היסטאָרישער שלום־אָפּמאַך צווישן פֿאַראייניקטע אַראַבישע עמיראַטן און מדינת־ישׂראלHistoric peace deal reached between United Arab Emirates and Israel
ווי אַ טייל פֿונעם אפּמאַך וועט ישׂראל מער ניט אַנעקסירן קיין טעריטאָריע אינעם מערבֿ־ברעג.
ישׂראל און די פֿאַראייניקטע אַראַבישע עמיראַטן האָבן הײַנט דערגרייכט אַ היסטאָרישן אָפּמאַך, וואָס וועט דערפֿירן צו פֿולע דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן די צוויי לענדער. דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט דאָנאַלד טראָמפּ האָט געהאָלפֿן דערגרייכן דעם הסכּם.
לויט אַ דעקלאַראַציע אַרויסגעלאָזט דורך די רעגירונגען פֿון ישׂראל, די פֿאַראייניקטע אַראבישע עמיראַטן און אַמעריקע, וועט ישׂראל ניט אַנעקסירן די טעריטאָריעס אינעם מערבֿ־ברעג, וואָס דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו האָט פֿריִער געהאַט אַנאָנסירט אַז זיי וועלן בקרובֿ ווערן אַ טייל פֿון דער ייִדישער מדינה.
אין אַ ”טוויט“ האָט טראָמפּ באַצייכנט דעם הסכּם ווי „אַ ריזיקע דערגרייכונג“, און אים געשילדערט ווי „אַ היסטאָרישער שלום־אָפּמאַך צווישן אונדזערע צוויי גרויסע פֿרײַנד“.
אין דער בשותּפֿותדיקער דעקלאַראַציע פֿון די דרײַ לענדער שטייט געשריבן: „אָט די היסטאָרישע דיפּלאָמאַטישע דערגרייכונג וועט העלפֿן ברענגען שלום צום מיטלען־מיזרח און זאָגט עדות אויף די דרייסטע דיפּלאָמאַטישע שריט און וויזיע פֿון די דרײַ מנהיגים פֿון אונדזערע לענדער און דעם מוט פֿון די פֿאַראייניקטע אַראַבישע עמיראַטן און ישׂראל צו פֿאַרלייגן אַ נײַעם דרך, וואָס וועט דערלאָזן דעם ראַיאָן צו דערגרייכן זײַן פֿולן פּאָטענציעל.“
דאָס ווײַסע־הויז האָט איבערגעגעבן, אַז דער שלום־אָפּמאַך איז דער רעזולטאַט פֿון לאַנגע דיפּלאָמאַטישע פֿאַרהאַנדלונגען צווישן די דרײַ לענדער.
דער הסכּם איז געשלאָסן געוואָרן דאָנערשטיק בעת אַ טעלעפֿאָנישן שמועס צווישן פּרעזידענט טראָמפּ, פּרעמיער נתניהו און שייך מאָהאַמעד בין־זאַיעד, דעם קרוינפּרינץ פֿון אַבו־דאַבי.
הויכע באַאַמטע פֿון אַלע דרײַ לענדער האָבן באַשריבן דעם הסכּם, וואָס מע וועט פֿאָרמעל אָנרופֿן די „אַבֿרהם־אָפּמאַכן“, ווי דער ערשטער אַזעלכער זינט ישׂראל און יאָרדאַניע האָבן אונטערגעשריבן אַ שלום־אָפּמאַך אין 1994. דער הסכּם איז אַ גרויסער דערפֿאָלג פֿאַר טראָמפּ וואָס שייך דער אַמעריקאַנער אויסערן־פּאָליטיק אין די לעצטע חדשים פֿון זײַן קאַמפּאַניע ווידער דערוויילט צו ווערן.
הויכע באַאַמטע אינעם ווײַסן־הויז האָבן געזאָגט אַז אַ הויפּטראָלע בײַם צונויפֿשטעלן דעם אָפּמאַך האָבן געשפּילט טראָמפּס הויפּט־ראָטגעבער דזשאַרעד קושנער; דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר אין ישׂראל — דוד פֿרידמאַן און דער הויפּט־אַמעריקאַנער דיפּלאָמאַט אינעם מיטלען־מיזרח — אַבֿי בערקאָוויטש. עס האָבן אויך צוגעהאָלפֿן דער מלוכה־סעקרעטאַר מײַק פּאָמפּעאָ און דער זיכערהייט־ראָטגעבער בײַם ווײַסן־הויז, ראָבערט אָברײַען. דעלעגאַציעס פֿון ישׂראל און די פֿאַראייניקטע אַראַבישע עמיראַטן וועלן זיך טרעפֿן במשך פֿון די קומענדיקע וואָכן, כּדי אונטערצושרײַבן צווייזײַטיקע אָפּמאַכן לגבי אינוועסטירונגען, טוריזם, דירעקטע פֿלי־רײַזעס, זיכערהייט, טעלעקאָמוניקאַציע און אַנדערע ענינים.
מע דערוואַרט, אַז די צוויי לענדער זאָלן באַלד אַרויסשיקן אַמבאַסאַדאָרן איינס צום צווייטן און אויפֿשטעלן אַמבאַסאַדעס.
לויט דער דערקלערונג, וועט ישׂראל, אויפֿן פֿאַרלאַנג פֿון פּרעזידענט טראָמפּ און מיט דער מיטשטימונג פֿון די פֿאַראייניקטע אַראַבישע עמיראַטן, אַנולירן זײַן סוּווערניטעט־דעקלעראַציע איבער טיילן פֿונעם מערבֿ־ברעג, וואָס טראָמפּס רעגירונג האָט פֿריִער געהאַט צוגעזאָגט דער ייִדישער מדינה ווי אַ טייל פֿון טראָמפּס אייגענעם שלום־אָפּמאַך אין מיטעלן מיזרח, וואָס מע האָט אַנאָנסירט אין יאַנואַר.
„ישׂראל וועט, אין דער נאָענטער צוקונפֿט, זיך קאָנצענטרירן אויפֿן ווײַטער אַנטוויקלען די באַציִונג מיט דעם לאַנד און שטרעבן צו געניסן פֿון אַלע אירע מעלות. עס וועט אויך אָנהייבן דעם פּראָצעס פֿון נאָרמאַליזירן די באַציִונגען מיט אַנדערע לענדער אינעם ראַיאָן און שאַפֿן נאָך שלום־אָפּמאַכן“, האָט אַ באַאַמטער אינעם ווײַסן־הויז איבערגעגעבן דער נײַעס־אַגענטור „רויטערס“.
לויטן אָפּמאַך וועלן מוסולמענער פֿון איבער דער וועלט האָבן מער צוטריט צום אַל־אַקסאַ־מעטשעט אויפֿן הר־הבית, ווײַל מע וועט דערלויבן מתפּפּלים פֿון אַבו־דאַבי אָנצוקומען אין בן־גוריון פֿליפֿעלד האָט איבערגעגעבן באַאַמטע אינעם ווײַסן־הויז.
ישׂראל און די פֿאַראייניקטע אַראַבישע עמיראַטן וועלן אויך פֿאַרברייטערן זייער צוזאַמענאַרבעט אויף בשותּפֿותדיקע פּראָיעקטן וואָס שייך דעם אַנטוויקלען אַ וואַקצין און הייל־מיטלען צו באַקעמפֿן דעם קאָראָנאַ־ווירוס.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO