Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ייִוואָ לאַנצירט ערשטע אויסשטעלונג פֿון נײַעם אינטערנעץ־מוזייYIVO launches first exhibit of new online museum

די אויסשטעלונג פֿאַר קינדער שילדערט דאָס לעבן פֿון אַ יונג מיידל אין ווילנע דורך בילדער, ווידעאָס, דאָקומענטן און אַפֿילו ווידעאָ־שפּילן.

דער ייִוואָ האָט נעכטן פֿאַרעפֿנטלעכט די ערשטע אויסשטעלונג פֿון זײַן נײַעם „אינטערנעץ־מוזיי אויפֿן נאָמען פֿון ברוס און פֿראַנטשעסקאַ סלאָווין“.

די אויסשטעלונג, געצילעוועט אויף קינדער, שילדערט דאָס לעבן פֿון בעבאַ עפּשטיין, אַ תּלמידה אינעם פֿינפֿטן קלאַס פֿון דער „סאָפֿיע גורעוויטש-גימנאַזיע“, וואָס האָט אַרײַנגעשיקט אַן אויטאָביאָגראַפֿיע אין 1933 צום ייִוואָ ווי אַ טייל פֿון אַ שרײַב־קאָנקורס פֿאַר קינדער. די אויטאָביאָגראַפֿיע, וואָס איז געראַטעוועט געוואָרן דורך דער „פּאַפּירענער בריגאַדע“, און וואָס מע האָט ערשט אַנטדעקט אין 2017 אין ליטע, איז געווען די אינספּיראַציע פֿאַר דער אויסשטעלונג אָבער ווײַט ניט איר הויפּטפֿאָקוס. דורך הונדערטער בילדער, ווידעאָס, דאָקומענטן, אַנימאַציעס און אַפֿילו ווידעאָ־שפּילן, מאָלט זי אַ פֿילפֿאַרביק בילד פֿונעם ייִדישן לעבן אין מיזרח־אייראָפּע בכלל, און פֿון ירושלים ד׳ליטא בפֿרט. די אויסשטעלונג ווערט צעטיילט אויף פֿאַרשידענע קאַפּיטלען לויט דער טעמע, אַרײַנגערעכנט די ייִדישע שולן אין פּוילן, די פּאָליטישע באַוועגונגען בײַ ייִדן, פֿאָלקסגעזונט בײַ ייִדן, דעם ייִוואָ, ייִדיש, זומער־קאָלאָניעס און קוראָרטן און דעם חורבן. יעדער קאַפּיטל דויערט 10 ביז 40 מינוט. בסך־הכּל דויערט עס פֿיר ביז פֿינף שעה “דורכצוגיין” די גאַנצע אויסשטעלונג.

בעבאַ עפּשטיין האָט איבערגעלעבט דעם חורבן און, אַ דאַנק אַ רשימה נעמען פֿון לעבן־געבליבענע, וואָס דער פֿאָרווערטס האָט פּובליקירט באַלד נאָך דער מלחמה, האָט איר פֿעטער זיך דערוווּסט אַז זי געפֿינט זיך אין שוועדן און איר געהאָלפֿן קומען קיין אַמעריקע. די אויסשטעלונג נעמט אַרײַן צענדליקער בריוו פֿון דער משפּחה עפּשטיין אין ווילנע צווישן 1931 ביז 1941 צו קרובֿים אין אַמעריקע, ווי אויך בריוו געשריבן פֿון בעבאַ עפּשטיין אַליין אין די 1940ער, 1950ער און 1960ער יאָרן. בעבאַס איבערלעבונגען אינעם ווילנער געטאָ און אין עטלעכע קאָנצענטראַציע־לאַגערן ווערן איבערגעגעבן דורך אַ ווידעאָ־אינטערוויו, וואָס זי האָט געמאַכט אין 1984 מיטן „חורבן־עדות־פּראָיעקט בײַם קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט“.

דער „אינטערנעץ־מוזיי אויפֿן נאָמען פֿון ברוס און פֿראַנטשעסקאַ סלאָווין“ איז געגרינדעט געוואָרן אַ דאַנק ברוס סלאָווינס באַשטײַער פֿון דרײַ מיליאָן דאָלאַר לזכר זײַן פֿרוי פֿראַנטשעסקאַ. עס וועט אַרײַננעמען אַ צאָל אינטעראַקטיווע אויסשטעלונגען, סײַ פֿאַר קינדער, סײַ פֿאַר דערוואַקסענע, וואָס באַנוצן זיך מיט די מאַטעריאַלן פֿונעם ייִוואָס אַרכיוו צו שילדערן פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדישן לעבן.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.