האָפֿשטיין (אַ דערציילונג)Hofstein (a short story)
אַ צה׳׳ל־סאָלדאַט פֿאָרט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד כּדי זיך נוקם צו זײַן אינעם אויספֿאָרשער און תּלין פֿונעם אומשולדיקן ייִדישן שרײַבער, דוד האָפֿשטיין.
איך פֿאַרמאַך די אויגן און קאָנצענטריר מײַנע געדאַנקען אויף דוד האָפֿשטיינען. „ווי טרויעריק־זיס איז אַ מענטש צו זײַן אין טיף פֿון נאַכט פֿון שפּעטער,‟ חזר איך שווײַגענדיק איבער. דערנאָך קאָנצענטריר איך זיך אין געדאַנק אויפֿן געפּאַנצערטן מיליטערישן בולדאָזער די-נײַן, וועלכער האָט אויף מיר געמאַכט אַן אומפֿאַרגעסלעכן אײַנדרוק אין צה”ל. „כּמו די־נײַן, כּולי פּלדה‟ 1, איך וויל זײַן האַרט ווי ׳די־נײַן׳ און שטאַרק ווי ׳די־־נײַן׳,‟ זאָג איך בשתּיקה.
איך עפֿן אויף די אויגן און איך פֿאַרשטיי ניט, וואָס איך זע. פֿאַר מײַנע אויגן דרייען זיך קרײַזן, אין מײַנע אויערן הערט זיך אַ געקלאַנג. סוף־כּל־סוף אָרדנט זיך אַלץ פֿאַנאַנדער אויף זײַנע ערטער:
„טשאָ טי, בליאַד, גלאַזאַ ווילופּיל, מאָרדאַ זשידאָווסקאַיאַ?!‟ 2 דערטראָגט זיך צו מיר. „אָטוועטשײַ, קאָגדאַ טיעביאַ ספּראַשיוואַיוט!‟ 3
איך זיץ אויף אַ בענקל. פֿאַר מיר איז אַן אויספֿאָרשער. ניין, ניט סתּם אַן אויספֿאָרשער, נאָר דער נאַטשאַלניק פֿונעם אויספֿאָרשערישן אָפּטייל איבער באַזונדערס וויכטיקע ענינים פֿונעם מיניסטעריום פֿאַר מלוכה־זיכערהייט פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד גענעראַל־מאַיאָר אַלעקסאַנדר לעאָנאָוו. ס’איז יענץ, וואָס מע דאַרף.
„נו, שטאָ, דאָוויִיאָביוואַלסיאַ?‟ 4
דראָענדיק און גלײַכצײַטיק פֿאַרטראַכט פֿרעג איך דעם נאַטשאַלניק פֿון דעם אויספֿאָרשערישן אָפּטייל איבער די באַזונדערס וויכטיקע ענינים, באַוועגנדיק דערבײַ מיט אַ געוויסער מי האָפֿשטיינס צעקלאַפּטע ליפּן, אָבער אָן אַ מינדסטן רמז אויף האָפֿשטיינס אינטעליגענץ און אויף זײַן ייִדישן אַקצענט. נאָך אַ קורצער פּויזע גיב איך מיט ביטול צו: „פּאָצעניו‟. לעאָנאָוו וועט אוודאי פֿאַרשטיין דאָס וואָרט, ער איז דאָך, פּונקט ווי האָפֿשטיין, אַ געבוירענער אין אוקראַיִנע.
איצט קומט זײַן ריי אויסצוגלאָצן די אויגן. איך שטיי אויף פֿונעם בענקל און טו אַ שפּאַן צו אים. אין זײַנע אויגן ווײַזט זיך אויף אַ רגע עפּעס, וואָס דערמאָנט טראָכע 5 אַ פֿאַרשטאַנד. ער קוועטשט אָן אַ קנאָפּקע, אַרויסרופֿנדיק די וואַך. ס’איז אָבער שוין צו שפּעט. איך כאַפּ אים מיט דער רעכטער האַנט פֿאַרן קאָלנער פֿונעם אוניפֿאָרם־קיטל.
זיך אַרויסרײַסן קען ער ניט, כאָטש ער באַמיט זיך, כאָטש הינטער מײַן פּלייצע איז שוין צו הערן די טופּערײַ פֿונעם קאַראַולנע, דעם טאָגוועכטער. איך צי לעאָנאָוון צו זיך צו און דערלאַנג אים מיטן קאָפּ אין דער נאָז אַרײַן. עס דערהערט זיך אַן אָנגענעם טרעשטשען, און זײַן גוף ווערט גלײַך צעווייכט. אויף מיר שפּריצט זײַן בלוט. צו אַלדי רוחות! כ’האָב פֿאַרגעסן, אַז איך בין „כּולי פּלדה‟. ער האָט זיכער ניט פֿאַרדינט אַזאַ גרינגן טויט. כ׳האָב געוואָלט אים אומוואַלגערן אויפֿן דיל און דערנאָך אָנטרעטן אַקוראַט מיט דער גאַנצער וואָג פֿון די־נײַן אויף זײַן רעכטן קני, דערנאָך — אויפֿן לינקן קני, אויפֿן רעכטן עלנבויגן און אויפֿן לינקן עלנבויגן. גאָרנישט מער. זאָל ער זיך לעבן ווײַטער. אָבער דאָס געמאַכטע איז שוין ניט צום פֿאַרריכטן. און ס’איז אַ שאָד. אַ גרויסער שאָד!
איך קערעווע זיך אויס צו די וועכטער. זיי זײַנען סך־הכּל צוויי. און זיי האָבן נאָך גאָרנישט ניט פֿאַרשטאַנען. און זיי וועלן שוין ניט באַווײַזן צו פֿאַרשטיין. איך קלײַב זיך ניט זיך איזדיעוועקען איבער זיי. דאָס וועט מיר שוין ניט פֿאַרשאַפֿן קיין שום הנאָה. זיי זײַנען פּשוט טעמפּע אויספֿירער. סאַדיסטן ניט מער פֿון אַלע אַנדערע…
איך בייג זיך אָן איבער די מתים, נעם די פּיסטאָלעטן און לייג זיי אַוועק אויפֿן טיש. דער איבערוואַרף־קאַלענדאַר אויפֿן טיש פֿונעם, צום באַדויערן, פֿאַרשטאָרבענעם נאַטשאַלניק פֿון דעם אויספֿאָרשערישן אָפּטייל איבער באַזונדערס וויכטיקע ענינים, איז געעפֿנט אויפֿן 15טן דעצעמבער 1948. מיטוואָך. איך האָב באַוויזן. אויפֿן קומענדיקן טאָג וואָלט האָפֿשטיין זיך געבראָכן און אונטערגעחתמעט די באַווײַזן קעגן אַנדערע מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמינטעט, בתוכם קעגן דעם שוין דערמאָרדעטן מיכאָעלסן. ער, דוד האָפֿשטיין, האָט זיך געהאַלטן גאַנצע דרײַ חדשים. איך קאָן ניט שווערן, אַז איך וואָלט זיך געהאַלטן לענגער. ניט אומזיסט האָט געזאָגט הלל־הזקן: „אַל תּדון את חבֿרך עד שתּגיע למקומו‟ 6. איך בין גרייט אויף אַ צײַט זיך פֿאַרוואַנדלען אין אים, זײַענדיק „כּמו ׳די־נײַן׳, כּולי פּלדה‟, אָבער איך וואָלט בשום־אופֿן ניט געוואָלט זײַן אויף זײַן אָרט.
ס’איז אַ שאָד, וואָס לעאָנאָוו האָט געהאַט אַזאַ מזל. ער האָט אַפֿילו גאָרנישט ניט באַוויזן צו פֿאַרשטיין ווי געהעריק. אַ שאָד.
איך נעם אַרויס די פּאַטראָנען־רעמלעך פֿונעם הייסן געווער און שטופּ זיי אין קעשענע אַרײַן. צוויי פּיסטאָלעטן לאָז איך איבער אויפֿן טיש, און אויף איינעם באַפֿרײַ איך די האַנט און טרײַב צו אַ פּאַטראָן. דער פּיסטאָלעט איז פֿאַר מיר אַ ניט־געוויינלעכער. פֿריִער איז מיר קיינמאָל ניט אויסגעקומען צו שיסן פֿונעם פּיסטאָלעט TT, אָבער מילא, על־פּי נויט עסט מען שוואַרץ ברויט. כ’וועל זיך ספּראַווען.
איך עפֿן די טיר און גיי אַרויס אין קאָרידאָר. וואָס ווײַטער? נקמה נעמען בײַם גענעראַל־מאַיאָר פֿון דער מלוכה־זיכערהייט אַלעקסאַנדר לעאָנאָוון, ווי ער האָט עס פֿאַרדינט, האָט זיך ניט אײַנגעגעבן, דאַרף מען אַרויסגיין פֿון דעם בנין.
איך אײַל זיך ניט, הגם צו מיר לויפֿט מען שוין. ס’איז שוין ניטאָ, וווּ צו אײַלן זיך. קיין צווייטע מעגלעכקייט נעמען נקמה בײַם אויספֿאָרשער וועט, צום באַדויערן, ניט זײַן. איך גיי רויִק איבערן לאַנגן קאָרידאָר צו די טרעפּ. אויף מיר וואַרפֿט מען זיך, אָבער איך גיי דורך זיי, ווי אַ מעסער דורך פּוטער, איבערלאָזנדיק הינטער זיך טויטע קערפּערס און יענע, וואָס וועלן דערנאָך מקנא זײַן די טויטע. ווען מע הייבט אָן שיסן אויף מיר, שיס איך צוריק, זיך ניט צילנדיק, אָבער איך טרעף טאַקע אין עמעצן. מע טרעפֿט אין מיר אויך, די קוילן שפּרינגען פֿון מיר אָפּ — כ’בין דאָך „כּולי פּלדה‟. דאָס איז ניט אָנגענעם, זיי צעדראַפּען מיר די הויט, אָבער ניט מער פֿון דעם. צײַטנווײַז פֿאַרהאַלט איך זיך כּדי אויפֿצוהייבן נײַע אָבאָימעס אָנשטאָט יענע, וואָס איך האָב שוין צעשאָסן. אַזאַ גדולה איז אין דעם בנין אויף לוביאַנקע ניט געווען שוין פֿון לאַנג. און אפֿשר, קיינמאָל ניט.
אויף די טרעפּ, וואָס פֿירן צום ערשטן שטאָק, הייבן מײַנע פֿיס אָן זיך צו גליטשן. איך מוז גיין פֿאָרזיכטיק כּדי ניט אומפֿאַלן. מײַנע בגדים זײַנען צעריסן מיט קוילן און פֿאַרגאָסן מיט בלוט. מיט אַ קלאַפּ פֿונעם רעכטן פֿוס זעץ איך אויס אַ שווערע טיר און איך גיי אַרויס אויפֿן דזערזשינסקי־פּלאַץ. אין דרויסן איז קאַלטלעך. עס שנייט. אַקעגן מיר, אויפֿן אָרט פֿון דער קראָם „קינדער־וועלט‟ הייכט זיך אַן אומבאַקאַנטער בנין. איך ווייס, אַז דאָס איז דער לוביאַנקער פּאַסאַזש. מע האָט אים אַראָפּגענומען אין 1953, אין גיכן נאָך דעם, ווי מע האָט צעשאָסן די מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. און בלויז נאָך דעם האָט מען אויף זײַן אָרט אויסגעבויט די „קינדער־וועלט‟.
איך דערמאָן זיך, ווי דער זיידע אַהרן האָט מיר אַמאָל געקויפֿט אין דער „קינדער־וועלט‟ אַ קאָסמישע צאַצקע־ראַקעט מיט אַן אויפֿשריפֿט „וואָסטאָק‟. ווי אַ קינדערשע דלאָניע די גרייס, ווי מײַן דלאָניע.
איך טרעט איבערן ווײַסן שניי, איבערלאָזנדיק אויף אים העל־רויטע שפּורן. איך האָב ניט וווּ צו גיין אין דער דאָזיקער שטאָט און אין דעם דאָזיקן לאַנד.
(1) איך בין אין גאַנצן פֿון שטאָל
(2) וואָס האָסטו, קורווע, אויסגעגלאָצט די אויגן, ייִדישע מאָרדע? (רוסיש)
(3) ענטפֿער, ווי מע פֿרעגט דיך! (רוסיש)
(4) נו, וואָס האָסטו זיך אָנגעבעטן מיט דײַן חוצפּה אויף צרות? (רוסיש)
(5) אַ ביסל
(6) מישפּט ניט קיין צווייטן איידער וועסט קומען אויף זײַן אָרט
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO