די פּובליקאַציע פֿון אײַנשטײַנס רעלאַטיוויטעט־טעאָריע אױף ייִדישThe publication of Einstein’s theory of relativity in Yiddish
ווען מע האָט געבעטן אײַנשטײַנען ער זאָל אָנשרײַבן די הקדמה האָט ער געענטפֿערט, אַז ער װעט עס טאָן מיט פֿאַרגעניגן.
די היגע רוסיש־שפּראַכיקע צײַטונגען גיבן ניט זעלטן אױף זײערע שפּאַלטן אַן אָרט פֿאַר ייִדיש־קולטור און אירע טרעגער. דערפֿאַר איז מיר געווען אַ סורפּריז װען איך האָב דערזען אינעם רוסישן וואָכנבלאַט „Новости недели‟ פֿונעם 18טן פֿעברואַר 2010 אַזאַ קעפּל: „װען אײַנשטײַן האָט גענומען הילכן אין ייִדיש‟. מיך, דעם אַלטן ייִדישיסט, האָט עס טאַקע גאָר שטאַרק פֿאַראינטריגירט.
דער צװײטער סורפּריז איז געװען פֿאַר מיר דער מחבר, פּראָפֿ’ אַהרן טשערניאַק, אַ מומחה פֿון רוסלענדישער געשיכטע, און אױף אָט דער טעמאַטיק דרוקט ער זיך אָפֿט אין דער היגער רוסיש־שפּראַכיקער פּרעסע.
װײַזט ער טאַקע אָן, אַז אים איז געװען שטאַרק באַהילפֿיק יוסף פֿוקס, אַ מיטאַרבעטער אין דער חיפֿהר ביבליאָטעק אױף שמואל פּעװזנערס נאָמען. װי באַקאַנט, האָט אײַנשטײַן אין זײַן צײַט ממש געמאַכט אַן איבערקערעניש אין פֿיזיק און געװאָרן װעלט־באַרימט. איז אױפֿגעשװוּמען אַ פּראָבלעם װי אַזױ צו דערמעגלעכן ניט־ספּעציאַליסטן צו באַקומען עלעמענטאַרע ידיעות װעגן זײַן אױפֿטו? האָט זיך אַ פֿאַרלעגער אין בראַונשװײַג, דײַטשלאַנד פֿאַרשטענדיקט מיטן מחבר, אַז ער זאָל צוזאַמענשטעלן אַ פּאָפּולערע װערסיע פֿון זײַן הױפּטװערק. אין 1917 האָט טאַקע דערזען די טאָגליכט אַזאַ בוך אין דײַטש, אין דער שפּראַך פֿון אָריגינאַל. אין דער זעלבער צײַט האָט מען גענומען איבערזעצן דאָס בוך אין אַ ברײטן פֿאַרנעם אױף פֿאַרשײדענע שפּראַכן. ס’איז װיכטיק צו באַטאָנען, אַז פֿון סוף 19טן י”ה הײבט אָן אַלץ מער צו װאַקסן דער אַרױסלאָז פֿון פּאָפּולער־װיסנשאַפֿטלעכער ליטעראַטור אין ייִדיש און העברעיִש.
אין די ייִדישע געבילדעטע קרײַזן איז מען געקומען צום געדאַנק, אַז עס איז צײַט פֿאַר אַ ייִדישער איבערזעצונג. דערצו נאָך איז דער בעל־דבֿר אַ ייִד, װעלכער האָט פֿאַרשאַפֿט אַזאַ כּבֿוד זײַן פֿאָלק. אָבער דאָס רעאַליזירן איז געװען ניט קײן פּשוטער ענין, װײַל קײן אַקאַדעמיעס װי בײַ לײַטן האָט מען דאָך ניט געהאַט כּדי אױסאַרבעטן אַן אײגענע טערמינאָלאָגיע און אױסטײַטשן אַלערלײ באַגריפֿן אאַז”װ. אין 1923 איז אין אַ װאַרשעװער דרוקערײַ געװאָרן אָפּגעדרוקט אַ קלײנע צאָל עקזעמפּלאַרן אױף ייִדיש, „װעגן דער ספּעציעלער און אַלגעמײנער רעלאַטיװיטעט־טעאָריע צוטריטלעך איבערדערצײלט‟. צוליב די מלחמה־צעשטערונגען האָט זיך קײן אײן בוך ניט אױפֿגעהיט און מען װײסט אַפֿילו ניט װער עס איז געװען דער איבערזעצער.
עטלעכע יאָר שפּעטער האָט אַ פֿיזיקער, טובֿיה שאַליט, מיט דער גאַנצער התמדה זיך גענומען צוגרייטן אַ נײַע אויסגאַבע, לכתּחילה אױף אײגענע הוצאָות. קודם האָט ער זיך געװאָנדן צו פּראָפֿ’ אײַנשטײַן מיט דער בקשה ער זאָל אָנשרײַבן אַ הקדמה צו דער ייִדישער איבערזעצונג. אײַנשטײַן האָט אים געענטפֿערט, אַז ער װעט עס טאָן מיט פֿאַרגעניגן. פֿאַר אים װעט זײַן אַ פּערזענלעכע דערקװיקעניש, אַז זײַנע שטאַמברידער זאָלן אױך קענען די נאַטור־געזעצן װאָס הערשן אינעם װעלטרױם. און אָט איז אין 1927 אין בערלין אַרױס פֿון דרוק ט. שאַליטס ייִדישע איבערזעצונג, אונטערן טיטל „די ספּעציעלע רעלאַטיװיטעט־טעאָריע — אײַנשטײַנס שיטה און מינקאָװסקיס װעלט‟ (240 זײַטן).
עס הײבט זיך אָן מיט אײַנשטײַנס הקדמה אױף דײַטש און ייִדיש. נאָך דעם גײט שאַליטס װאָרט צום לײענער. ער שטרײַכט אונטער װי באַטײַטיק איז דאָס װערק פֿאַר דער ייִדישער אינטעליגענץ און בעיקר פֿאַר דער שטודירנדיקער יוגנט. אײנצײַטיק װײַזט ער אָן אױף די שװעריקײטן אױף װעלכע ער האָט זיך אָנגעטראָפֿן צוגרײטנדיק אַזאַ אוניקאַלע פּובליקאַציע. דערבײַ זיך ניט באַגרענעצט מיט רײן־איבערזעצערישער אַרבעט. כּדי דעם לײענער זאָל זײַן גרינגער צו באַנעמען דעם קאָמפּליצירטן מאַטעריאַל, האָט ער צוגעגעבן באַמערקונגען צו פֿאַרשײדענע װיסנשאַפֿטלעכע טערמינען און באַגריפֿן. חוץ דעם אָנגעגעבן קורצע ביאָגראַפֿישע ידיעות װעגן די געלערנטע, װאָס װערן דערמאָנט אין דעם בוך. דער מחבר באַשרײַבט באַריכות דעם לעבנסװעג פֿון אַלבערט אײַנשטײַן און װי אַזױ ער איז געװאָרן באַרימט אין זכות פֿון זײַנע געניאַלע אַנטדעקונגען.
בּכלל, דער מענטש האָט אַ װעלט מיט אַרבעט אַרײַנגעלײגט אין דעם. זײַן אָנשטרענג איז זײער שטאַרק צו נוץ געקומען סײַ אױפֿן געביט פֿון בילדונג, באַזונדערס צום אַרױסלאָזן ייִדישע ענציקלאָפּעדיעס.
פּראָפֿ’ אַ. טשערניאַק פֿאַרענדיקט זײַן אינטערעסאַנטע נאָטיץ מיט פֿאַרביטערניש, הלמאַי די היסטאָריש אַזױ װיכטיקע ייִדישע איבערזעצונג מיט דער הקדמה פֿון דעם װעלט באַרימטן ייִדישן װיסנשאַפֿטלער איז ניט געװאָרן דערמאָנט אין דעם ברײט־פֿאַרנעמיקן אַרטיקל װעגן אַלבערט אײַנשטײַנען אין דער 10־בענדיקער „קורצער ייִדישער ענציקלאָפּעדיע‟, װאָס איז דערשינען אין דער רוסישער שפּראַך.
כּדי צו הערן אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש וועגן אַן אַנדער בוך אויף מאַמע־לשון וואָס באַשרײַבט איינשטיינס רעלאַטיוויטע־טעאָריע, גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor