סאָלאָווקי: טונדרע, מאָנאַסטיר און גולאַגSolovki: Tundra, monasteries and gulag
אַ וויזיט אינעם אָרט וואָס מאָנאַכן האָבן הונדערטער יאָרן לאַנג שיין קולטיווירט ביז די סאָוועטן האָבן עס פֿאַרוואַנדלט אין אַ שרעקלעכן צוואַנג־לאַגער.
דער וועג, וואָס איך האָב אויסגעקליבן אָנצוקומען קיין סאָלאָווקי פֿון מאָסקווע, איז דער סאַמע קורצער וועג, אָבער דאָך האָט מען געדאַרפֿט פּטרן כּמעט צוויי מעת־לעת.
מיט דער באַן „קיין מורמאַנסק“ בין איך געשווינד אָנגעקומען אין אַ קליינטשיקער קאַרעלישער שטאָט אויף די ברעגן פֿונעם ווײַסן ים – קעמי. יעדן טאָג פֿון מײַ ביז סעפּטעמבער שווימען אָפּ פֿונעם האַוון דאָ כּלערלײ שיפֿן – צוויי שעה מיט אַ האַלב און דו ביסט שוין אויפֿן גרויסן סאָלאָוועצקער אינדזל. אַרום אים זײַנען דאָ פֿינף קלענערע אינדזלען (זיי הייסן אַנזער, גרויסע און קליינע מוקסאַלמאַ, גרויסער און קליינער האָזענער אינדזל) און אַ סך נאָך קלענערע אינדזלען. אויף די גרויסע אינדזלען וואַקסן ביימער און קוסטן; די קליינע זײַנען שטיינערדיק, פֿאַרוואַקסן מיט מאָך און לישײַען. אָבער יעדער פֿון זיי איז אייגנאַרטיק, סײַ צוליב דער שטרענגער צפֿונדיקער עסטעטיק פֿון זייערע לאַנדשאַפֿטן מיט זייערע רעליעפֿן, סײַ צוליב זייער קאָמפּליצירטער געשיכטע.
פֿונעם צושיף־שטעל אויפֿן סאָלאָוועצקער אינדזל שפּרייט זיך אויס אַן איינציק דאָרף, וואָס רופֿט זיך ווי דער גאַנצער אינדזל – סאָלאָוועצקער ייִשובֿ אָדער פּראָסט – סאָלאָווקי. ער איז געגרינדעט געוואָרן ערשט אין 1944. איצט וווינען דאָ כּסדר אַן ערך 900 מענטשן. אַ העלפֿט – אַרבעטערס, און דער רעשט – זקנים און קינדער. מענטשן קענען אַרבעטן בלויז אין עטלעכע ערטער: אין די מוזייען, אין דער שול און קינדערגאָרטן אָדער אינעם שפּיטאָל. עס זײַנען אויך דאָ קראָמען, אַכסניות, אַ דיזל־סטאַנציע און אַעראָפּאָרט. די אײַנוווינערס זאָגן, אַז פֿאַר זיי הייבט זיך אַלץ אָן פֿון סאָלאָווקי און אויך דאָ פֿאַרענדיקט זיך אַלץ.
די אָ סימנים פֿון אַ וועלטלעך לעבן אויף די אינדזלען זײַנען אַנטשטאַנען ערשט נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. פֿאַר דער מלחמה (אָנהייבנדיק פֿון יאָר 1429) איז דאָ געווען אַ מאָנאַסטיר. ער עקזיסטירט אויך הײַנט אָבער ער פֿונקציאָנירט גיכער ווי אַ מוזיי איידער אַן אָפּגעזונדערט אָרט פֿאַר התבודדות. אין משך פֿון פֿיר הונדערט יאָר (פֿונעם 15טן ביזן 19טן יאָרהונדערט) האָט דאָס לעבן אויף די אינדזלען געבליט פֿון יאָר צו יאָר, און דאָס אָרט האָט זיך אַזוי קונה־שם געווען, אַז אַלע האָבן געוואָלט אַהערפֿאָרן שווימען און דערזען מיט די אייגענע אויגן אַלע חידושים, און זיך עצהן מיט די הייליקע מאָנאַכן וועגן זייערע צרות.
די מאָנאַכן האָבן געפֿירט אַ גראַנדיעזע ווירטשאַפֿט. שווער איבערצורעכענען אַלע זייערע דערגרייכונגען. אָבער זייער אַמביציע איז פֿאַרשטענדלעך: כּדי צו בלײַבן לעבן אויף די ווילדע צפֿונדיקע אינדזלען האָבן זיי געמוזט ממש האָרעווען: גראָבן די ערד, אויסהאַקן וועלדער, האַקן האָלץ, שווימען אינעם סכּנהדיקן ים און פֿאַנגען פֿיש, אַרויסבאַקומען זאַלץ פֿון ים־וואַסער, מאָלן קערלעך איבערגעשיפֿטע פֿונעם קאָנטינענט, באַקן ברויט, באַאַרבעטן לעדער, נייען קליידער, בויען פֿאַרשיידענע סטרוקטורן אאַז”וו. די האָרעוואַניע איז געווען נישט נאָר נייטיק, נאָר אויך אַ סימן־מובֿהק פֿונעם גײַסטיקן לעבן פֿון די סאָלאָוועצקער מאָנאַכן.
אין די יאָרן פֿון דעם מאָנאַסטירס אויפֿבלי האָבן די מאָנאַכן אויפֿגעבויט עטלעכע זאַוואָדן (טעפּוואַרג־, ליכט־, ציגל־, געהילץ־, לעדער־ און מעל־זאַוואָדן), ווי אויך וואַרשטאַטן (שוסטער־, שנײַדער־, מאַליער־, סטאָליער־, שלאָסער־ און ליטאָגראַפֿישע וואַרשטאַטן, אַן אײַנבינדערײַ, און צעכן וווּ מע האָט געמאַכט שליטנס און עקיפּאַזשן). הײַנט פֿונקציאָנירן זיי נישט; אַפֿילו די בנינים זײַנען שוין נישטאָ. עס איז אָבער יאָ איבערגעבליבן ביזן הײַנטיקן טאָג דער באָטאַנישער גאָרטן, וווּ עס וואַקסן קאַווענעס און דיניעס; אַ דאַמבע צווישן דעם גרויסן סאָלאָוועצקער אינדזל און גרויסער מוקסאַלמאַ; אַ סיסטעם פֿון קאַנאַלן, וואָס פֿאַרבינדט הונדערטער אָזערעס און רעגולירט דעם וואַסער־ניוואָ אין זיי; ברייטע וועגן וואָס פֿירן צו אַלע עקן פֿון די אינדזלען; און דער מאָנאַסטיר אַליין, וואָס זעט אויס ווי אַ קרעפּאָסט – פֿון זײַנע מויערן האָט מען במשך פֿונעם 16טן און 17טן יאָרהונדערט אָפֿט אָפּגעשלאָגן אַטאַקעס פֿון שוועדן און ענגלענדער
די געשיכטע פֿונעם אַרכיפּעלאַג איז פֿעסט אײַנגעקניפּט מיט דער געשיכטע פֿון מײַן אייגן לאַנד, רוסלאַנד. און ווי אין דער געשיכטע פֿון רוסלאַנד זײַנען דאָ שרעקלעכע בלעטער, איז די סאָלאָוועצקער אינדזלען אויך אַ מאָל אויסגעקומען צו ווערן אַ גיהנום אויף דער ערד. פֿון 1923 ביז 1933 האָט אויף דער אָ טעריטאָריע אָפּערירט אַן אַרבעט־לאַגער (איינער פֿון די גולאַג־לאַגערן); פֿון 1937 ביז 1939 – אַ תּפֿיסה; און ווײַטער ביזן סוף פֿון דער מלחמה – אַ פֿאָרפּאָסט בײַם ווײַסן ים: אַפֿילו איצט קען מען געפֿינען איבערגעבליבענע פֿײַערפּונקטן און צעפֿאַלענע זעמליאַנקעס. דורכן סאָלאָוועצקער לאַגער זײַנען דורכגעגאַנגען צענדליק-טויזנטער מענטשן, און טויזנטער פֿון זיי זײַנען אומגעקומען דאָרטן: פֿון הונגער, פֿון קלעפּ, פֿון קראַנקײטן, פֿון עבֿודת־פּרך. אַלפֿי־אַלפֿים מתים ליגן אומבאַגראָבענע ערגעץ וווּ, אין וואַלד, אין בלאָטעס, אונטערן ים. זאָל זיי די ערד גרינג זײַן .
און אָט גיי איך לענג־אויס דעם זאַמדיקן וועג פֿון מאָנאַסטיר צו דער דאַמבע, צי פֿונעם לײַכטטורעם ביזן קאַפּ פּעטשאַק. כ’בין אַ טוריסט, אָבער איך קען זיך פֿאָרשטעלן ווי עס גייט אויף אָט דעם וועג אַ מאָנאַך אָדער אַ פּילגרים, אָדער אַ געפֿאַנגענער, וועלכן מע פֿירט אויף אַן אָרט, וווּ ער וועט האָרעווען אָדער צעשאָסן ווערן. די וועגן זײַנען שוין הונדערטער יאָרן געבליבן אין גאַנצן די זעלבע.
דעם אמת געזאָגט איז מאָסקווע נישט אַזוי ווײַט פֿון סאָלאָווקי, ווי איך האָב פֿריִער געשריבן: כּמעט אינעם צענטער פֿון דער שטאָט, אויף לוביאַנקאַ-פּלאַץ, שטייט דער סאָלאָוועצקער שטיין – אַ מאָנומענט לזכּרון די קרבנות פֿון די רעפּרעסיעס אין ראַטן-פֿאַרבאַנד. דעם שטיין האָט מען געבראַכט צו פֿירן פֿון דער טעריטאָריע פֿונעם געוועזענעם סאָלאָוועצקער לאַגער אין 1990. אַזוי האָט די רוסישע געזעלשאַפֿט אָנגעהויבן אײַנצוזען די אָ שרעקלעכע בלעטער פֿון איר געשיכטע. עס זײַנען שוין אַריבער 30 יאָר זינט דעמאָלט, ס׳איז טאַקע אַ ביזיון, אָבער ס׳האָבן זיך נאָך נישט געענדיקט די פּאָליטישע רעפּרעסיעס אין הײַנטיקן רוסלאַנד. און וואָס לענגער מיר שווײַגן, אַלץ שווערער און בלוטיקער וועט ווערן דער קאַמף.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO