשט ווערן ווי אַנטיסעמיטיש.

Attila Hildmann

אַטילאַ הילדמאַן Image by Getty Images

ווי עס זעט אויס האָבן סײַ הילדמאַן סײַ נאַיִדו שטאַמען זייערע קאָנספּיראַציע־טעאָריעס פֿונעם „רײַכסבירגער ספּעקטרום‟ — אַ באַוועגונג וואָס לייקנט די לעגיטימקייט פֿון דער דײַטשער פֿעדעראַלער רעפּובליק, און אַפֿילו אַז דער דײַטשער רײַך, געשאַפֿן אין די גרענעצן פֿון 1937, עקזיסטירט עד־היום. די באַוועגונג פּריידיקט אויך אַז די דײַטשן זענען קאָנטראָלירט פֿון די אַזוי־גערופֿענע „פֿינצטערע כּוחות‟ ווי, למשל, זשאָרזש סאָראָס, די ראָטשילדן און ציוניזם. עקספּערטן האַלטן אַז בערל 19,000 מענטשן געהערן צו דער באַוועגונג.

דאָס וואָרט „יודע‟ איז שוין ווידער אַרײַן אין דער רעדשפּראַך, ווי, למשל, אַ זידלוואָרט צווישן תּלמידים אין שולהויף. פֿוסבאָל־ענטוזיאַסטן דריקן אויס אַנטיסעמיטישע געפֿילן אין דער סאָציאַלער מעדיאַ און עטלעכע הויך־ראַנגיקע פּאָליטיקער פֿון דער רעכטער פּאַרטיי AfD האָט געניצט אַנטיסעמיטישע טערמינען און רעלאַטיוויזירט (מיט אַנדערע ווערטער, שיִער נישט פֿאַרטיידיקט) די אַכזריותן דורכגעפֿירט פֿון די נאַציס.

אַזוינע דיסקוסיעס, צי זיי זענען ריין אַנטיסעמיטישע צי בלויז שטאַרק פּראָוואָקאַטיווע, ווי אויך די נישט־געלונגענע אינטעגראַציע פֿון מיגראַנטן דערצויגן אין אַנטיסעמיטישע סבֿיבֿות אין זייער היימלאַנד, „דערלויבט‟ מענטשן עפֿנטלעך אויסצודריקן זייער שׂינאה קעגן גרופּעס און דערבײַ שטאַרק באַזאָרגט די אָרטיקע ייִדישע באַפֿעלקערונג.

הגם אַ צאָל פּאָליטיקער קעמפֿן שטאַרק קעגן דעם וואַקסנדיקן אַנטיסעמיטיזם אָבער אין דער דיגיטאַלישער תּקופֿה איז דאָס זייער שווער ווײַל אַ טייל פֿון די האַס־פֿאַרשפּרייטער ניצן פּסעוודאָנימען אָדער שטעלן זייערע קאָמענטאַרן אַנאָנעם דורך סערווערס אין פֿרעמדע לענדער וווּ די דײַטשישע אינסטאַנצן האָבן אַ קנאַפּן קאָנטראָל. דעס העלפֿט אויך נישט וואָס געוויסע סאָציאַלע מעדיאַ־פּלאַטפֿאָרמעס ווי „טעלעגראַם‟ און „פֿייסבוק‟ מעקן נישט אָפּ קאָמענטאַרן פֿון שׂינא־רייד, טענהנדיק אַז דאָס וואָלט עובֿר געווען אויף דער וואָרט־פֿרײַהייט פֿון זייערע באַניצער.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.