Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דער היימישער דעטעקטיוו, ר’ מאיר אָקוןReb Meir Okun, Hasidic Detective

דער העלד פֿון באָריס סאַנדלערס נײַ בוך ציט דעם לייענער אַרײַן אין דער אינערלעכער װעלט פֿון דער ברוקלינער חסידישער סבֿיבֿה

מאיר אָקון, דער העלד פֿון באָריס סאַנדלערס נײַער סעריע דערצײלונגען, איז באַקאַנט אין דער חסידישער סבֿיבֿה פֿון ברוקלין װי אַ „הײמישער בלש‟, אַ פּריװאַטער דעטעקטיװ. אױפֿגעװאַקסן איז ער אין דער מאָסקװער געגנט מאַרינאַ ראָשטשאַ. ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין דער דאָזיקער אָרעמער מאָסקװער פֿאָרשטאָט בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה. לכתּחילה זײַנען דאָס געװען פּליטים פֿון דער פֿראָנטזאָנע אין דער ליטע; מיט עטלעכע יאָר שפּעטער זײַנען צו זײ צוגעקומען פּליטים פֿון די פּאָגראָמען אין אוקראַיִנע. מאַרינאַ ראָשטשאַ האָט זיך קונה שם געװען צוליב צװײ מערקװירדיקײטן — בײזע גזלנים און אַ הילצערנער שיל, „אױפֿגעבױט אונטער דער השגחה פֿון דער סאָװעטישער מאַכט, נאָך אין די 1920ער יאָרן‟, שרײַבט סאַנדלער.

אַרום דער דאָזיקער שיל האָט זיך צונױפֿגעקליבן אַ קלײנע קהילה פֿון חב”דניקעס. לרובֿ זײַנען דאָס געװען פּראָסטע ייִדן, קלײן־הענדלערס און בעל־מלאָכות. אין די 1970ער יאָרן האָט די דאָזיקע קהילה בהדרגה צוגעצױגן יונגע לײַט פֿון מאָסקװער אַסימילירטע ייִדישע משפּחות, װאָס האָבן געדאָרשט נאָך ייִדישקײט. די אַלטע הילצערנע שיל איז פֿאַרברענט געװאָרן אין די 1990ער, און מען האָט אױפֿגעבױט אַ שײנע געמױערטע דרײַשטאָקיקע געבײַדע. די גאַנצע געגנט אַרום דער דער נײַער שיל איז לעצטנס געװאָרן דער צענטער פֿון ייִדישן לעבן אין מאָסקװע. דאָ געפֿינען זיך די ייִדישע מיטלשול, דער ייִדישער מוזײ, אַן ישׂראלדיקער מעדיצינישער צענטער, כּשרע קראָמען און רעסטאָראַנען.

אַזױ װי אַנדערע ייִדישע בחורים פֿון זײַן דור האָט מיראָן אָקון באַקומען זײַנע ערשטע ייִדישע לימודים פֿון אַן עלטערן ייִד אין מאַרינאַ ראָשטשאַ. אין די 1970ער יאָרן האָט ער אימיגרירט קײן אַמעריקע און זיך געלערנט אין פֿלאַטבוש־ישיּבֿה. מיט דער צײַט איז דער אַמאָליקער מיראָן געװאָרן ר’ מאיר. איצט איז ער שױן אַ באַיאָרנטער ייִד מיט קינדער און אײניקלעך. יעדע געשיכטע אין דער סעריע גיט צו אַ פּאָר נײַע שטריכן צו זײַן פּאָרטרעט און מאַכט אים נאָך הײמישער. די דאָזיקע פּרטים זײַנען װיכטיק פֿאַר סאַנדלערס דערצײלערישן שטײגער. ר’ מאירס ראָלע איז אַרײַנצופֿירן דעם לײענער אין דער סבֿיבֿה פֿון ברוקלינער חסידים אַרײַן. יעדע מעשׂה אַנטפּלעקט אַ פֿלעק אױף דער פֿאַרקערטער זײַט פֿונעם לעבן פֿון דער דאָזיקער סבֿיבֿה, װאָס ר’ מאיר קומט אױסצופֿאָרשן. עס גײט דאָ ניט װעגן בלוטיקע זאַכן װי מאָרד, חלילה. „זײַן פּרנסה האָט געהאַט אַ גרעסערן שײַכות צו אַנדערע געבאָטן פֿון די עשׂרות־הדיברות, װאָס אונדזערע בני־ישׂראל פֿלעגן גובֿר־זײַן.‟ בײַ סאַנדלערן זײַנען ר’ מאירס אױספֿאָרשונגען אַ תּירוץ צו עפֿענען פֿאַרן לײענער אַ שטיקל פֿונעם אינערלעכן משפּחה־לעבן, װאָס מע האַלט כּסדר פֿאַרבאַהאַלטן פֿון פֿרעמדע אױגן.

סאַנלדערס דערצײלונגען באַרירן כּלערלײ פּראָבלעמאַטישע ענינים, װאָס עקזיסטירן אין דער חסידישער סבֿיבֿה: אַזאַרט־שפּיל, נאַרקאָמאַניע, האָמאָפֿאָביע און די אונטערדריקונג פֿון פֿרױען. אָבער סאַנדלער איז ניט קײן שאַרפֿער קריטיקער פֿונעם חסידישן שטײגער. בײַ אים קומען זײַנע פּערסאָנאַזשן אַרױס װי ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר, ניט ערגער און ניט בעסער אײדער זײערע װעלטלעכע ברידער און שװעסטער. אין דעם זין זײַנען סאַנדלערס מעשׂיות אַנדערש פֿון די טעלעװיזיע־סעריאַלן װי „שטיסעל‟ אָדער „אַנאָרטאָדאָקס‟, װאָס זײַנען לעצטנס פּאָפּולער געװאָרן אין דער גאַנצער װעלט. ייִדיש איז בײַ סאַנדלערן ניט קײן קינסטלערישער כּלי פֿאַר שאַפֿן אַן עקזאָטישן עפֿעקט, נאָר אַ נאַטירלעכע דערצײלערישע שפּראַך, װאָס דער לײענער און די פּערסאָנאַזשן האָבן בשותּפֿות.

ר’ מאיר אַלײן איז אַ פֿרומער ייִד, און די תּורה איז דער יסוד פֿון זײַן װעלטבאַנעם. ער באַטראַכט די טאָגטעגלעכע דערשײַנונגען דורכן שפּאַקטיװ פֿון מדרש און אַגדה, װאָס העלפֿן אים צו לײזן זײַנע רעטענישן. די לעגענדעס װעגן דעם שאַרפֿן און האַרטן אײדלשטײן „אבֿן השמיר‟, װאָס שלמה המלך האָט גענוצט בײַם בױען דעם בית־המקדש, אָדער װעגן דעם װערעמל הלזון, פֿון װעלכן מען האָט באַקומען די בלױע פֿאַרב פֿאַר ציצית, דינען דאָ װי מעטאַפֿאָרישע שליסלען צו דעם טיפֿערן זין פֿון טאָגטעגלעכע הײַנטצײַטיקע פּראָבלעמען.

די פֿיגור פֿון אַ דעטעקטיװ, װאָס זײַן אױספֿאָרשערישער חוש איז אײַנגעװאָרצלט אין זײַן אמונה, איז ניט קײן חידוש אין דער װעלט־ליטעראַטור. ר’ מאיר אָקונס ליטעראַרישער פֿירגײער איז דער קאַטױלישער גלח פֿאָטער בראַון, די געשטאַלט פֿון דעם ענגלישן מחבר גילבערט קיט טשעסטערטאָן. און ר’ מאירס ייִדישער ליטעראַרישער קרובֿ איז דער ציריכער רבֿ גבֿריאל קלײן, דער העלד פֿון דער סעריע פֿון קרימינעלע ראָמאַנען פֿונעם שװײַצער שרײַבער אַלפֿרעד באָדענהײמער. בײדע ייִדישע דעטעקטיװן זײַנען טיף פֿאַרטאָן אין די עסקים פֿון זײערע אָרטיקע פֿרומע סבֿיבֿות, און בײדע זוכן שליסלען פֿאַר לײזן קרימינעלע רעטענישן אין דער ייִדישער מסורה. דער רבֿ קלײן איז אַ “יעקע”, אַ דײַטשישער ייִד, װאָס טראַכט לאָגיש און קומט צו זײַנע מסקנות אַנאַליטיש. ר’ אָקון, להיפּוך, איז אַ הײמישער חסיד. ער פֿאָלגט נאָך זײַן אינטויִציע, זײַן דערפֿאַרונג, און זײַן כּוח־הדמיון.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.