באָריס סאַנדלער וועט רעדן אויף הזכּרה פֿאַר די דערמאָרדעטע סאָוועטישע ייִדישע שרײַבערBoris Sandler to speak during commemoration of murdered Soviet Yiddish writers
ער האָט נאָענט מיטגעאַרבעט מיט שרײַבער פֿונעם עלטערן דור סאָוועטישע ייִדישע ליטעראַטן.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דער „קולטור־קאָנגרעס“, צוזאַמען מיטן „קאַליפֿאָרניער ייִדישן אינסטיטוט“, אָרדענען אײַן אַ הזכּרה נאָך די ייִדישע שרײַבער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד אומגעבראַכט דורך דער סאָוועטישער מאַכט דעם 12טן אויגוסט 1952..די טרויער־אַקאַדעמיע וועט פֿאָרקומען מיטוואָך, צוויי אַ זייגער ניו־יאָרקער צײַט. מע וועט קענען זען די הזכּרה דירעקט דורך דער פֿייסבוק־זײַט פֿונעם ”קולטור־קאָנגרעס“ און שפּעטער אויף זײַן יוטוב־קאַנאַל.
אין דער פּראָגראַם וועלן רעדן באָריס סאַנדלער און דובֿ־בער קערלער, צוויי ייִדישע שרײַבער, פּאָעטן און רעדאַקטאָרן, וואָס האָבן נאָענט מיטגעאַרבעט מיט פֿיגורן פֿון יענעם דור סאָוועטישע ייִדישע ליטעראַטן. סאַנדלער האָט אָנגעהויבן זײַן ליטעראַרישע קאַריערע אין דער רעדאַקציע פֿונעם זשורנאַל „סאָוועטיש־היימלאַנד“ אין די 1980ער יאָרן. צו יענער צײַט האָט מען נאָך אַלץ רעגלמעסיק געדרוקט אינעם זשורנאַל צענדליקער שרײַבער פֿונעם עלטערן דור, וואָס זענען געווען אַקטיוו אין דער בלי־תּקופֿה פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור. עד־היום שטרעבט סאַנדלער אויסצושולן ייִנגערע ייִדישע שרײַבער. אין דער פּראָגראַם וועט אויפֿטרעטן איינער פֿון זיי, דער באַרימטער פּיאַניסט און ליטעראַרישער רעציטאַטאָר יעווגעני קיסין, וועמענס שאַפֿונגען זענען דערשינען אינעם פֿאָרווערטס און אין סאַנדלערס זשורנאַל „ייִדיש־בראַנזשע“.
דער היסטאָריקער און פּאָעט דובֿ־בער קערלער איז דער זון פֿונעם פּאָעט יוסף קערלער, מיט וועמען ער האָט רעדאַקטירט דעם זשורנאַל „ירושלימער אַלמאַנאַך“. יוסף קערלער האָט געקענט די פּני פֿון דער ייִדישער ליטעראַרישער וועלט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד איידער זי איז ליקווידירט געוואָרן און ער האָט אַליין געשמאַכט פֿינף יאָר אינעם טרויעריק־באַרימטן לאַגער „וואָרקוטאַ“. די פּאָעטעסע און ליטעראַרישע איבערזעצערין מאַיאַ עווראָנאַ וועט אין דער פּראָגראַם פֿאָרלייענען עטלעכע פֿון יוסף קערלערס לידער אין איר ענגלישער איבערזעצונג.
עס וועלן אויך אויפֿטרעטן די אַקטיאָרן עלינאָר ריסאַ, אַלען לויִס ריקמאַן און יעלענאַ שמואלענסאָן און די דירעקטאָרין פֿונעם „קאַליפֿאָרניער ייִדישן אינסטיטוט“ — מירי קאָראַל. אינעם מוזיקאַלישן טייל פֿון דער פּראָגראַם וועלן שפּילן פּאַטריק פֿאַרעל און סוועטלאַנאַ קונדיש.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
