דעמאָנסטראַנטן טענהן אַז קיבוץ־טײַך דאַרף זײַן אָפֿן פֿאַר אַלעמעןProtesters claim kibbutz stream should be open to all
די פּראָטעסטן זענען געוואָרן אַזוי צעהיצט אַז צענדליקער דעמאָנסטראַנטן האָבן זיך אַרײַנגעריסן אין קיבוץ און אַרײַן אין וואַסער
געוויינטלעך ווען כ’גרייט זיך צו שרײַבן מײַן אַרטיקל פֿאַרן פֿאָרווערטס ווענד איך זיך צו פֿאַרשידענע מקורים כּדי צו באקומען די נייטיקע פּרטים. אין דעם פֿאַל פֿון דעם סכסוך וועגן האַסי-טײַך פֿליסן צו מיר די ידיעות אָבער אָן אַ סוף.
די הויפּט אַקטיאָרן זענען דאָס מאָל: קיבוץ ניר דוד, וועלכער ווערט פֿאַרטראָטן דורך שלמה גלאַזער, איר סעקרעטאַר; די שכנותדיקע שטאָט בית שאן, פֿאַרטראָטן דורך זשעקי לוי; איר מעיאָר, און די רעגיאָנעלע אינסטאַנץ בית שאן, וועלכע זאָרגט פֿאַר די 42 פאַרצווײַגטע טײַכן אין דעם געגנט פון גליל התחתון.
דער ניר-דוד-רעסאָרט איז, אַגבֿ, זייער פּאָפּולער אין לאַנד. אויב מע וויל רעזערווירן אַ צימער, מוז מען עס טאָן מיט חדשים פֿריִער…
פֿרײַטיק, דעם 14טן אויגוסט, 2020, אויף די דרײַ הויפּט טעלעוויזיע-קאַנאַלן האָט מען אין די נײַעס פֿאָרגעשטעלט די זעלביקע דראַמע: תּושבֿים פֿון בית שאן צוזאַמען מיט דעמאָנסטראַנטן געקומענע פֿון אַנדערע ייִשובים פֿאָדערן אַ פֿרײַען צוטריט צום האַסי-טײַך וועלכער פֿליסט דורכן שטח פֿונעם קיבוץ און זײַנע הײַזער שטייען אויף ביידע ברעגן. בײַם קיבוץ-טויער איז געשטאַנען אַ ברייט-פּלייציקער שומר, וועלכער האָט ניט דערלאָזט די ברויזנדיקע מאַניפֿעסטאַנטן (מיט באָד-קאָסטיומען אין האַנט) זיך אַרײַנשמוגלען אין קיבוץ און אַרײַננשפּרינגען גלײַך אין די דערפֿרישנדיקע וואַסערן פֿון האַסי-טײַך.
די פּראָטעסטירער טענהן, אַז די קיבוצניקעס האַלטן זיך פֿאַר אַריסטאָקראַטן און דעריבער ווילן זיך ניט טיילן מיט אַ נאַטור-אוצר וואָס געהערט צום כּלל. די קיבוצניקעס דאַקעגן האַלטן, אַז אויב ס’וועלן דורך זייער שטח, וואָס געהערט געזעצלעך צום קיבוץ, אַדורכגיין אַ 5,000 ניט-פֿאַרבעטענע געסט, וועט עס גורם זײַן רעש, שמוץ און ס’וועט חרובֿ מאַכן זייער געמיטלעכן לעבן-שטייגער. די זענען גערעכט און יענע זענען אויך גערעכט. טאָ וואָס טוט מען? האָט מען שוין אין יאָר 2014 דערגרייכט אַ הסכּם לויט וועלכן דער קיבוץ ניר דוד וועט באַפֿרײַען אַ גרענעץ פֿון האַסי ברעג, בשעת די מוניציפּאַלע און לאַנד-אינסטאַנצן וועלן מכשיר זײַן דעם באַשטימטן באָדן פֿאַרן באַנוץ פֿון אַלגעמיינעם פּובליקום. פֿון דעמאָלט אָן באַשולדיקן די פֿאַרשידענע פֿאַקטאָרן איינעם דעם צווייטן אין ניט דורכפֿירן דעם דערגרייכטן הסכּם.
דאָ קומט אַרײַן אין שפּיל אַדון הרוש יהונתן, אַן אַקטיוויסט אין דער לינק געשטימטער „הקשת הדמוקרטית המזרחית‟ (דער מזרח-דעמאָקראַטישער רעגן־בויגן) וועלכער טענהט לטובֿת דער „פֿאַרטייל-גערעכטיקייט‟, ס’הייסט דער אידעאַלער שטרעבונג, אַז נאַטור-אוצרות — אין סאַמע ברייטסטן זינען פֿון וואָרט — דאַרף גלײַך פֿאַרטיילט ווערן צווישן די בירגער. אַנדערש געזאָגט, מ’זאָל ניט באַעוולען די אָרעמע שיכטן פון דער באַפֿעלקערונג (בעיקר מזרחים, לויט זייער באַגריף). דעריבער זענען זיי אומצופֿרידן מיטן אָנגענומענעם הסכּם און דער רושם איז אַז יעטוועדע פּשרה וועט דורך זיי ווערן אָפּגעוואָרפֿן ביז די בית שאן-תּושבֿים און ווער עס וויל נאָר וועט סוף-כּל-סוף באַקומען אַ פֿרײַען אַרײַנגאַנג צום קיבוץ און צוטריט צו דעם האַסי-טײַך.
האָט מען אין די טראַנסמיסיעס פֿון די דרײַ טעלעוויזיע-קאַנאַלן געקאָנט זען ווי צענדליקער יוגנטלעכע האָבן זיך בּכוח אַרײַנגעריסן אין קיבוץ און צוגעלאָפֿן מיט פֿולן ברען גלײַך צום טײַך און אַרײַן אין וואַסער. דער שומר און אַ קיבוצניצע נעבן אים זענען דערשטוינט געוואָרן. אין דער זעלבער סעקונדע, שטעל איך זיך פֿאָר, האָט מען אין הונדערטער טויזנטער טעלעוויזיע-אַפּאַראַטן איבערן לאַנד אַרײַנגעכאַפּט אַ דערשיטערונג און פּחד, בשעת אין אַנדערע הונדערטער טויזנטער שטיבער האָט אַ נצחון-אופֿאָריע באַהערשט די אײַנוווינער. ממש ווי בײַ אַ פֿוסבאָל-מעטש.
דאָס בילד איז אָבער ניט אין גאַנצן שוואַרץ-ווײַס. פֿון איין זײַט זענען פֿיל פֿון די אַרײַנדרינגער „ביביסטיש‟ געשטימט (פּראָ ביבי נתּניהו), נאָר זיי ווערן גראַדע אויסגעניצט דורך דעם אויבן-דערמאָנטן „מזרחישן רעגן-בויגן‟. פֿון דער צווייטער זײַט קאָנען מיר זיך פֿאָרשטעלן, אַז ניט ווייניק פּאָליטיש רעכט-געשטימטע זענען אויפֿגערודערט געוואָרן און געטאַדלט דאָס ניט רעספּעקטירן דעם פּריוואַטן אייגנטום פֿון קיבוץ. בקיצור, אַ ספּעקטאַקל! אייגנטלעך ווערן די קיבוץ-חבֿרים רעגולער געמוטשעט דורך די דעמאָנסטראַנטן — בפֿרט יענע וואָס קומען אין די אָוונט-שעהען מיט זייערע מאַשינען, שטייען נעבן טויער און קוועטשן אויף די אויטאָ-פֿײַפֿערס כּדי צו צעשטערן די רו פֿון די קיבוץ-„מאַגנאַטן‟.
ניר גאָנטאַזש, אַ פּאָפּולערער זשורנאַליסט פֿון „האָרץ‟, האָט געפֿרעגט שלמה גלאַזערן, דעם כּמעט 70־יעריקן קיבוץ-פֿאַרוואַלטער: „צי זענט איר מסכּים אַז ביז הײַנטצוטאָג איז אין דעם פֿאַל פֿון די האַסי-וואַסערן ניט פֿאַראַן קיין פֿאַרטייל-גערעכטיקייט?‟ האָט דער קיבוצניק געענטפֿערט: „אַבסאָלוט מסכּים!‟ אין דעם אינטערוויו האָט ער איבערגעגעבן, אַז ס’זענען פֿאַראַן צוויי לייזונגען: 1) פֿאַרגרעסערן דעם טײַך-חלק אויסערן קיבוץ. די לייזונג איז אָבער שטעקן געבליבן בײַ די פּלאַנירונג-אויטאָריטעטן. 2) אַנשטאָט אַז אַלע זאָלן זיך אַרומשלאָגן איבער אַ 1,000 מעטער שטח פֿון ניר דוד, זאָל מען די האַסי-וואַסערן קאַנאַליזירן ממש דורך דער שטאָט בית שאן און דאַן וועלן אירע תּושבֿים געניסן פֿון אַן אייגענעם, שטאָטישן טײַך.
בית שאן איז היסטאָריש איינע פֿון די עלטסטע שטעט אין ארץ-ישׂראל — אַרום 7,000 יאָר אַלט. זי זיצט אויף אַ גאָר פֿרוכפּערדיקן באָדן מיט אַרכעאָלאָגישע געפֿינסן וועלכע זענען אַ טוריסטישע אַטראַקציע און געפֿינט זיך בסך-הכּל אַ 25 קילאָמעטער פֿון דער פּרעכטיקער כּינרת-אָזערע. זי איז אויף ס’נײַ געגרינדעט געוואָרן אין יאָר 1949 און עס וווינען דאָרט אַ 20,000 מענטשן. קיבוץ ניר דוד (פֿריִער — תֶּל עַמַל) איז געגרינדעט געוואָרן אין יאָר 1936 אויף אַ גאָר שווערן באָדן, נעבן ממש זומפּן, וועלכע מ’האָט געמוזט אויסטריקענען. דאָס האָט אַרויסגערופֿן אַ ריי מאַלאַריע-מגפֿות וואָס האָט אַ סך מענטשן אומגעבראַכט.
האָט מען באַשלאָסן אַז מע מוז געפֿינען אופֿנים ווי אַזוי גובֿר צו זײַן די נאַטור-שטרויכלונגען ווי אויך די אָפֿטע אָנפֿאַלן פֿון די בעדויִנישע שכנים. (אין די יאָרן 1936 און 1939 זענען פֿאָרגעקומען אַכזריותדיקע פּורעניות קעגן דעם ייִדישן ייִשוב). דער קיבוץ איז געווען דער ערשטער וואָס איז אויפֿגעשטאַנען אין חומה ומגדל, מויער און טורעם; אין איין נאַכט, הייסט עס, האָבן זיך פֿאַרזאַמלט חלוצים און שומרים און אויפֿגעשטעלט דעם מויער און טורעם פֿון אַ נײַעם ייִדישן ייִשובֿ אויף ארץ-ישׂראלדיקער ערד. דאָס איז געווען ערבֿ דער פֿאָרגעזעענער לאַנד-פֿאַרטיילונג וואָס די ענגלענדער האָבן זיך געגרייט דורכצופֿירן און דער ווילן פֿון ייִשוב אויסצוברייטערן זײַנע גרענעצן. לויט דעם ניר-דוד-מוסטער האָט מען דערנאָך אויפֿגעשטעלט 53 אַנדערע ייִשובים.
דער סכסוך צווישן די פֿאָרשטייערס פֿון בית שאן און דעם קיבוץ איז שוין באַהאַנדלט געוואָרן אין כּנסת. עס קאָכט זיך ווײַל ס’זענען פֿאַראַן געוויסע פֿאַקטאָרן וואָס ווילן אַז די קאָכעניש זאָל ווײַטער אָנגיין. דער סכסוך איז אַ קאָמפּליצירטער ווײַל עס מישן זיך אין אים צונויף פּאָליטישע, קלאַסן — און עטנישע אַספּעקטן. די אָנגרײַפֿן קעגן קיבוץ ווערן אָפֿט בייז-וואַנדאַליש צוליב אַ געוויסן עטניש-פֿאַקריפּלטן נקמה-קאָמפּאָנענט. הײַנט זײַנען אַ 30 פּראָצענט פון ניר דודס חברים ניט קיין אַשכּנזער, נאָר דער אַלגעמיינער קיבוץ-אימאַזש, צוליב היסטאָרישע סיבות, איז פֿאַרבליבן אַן אַשכּנזישער.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO