ווידעאָ: הרבֿ עדין שטיינזאַלץ זאָגט מוסר אויף ייִדיש צו חסידים וואָס „קראַצן זיך”WATCH: Rabbi Adin Steinsaltz admonishes “lazy” Hasidim in Yiddish
דער גרויסער תּלמיד־חכם טענהט אַז די יונגע ליובאַוויטשער טוען ניט גענוג מקרבֿ צו זײַן די פֿרײַע ייִדן.

Graphic by Angelie Zaslavsky
פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק איז אַוועק אין דער אייביקייט הרבֿ עדין שטיינזאַלץ, וואָס האָט איבערגעזעצט די גאַנצע גמרא אויף העברעיִש, אַ קאָלאַסאַלער אויפֿטו וואָס האָט דערמעגלעכט ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר צו קענען זיך פֿאַרטיפֿן אין אירע אוצרות. ס׳איז ניט איבערגעטריבן צו זאָגן, אַז קיין מענטש זינט רש׳׳י און דער רמב׳׳ם האָט אויפֿגעטאָן מער צו מאַכן די גמרא צוטריטלעך צום ברייטן עולם ווי הרבֿ שטיינזאַלץ.
מיט יאָרן צוריק האָב איך צופֿעליק גערעדט מיט אַ חב׳׳ד־חסיד וואָס האָט גוט געקענט הרבֿ שטיינזאַלץ נאָך פֿון זײַן יוגנט אין ישׂראל. אַזוי ווי הרבֿ שטיינזאַלץ איז ער אויך אַ ישׂראלדיקער בעל־תּשובֿה, אַ קינד פֿון ייִדיש־רעדנדיקע קאָמוניסטישע עולים (שטיינזאַלצס טאַטע, אַ געוועזענער תּלמיד פֿון הלל צײַטלין, האָט דרך־אַגבֿ, געקעמפֿט אין דער שפּאַנישער בירגערקריג מיט אַ גרופּע ייִדישע קאָמוניסטן פֿון ארץ־ישׂראל).
שטיינזאַלצס אַמאָליקער חבֿר האָט מיר דערציילט אַז דער גרויסער רבֿ רעדט אַ פּרעכטיקן ייִדיש און פֿלעג געבן פֿײַערדיקע דרושות אויף מאַמע־לשון ווען ער האָט באַזוכט דעם וועלטצענטער פֿון חב״ד, 770 איסטערן פּאַרקוויי. די וואָך האָט דער ליובאַוויטשער אַרכיוו Jewish Media אַרויפֿגעשטעלט אויף יוטוב אַ ווידעאָ פֿון 1990 פֿון איינער פֿון די דרשות וווּ שטיינזאַלץ קריטיקירט די יונגע חסידים, וואָס טוען, לויט זײַן מיינונג, ניט גענוג צו שטיצן די אַרבעט פֿונעם ליובאַוויטשער רבין, און זיצן סתּם און שמועסן אויף פֿאַרברענגנס און פֿאַרנעמען זיך בלויז מיט זייערע אייגענע ענינים. אַז מע ווייסט אַלע זײַנע אויפֿטוען, איז עס אַ חידוש צו הערן ווי הרבֿ שטיינזאַלץ דערקלערט אַז ער אַליין „אַרבעט ניט גענוג שווער“ בײַם מקרבֿ זײַן די פֿרײַע ייִדן. אָבער פּונקט אַזוי זאָגט ער טאַקע בײַם דערמאָנען, אַז „דער רבי האָט געוואָלט, אַז מיר זאָלן מאַכן אַ רעוואָלוציע“.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
