ווידעאָ: „אַלע ווײַבער מעגן שטימען“, געזונגען פֿון איזאַבעל פֿרײַWATCH: “All Women Can Vote’’ sung by Isabel Frey
דאָס ליד, וואָס איז אַרויס אין 1920, באַלד נאָך דעם וואָס פֿרויען האָבן באַקומען שטימרעכט, האָט לכתּחילה חוזק געמאַכט פֿון דער דערשײַנונג.

Graphic by Angelie Zaslavsky
די וואָך האָט מען בײַ אונדז אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אָפּגעמערקט הונדערט יאָר, זינט פֿרויען האָבן באַקומען דאָס רעכט צו שטימען. לכּבֿוד דעם יוביליי האָט איזאַבעל פֿרײַ, די עסטרײַכישע ייִדישע זינגערין פֿון פּאָליטישע לידער, אַרויסגעלאָזט אַ נײַעם מוזיק־ווידעאָ, אין וועלכן זי זינגט דאָס ליד „אַלע ווײַבער מעגן שטימען“.
בײַם הערן דאָס ליד וואָלט מען געמיינט, אַז מע האָט עס אָנגעשריבן כּדי צו פֿײַערן דעם פֿאַקט וואָס די פֿרויען האָבן ערשט געהאַט באַקומען דאָס שטימרעכט. ווי איזאַבעל פֿרײַ האָט אָבער דערקלערט אין אַ בליצבריוו צום פֿאָרווערטס, איז די געשיכטע פֿונעם ליד אַ סך מער קאָמפּליצירט. געשריבן האָט עס דער קאָמיקער רובין דאָקטער, אַ פֿרויענפֿײַנט וועמענס לידער האָבן כּמעט שטענדיק חוזק געמאַכט פֿון פֿרויען. (דאָס איז אויך וואָס שייך זײַן באַקאַנטסטע ליד „איך בין אַ ׳באָרדער׳ בײַ מײַן ווײַב“). ווען „אַלע פֿרויען מעגן שטימען“ איז אַרויס אין 1920, האָט דאָקטער רעקאָרדירט אַן אַרײַנפֿיר צום ליד, אין וועלכן ער זאָגט אַז פֿרויען האָבן מער ניט קיין רעכט זיך צו באַקלאָגן וועגן זייער גורל, מחמת זיי האָבן דאָך שוין די רעכט צו שטימען.
אין 1921 האָט די זינגערין קלאַראַ גאָלד אַרויסגעלאָזט אַן אַנדער נוסח פֿונעם ליד, אין וועלכן זי פֿאַרוואַנדלט דאָקטערס טעקסט אין אַ ליד וואָס פֿײַערט אויף אַן אמת די שטימרעכט פֿון פֿרויען. אינעם ווידעאָ זינגט פֿרײַ קלאַראַ גאָלדס נוסח פֿונעם ליד, צוזאַמען מיט אירע אייגענע שורות אויף ענגליש, וואָס באַטראַכטן די ראָלע פֿון פֿרויען אין דער געזעלשאַפֿט הײַנט, מיט 100 יאָר שפּעטער.
פֿרײַ באַהאַנדלט אין אירע שורות אַ פּאַראַדאָקס, וואָס מע האָט אָנגעהויבן אַרומצורעדן אין אַמעריקע שוין אין די 1930ער יאָרן. לכתּחילה האָבן אַ סך פֿון די וואָס האָבן געוואָלט געבן די פֿרויען שטימרעכט געהאַלטן, אַז די אַמעריקאַנער פּאָליטיק וועט זיך שטאַרק בײַטן אויב מע טוט עס ווײַל פֿרויען וועלן אויסקלײַבן אַנדערע מינים פּאָליטיקער ווי די מענער. מע האָט זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז אויב אַ העלפֿט פֿון די וויילער וועלן זײַן פֿרויען, וועלן מער ניט זײַן קיין מלחמות און מע וועט פֿאַרזיכערן, אַז אַרבעטער האָרעווען ניט אין געפֿערלעכע באַדינגונגען. ווי מע ווייסט הײַנט, האָט זיך די אַמעריקאַנער פּאָליטיק ווייניק וואָס געביטן. פֿרויען שטימען סײַ דעמאָלט סײַ הײַנט געוויינטלעך אין איינקלאַנג מיט זייערע מענער און אויב ניט, שטימען זיי ניט אַנדערש ווי אַנדערע פֿרויענס מענער. כאָטש אַלע דעמאָלטיקע פֿעמיניסטן זענען געווען צופֿרידן צו באַקומען די שטימרעכט, איז עס פֿאָרט געווען בײַ אַ סך פֿון זיי אַ גרויסע אַנטוישונג אַז קיין אוטאָפּיע איז פֿון דעם ניט אַרויסגעקומען.
אויף אַן ענלעכן אופֿן באַמערקט פֿרײַ אין אירע נײַע שורות דעם פֿאַקט, אַז כאָטש פֿרויען פֿירן הײַנט אָן מיט פֿירמעס און רעגירונגען, איז פֿון דעם קיין גן־עדן אויך ניט אַרויסגעקומען. זי בעט דערפֿאַר די פֿרויען צו בײַטן זייער סטראַטעגיע: קעמפֿן קעגן דער אונטערדריקונג פֿון אָרעמע לײַט און אימיגראַנטן, אַנשטאָט בלויז צו שטרעבן נאָך מאַכט.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
