„זום‟־געשעעניש וועגן ייִדיש אין 21סטן י״ה— פֿון קייפּ טאַון, דרום־אַפֿריקעZoom event: Yiddish in the 21st century – from Cape Town, South Africa
די צוויי־שעהיקע פּראָגראַם נעמט אַרײַן די וועלט־פּרעמיערע פֿון אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן קייפּ טאַונס יערלעכן ייִדישן געזאַנג־פֿעסטיוואַל.
צוויי אָרגאַניזאַציעס פֿון דער ייִדישער קהילה אין קייפּ טאַון, דרום־אַפֿריקע וועלן זונטיק נאָך מיטאָג, דעם 23סטן אויגוסט, אָנפֿירן מיט אַ ספּעציעלער צוויי־שעהיקער „זום‟־אונטערנעמונג וועגן דעם קיום פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אינעם 21סטן יאָרהונדערט.
במשך פֿון דער ערשטער שעה וועט זײַן געווידמעט אַ דיסקוסיע וועגן ייִדיש הײַנט־צו־טאָג, אונטערן פֿאָרזיץ פֿונעם קאָלומניסט בײַם נײַעסקוואַל „האָליוווּד רעפּאָרטער‟, סקאָט פֿײַנבערג. ס׳וועלן זיך באַטייליקן דער ייִדישער אַקטיאָר און דירעקטאָר פֿונעם ייִדישן קולטור־קאָנגרעס, שיין בייקער; דער איבערזעצער פֿון די „האַרי פּאָטער‟־ביכער אויף ייִדיש, אַרעלע ווישוואַנאַט; די קינסטלערישע דירעקטאָרין פֿונעם ייִדישן טעאַטער „קדימה‟ אין מעלבורן, גלית קלאַס; די ייִדיש־לערערין בײַם יוניווערסיטי־קאָלעדזש אין לאָנדאָן — חיהלע ביר און די גרינדערין פֿונעם לאַנדישן צענטער פֿון ייִדישע פֿילמען, שאַראָן פּאָקער ריוואָ.
נאָך דער פּאַנעל־דיסקוסיע וועט פֿאָרקומען די וועלט־פּרעמיערע פֿון אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן קייפּ טאַונס יערלעכן ייִדישן געזאַנג־פֿעסטיוואַל אויפֿן נאָמען לאה טאָדרעס, וואָס האָט אַרויסגערופֿן אַ באַנײַטן אינטערעס צו דער ייִדישער שפּראך און מוזיק בײַ די ייִדן אין דרום־אַפֿריקע. נאָכן פֿילם וועט מען ענטפֿערן פֿראַגעס פֿונעם עולם.
דער ייִדישער ייִשובֿ אין דרום־אַפֿריקע, באַקאַנט פֿאַר זײַנע „ליטווישע‟ וואָרצלען, איז יאָרן לאַנג געווען אַ צענטער פֿון ליטעראַרישער שאַפֿערישקייט אויף ייִדיש, אַ דאַנק די שרײַבער דוד וואָלפּע, מענדל טאַבאַטשיק, נחמיה לעווינסקי און לייבל פֿעלדמאַן, ווי אויך די צײַטשריפֿטן „דרום־אַפֿריקע‟ און „דער אַפֿריקאַנער ייִדישער צײַטונג‟.
די אונטערנעמונג זונטיק, געשטיצט פֿונעם „ייִדישן פֿאַרבאַנד פֿון עלטערע לײַט‟, „דזשויִש קער קייפּ‟, און דעם פֿאָרווערטס, האָפֿט צו זאַמלען געלט פֿאַרן קליינעם עלטערן ייִשובֿ וואָס האָט ממשותדיק געליטן פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס. די הכנסה וועט געניצט ווערן אויף צו באַקומען נייטיקע פֿאָנדן צו באַקעמפֿן די פּאַנדעמיע.
בילעטן קאָסטן פֿינעף אַמעריקאַנער דאָלאַר אָדער 95 דרום־אַפֿריקאַנער ראַנדן. צו רעזערווירן, אָבער מע בעט די צוקוקער צו באַטראַכטן אַ גרעסערע סומע ווי אַ בײַשטײַער.
צו רעזערווירן, גיט אַ קוועטש דאָ. די „זום‟־פֿאַרבינדונג געפֿינט זיך דאָ
A message from Forverts editor Rukhl Schaechter
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forverts' 127-year legacy — and its bright future.
In the past, the goal of the Forverts was to Americanize its readers, to encourage them to learn English well and to acculturate to American society. Today, our goal is the reverse: to acquaint readers — especially those with Eastern European roots — with their Jewish cultural heritage, through the Yiddish language, literature, recipes and songs.
Our daily Yiddish content brings you new and creative ways to engage with this vibrant, living language, including Yiddish Wordle, Word of the Day videos, Yiddish cooking demos, new music, poetry and so much more.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor