Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

„צי געדענקסטו נאָך, טאַטע, דײַן זעקעלע מעל?‟“Do you still remember your sack of flour, Tate?”

לידער פֿון באָריס קאַרלאָוו, אַ פֿאָטאָ־רעפּאָרטאַזש פֿון ביראָבידזשאַן און אַנדערע אינטערעסאַנטע זאַכן געפֿינען זיך אין נײַעם נומער „ביראָבידזשאַן‟

הײַיאָר איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן אַ טאָפּלטער נומער פֿונעם ליטעראַריש–פּובליציסטישן אַלמאַנאַך „ביראָבידזשאַן‟ — אַ װאָגיקער באַנד פֿון 250 זײַטן, װאָס באַשטײט פֿון צװײ טײלן, איינער אויף ייִדיש און דער צווייטער — אויף רוסיש.

דער ייִדישער טײל איז כּולל לידער און פּראָזע פֿון עלף מחברים פֿון ביראָבידזשאַן, מינסק, פּעטערבורג, ניו–יאָרק, בלומינגטאָן (אינדיאַנע) און פֿאַרשײדענע שטעט פֿון מדינת־ישׂראל. װי עס שרײַבט דער מיט־רעדאַקטאָר װאַלערי גורעװיטש, איז דער דאָזיקער אַלמאַנאַך געװאָרן אַן „ערנסטע ליטעראַרישע טריבונע פֿאַר ייִדישע שריפֿטשטעלער צעזײטע און צעשפּרײטע איבער לענדער און קאָנטינענטן‟.

דער אַלמאַנאַך „ביראָבידזשאַן‟ איז געגרינדעט געװאָרן אין 1946, בעת דער קורצער תּקופֿה פֿון אױפֿלעבונג אין דער סאָװעטישער ייִדישער קולטור. בעת דער צװײטער װעלט–מלחמה איז ביראָבידזשאַן געװאָרן אַ מקום–מיקלט פֿאַר פּליטים פֿונעם חורבן, אָבער שױן אין 1948 בעת די רדיפֿות קעגן דער ייִדישער קולטור זײַנען כּמעט אַלע ייִדישע ליטעראַטן און כּלל–טוער אַרעסטירט געװאָרן און מען האָט פֿאַרמאַכט דעם אַלמאַנאַך. ערשט אין 2012 איז דער אַלמאַנאַך באַנײַט געװאָרן.

די ליטעראַרישע װערק אינעם ייִדישן טײל זײַנען פֿאַרשײדן לױט זײערע טעמעס, סטילן און זשאַנערס. די מעלאַנכאָלישע אינטאָנאַציע פֿונעם פּעטערבורגער דיכטער ישׂראל נעקראַסאָװס עלעגישע לידער דערמאָנט אָן דער ייִדישער פּאָעזיע פֿון דער ערשטער העלפֿט פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט, װאָס קוקט נאָסטאַלגיש צוריק אױף דעם פֿאַרלאָזטן שטעטל: „סע בלײַבן הינטער די פּלײצעס / טײַערע, הײמישע װענט, / שװער איז צו האַלטן לײצעס / מיט די פֿאַרפֿרױרענע הענט‟. די לידער פֿונעם מינסקער דיכטער פֿעליקס חײַמאָװיטש זײַנען אױך געװענדט אױף צוריק, נאָר צו זײַן אײגענעם עבֿר. דער דיכטער באַטראַכט קריטיש זײַן לעבן און איז זיך מודה: „און עס קלאַפּן, און עס שלאָגן – / ס’איז ניטאָ, װוּ זיך באַהאַלטן! – / שװערע אײַזערנע געדאַנקען, / װי אַ האַמער אין מײַן קאָפּ‟.

באָריס קאַרלאָװ פּרוּװט אױפֿצובױען אַ פּאָעטישע קײט צװישן זײַן זײדן און זײַן אײניקל. דער דיכטער איז פֿאַרבליבן אַלײן צװישן די דורות. דעם זײדן, װעמענס נאָמען ער טראָגט, האָט ער געזען בלױז אין אַ פֿאָטאָגראַפֿיע, און דער אײניקל זײַנער איז „נאָך ניט קיין געבױרענער‟. ער װיל שיקן אַ גרוס צו זײַן טאַטן: „כ’װאָלט גערן דעם טאַטן געשיקט אַן אי–מײל, / צי געדענקסטו נאָך, טאַטע, דײַן זעקעלע מעל?‟ לױט די דאַטעס זײַנען קאַראָלאָװס לידער אָנגעשריבן געװאָרן אין פֿאַרשײדענע יאָרן, אָבער דאָ בילדן זײ אַ טעמאַטישן אײנס אַרום דער אוראַלטער קשיא: „איז װיאַזױ / פֿאַרבינדט מען / דעם זײדן און דעם אײניקל?‟

סטיליסטיש גאָר אַנדערש זײַנען די עפּישע שורות פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום, וועלכער וווינט הײַנט אין רמת–גן, אַ פֿאָרשטאָט פֿון תּל־אָבֿיבֿ. דאָ גײט די רײד װעגן דעם אוראַלטן געראַנגל צװישן דעם מענטשן און דער נאַטור. דער דאָזיקער קאַמף דערגרײכט אַ מיטאָלאָגישן פֿאַרנעם אינעם עפּילאָג, װען דער העלד פֿון דער פּאָעמע, „אַ יעגער און אַ טײַגע–מענטש‟ גײט אַרױף אין הימל, „אינעם בעריכע–געשטערן / און לײַכט איבערן עולם–הזה…‟ ביראָבידזשאַן געפֿינט זיך אינעם װײַטן מיזרח פֿון רוסלאַנד, אינעם קאַנט פֿון דער מעשׂה–בראשיתדיקער נאַטור. דער לאָקאַלער קאָלאָריט איז בולט אין דער פֿאָלקס־מעשׂה „די אַלטע לבֿנה און דאָס מײדל‟ פֿונעם אָרטיקן פֿאָלקלאָר–זאַמלער יורי כאַנקאַן (איבערגעזעצט פֿון װעלװל טשערנין). כאַנקאַן געהערט צו דעם קלײנעם סיבירער פֿאָלק עװענקן, װאָס סך–הכּל זײַנען זײ פֿאַרבליבן אַרום 22,000 נפֿשות.

אין אַן אײגענעם ליד זײַנעם באַטראַכט טשערנין זײַן פֿאַרבינדונג מיט ביראָבידזשאַן: „איך בין דאָ ניט געװאַקסן./ כ’האָב פֿאַרבראַכט דאָ געצײלטע מאָנאַטן. / נאָר דער מאַמעס דערצײלן / בינדט מיך צו צו דעם פֿרעמדלעכן קאַנט.‟ דער ביראָבידזשאַנער „אַרום‟ איז אים „ממש ביז װײטיק באַקאַנט‟ – „אָבער ס’איז שױן פֿון לאַנג ניט מײַן דאגה‟. איז װעמענס דאגה איז ביראָבידשאַן?

טשערנין און אַנדערע מיט־רעדאַקטאָרן האָבן אַרײַנגעלײגט אַ סך מי אין צונױפֿשטעלן און אַרױסגעבן דעם דאָזיקן אַלמאַנאַך. דאָס בוך פֿאַרמאָגט ביז גאָר אינטערעסאַנטע מאַטעריאַלן אױף ייִדיש און רוסיש, צװישן זײ — הילל קאַזאָװסקיס װערטפֿולע היסטאָרישע פֿאָרשונגען װעגן דעם ביראָבידזשאַנער ייִדישן טעאַטער און ניקאָלײַ באָראָדולינס אַרטיקל װעגן יעקבֿ שײפֿער, דעם דעם ניו–יאָרקער קאָמפּאָזיטאָר פֿון דער מוזיק–אָראַטאָריע „ביראָבידזשאַן‟, װאָס דער ניו–יאָרקער „פֿרײַהײט–געזאַנג–פֿאַראײן‟ האָט פֿאָרגעשטעלט אין דער ברוקלינער מוזיק–אַקאַדעמיע אין 1936.

ביז גאָר אינטערעסאַנט און באַלערנדיק איז דער פֿאַרביקער פֿאָטאָ–רעפּאָרטאַזש „אַ שפּאַציר איבער ביראָבידזשאַן‟ פֿון יעלענע סאַראַשעװסקאַיאַ, די רעדאַקטאָרין פֿון דער צײַטונג „ביראָבידזשאַנער שטערן‟. דער רוסישער אָפּטײל נעמט אַרײַן לידער, פּראָזע, איבערזעצונגען און עסײען פֿון מחברים פֿון דער גאַנצער װעלט. און צום שלוס פֿונעם אַלמאַנאַך געפֿינט מען אַ קורצע אַנטאָלאָגיע פֿון דער פֿאַר–סאָװעטישער רוסיש–ייִדישער פּאָעזיע.

הײַנט פֿאַרנעמט ביראָבידזשאַן ניט קײן חשובֿן אָרט אױף דער ייִדישער װעלטמאַפּע. װײניק מענטשן ווייסן אַפֿילו אַז עס איז נאָך אַלץ פֿאַראַן די ייִדישע אױטאָנאָמע געגנט װי אַן אַדמיניסטראַטיװער סוביעקט פֿון דער רוסישער פֿעדעראַציע, און אַז ייִדיש איז דאָרט אָנערקענט װי אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך. עס זײַנען שױן מסתּמא ניט פֿאַרבליבן קײן געטרײַע קאָמוניסטישע שטיצער פֿונעם אַמאָליקן סאָװעטישן פּראָיעקט פֿון בױען אַ נײַעם ייִדישן הײמלאַנד אױפֿן װײַטן מיזרח פֿון רוסלאַנד. אָבער ביראָבידזשאַן פֿאַרבלײַבט אַ ייִדישער קולטורעלער יש, דער עיקר — אַ דאַנק די געטרײַע קולטור–טוער, ווי די מיט־רעדאַקטאָרן פֿונעם אַלמאַנאַך: װאַלערי גורעװיטש, װעלװל טשערנין, אלכּסנד דראַבקין און יעלענאַ סאַראַשעװסקאַיאַ.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.