Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

כ׳לערן זיך אין דער היים, האָב איך אויסגעקליבן ייִדיש ווי מײַן שפּראַך־לימודI’m a homeschooler so I chose Yiddish for my language requirement

אין אַ געוויינטלעכער שול קען מען בלויז אויסקלײַבן פֿראַנצייזיש, שפּאַניש אָדער אפֿשר כינעזיש.

איך בין 13 יאָר אַלט, האָב ערשט פֿאַרענדיקט דעם אַכטן קלאַס און האָב לעצטנס אָנגעהויבן זיך לערנען ייִדיש!

נישט צו פֿיל קינדער האָבן אַזאַ געלעגנהייט. זינט דעם צווייטן קלאַס לערן איך זיך נישט אין קיין געוויינטלעכער שול, נאָר אין דער היים און כ׳וועל ווײַטער אַזוי טאָן אין סעפּטעמבער ווען איך הייב אָן די מיטלשול. און טאַקע דערפֿאַר האָב איך געקענט אויסקלײַבן ייִדיש פֿאַר מײַן הויפּט־לימוד. ווען מע לערנט זיך אַליין איז מען פֿרײַער אויסצוקלײַבן וואָס מע וויל זיך לערנען. ווען איך וואָלט געגאַנגען אין אַ געוויינטלעכער שול וואָלט איך נישט געהאַט אַזאַ ברירה ווײַל ס׳רובֿ פֿון זיי לערנען פֿראַנצייזיש, שפּאַניש, אַפֿילו כינעזיש, אָבער נישט ייִדיש.

מײַן משפּחה איז געווען זייער צופֿרידן ווען איך האָב זיי געזאָגט אַז איך וויל שטודירן ייִדיש. בײַ דרײַ פֿון מײַנע באָבע־זיידעס איז ייִדיש געווען די ערשטע שפּראַך. הײַנט פֿאַרשטייען זיי עס נאָך אָבער זיי קענען נישט רעדן פֿליסיק. ווען זיי זענען געווען קינדער האָט מען אין אַמעריקע נישט געמוטיקט די קינדער צו רעדן ייִדיש. און זיי האָבן אַליין געוואָלט רעדן ענגליש ווי אַלע אַנדערע קינדער. איצט האָבן זיי חרטה.

Charles with great-grandmother

טשאַרלס מיט דער עלטער־באָבע Image by Dina Nadler-Serber

מײַן מאַמע האָט זיך געלערנט ייִדיש אין קאָלעדזש אָבער בלויז פֿאַרענדיקט דעם אָנהייבער קלאַס.

די איינציקע אין דער משפּחה וואָס רעדט נאָך ייִדיש איז מײַן עלטער־באָבע. זי איז 94 יאָר אַלט און עובֿר־בטל, טוישט זי אָפֿט איבער פֿון ענגליש אויף ייִדיש ווײַל דאָס איז געווען איר ערשטע שפּראַך. איך פּרוּוו רעדן מיט איר דאָס ביסעלע ייִדיש וואָס איך האָב זיך דערווײַל געלערנט און כ’קוק אַרויס אויפֿן טאָג ווען איך וועל קענען פֿירן גאַנצע שמועסן מיט איר.

כ’האָב מזל וואָס איך וווין נאָענט צו אַלע מײַנע באָבעס און זיידעס. בעת דעם קאָראָנאַ־ווירוס־קריזיס איז טאַקע שווער זיך צו טרעפֿן מיט זיי אָבער איך בין צופֿרידן וואָס איך קען נאָך רעדן מיט זיי טעלעפֿאָניש אָדער צוגיין צו מײַן טאַטנס עלטערן אין הויף, וווּ מיר עסן אַ שפּעטן פֿרישטיק אָדער וועטשערע אין איינעם, האַלטנדיק זיך פֿון דער ווײַטנס. אַ מאָל באַגלייט איך מײַן מאַמעס טאַטן ווען ער גייט שפּאַצירן מיטן הונט.

צום באַדויערן קען איך נישט פֿאָרן צו דער עלטער־באָבען ווײַל ס׳וואָלט געווען געפֿערלעך אַז זי זאָל זיך זען מיט מענטשן. ווען אַ פֿרײַנד מײַנער האָט מיר געזאָגט אַז דער אַרבעטער־רינג גיט ייִדיש־קלאַסן אין מאַנהעטן האָב איך געבעטן די מאַמע מיך צו פֿאַרשרײַבן. דער קלאַס האָט זיך געטראָפֿן יעדן מיטוואָך. ס׳האָט מיך אַנטוישט ווען מע האָט צוליבן קאָראָנאַ־ווירוס געדאַרפֿט איבערפֿירן דעם קלאַס אָנלײַן ווײַל איך האָב הנאה געהאַט פֿון לערנען זיך מיט די אַנדערע סטודענטן, אַפֿילו אויב זיי זענען געווען אַזוי אַלט ווי מײַנע באָבעס און זיידעס.

מײַן ייִדיש־לערער, לייזער מישולאָווין, האָט אונדז געוויזן שפּילן אויף ייִדיש צו העלפֿן אונדז בעסער געדענקען די נײַע ווערטער. כ׳האָב שוין געלערנט עטלעכע פֿון מײַנע פֿרײַנד אַ פּאָר ייִדישע פֿראַזעס אַזוי ווי „איך וווין אין ברוקלין‟ און „איך ווייס נישט‟. זיי מיינען אַז ייִדיש איז הנאהדיק און אויך קאָמיש. מיר געפֿעלט וואָס יעדעס וואָרט שרײַבט מען פּונקט ווי עס רעדט זיך. אַזוי פֿיל גרינגער ווי אויף ענגליש.

Charles with grandfather

טשאַרלס לערנט זיך ייִדיש מיטן זיידן Image by Dina Nadler-Serber

מײַן משפּחה איז נאָך אַלץ זייער שטאָלץ וואָס איך לערן זיך ייִדיש ווײַל עס פֿאַרבינדט מיך בעסער מיט אונדדזער משפּחה־געשיכטע. אַ מאָל העלפֿט מיר דער זיידע מיטן לייענען און די מאַמע זאָגט אַז עס האָט זי אַליין אינספּירירט ווידער צו נעמען אַ ייִדיש־קלאַס. אַפֿילו מײַן נײַן־יאָריקער ברודער, מאַרווין, האָט שוין אָנגעהויבן רעדן וועגן זיך לערנען נאָך אַ שפּראַך. ווער ווייסט — אפֿשר אויך ייִדיש?

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.