ווידעאָ: ייִדישע פֿאָלקס־רעטענישן פֿאַר קינדערWATCH: Yiddish riddles for kids
פּערל טייטלבוים לייענט פֿאָר עטלעכע רעטענישן וועגן שפּיגלען און פֿידל, פּובליקירט אין ייִדישע קינדער־זשורנאַלן אין די 1920ער.

Graphic by Angelie Zaslavsky
ווי אַ טייל פֿון איר נײַער סעריע יוטוב־רעקאָרדירונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, „געהערט אַ מעשׂה“, האָט די „ייִדיש־ליגע“ לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ ווידעאָ, אין וועלכן די ייִדיש־לערערין און זינגערין פּערל טייטלבוים לייענט פֿאָר ייִדישע פֿאָלקס־רעטענישן.
כאָטש די רעטענישן זענען געשריבן געוואָרן פֿאַר קינדער, זענען זיי הײַנט אויך אַ פּאַסיקער לייען־מאַטעריאַל פֿאַר ייִדיש־סטודענטן.
צווישן די רעטענישן אין דעם ווידעאָ געפֿינט מען אַזעלכע ווי:
גלאַט ווי סאַמעט,
ווײַס ווי שניי;
מע קוקט זיך אײַן —
זעט מען צוויי.
דער ענטפֿער: אַ שפּיגל
אין וואַלד וואַקסט דאָס,
אין קראָם הענגט דאָס,
מע גיט אַ ריר, וויינט דאָס.
ענטפֿער: אַ פֿידל
די רעטענישן האָט פּערל טייטלבוים אויסגעקליבן פֿון אַ זאַמלונג, וואָס דער פּעדאַגאָג און פֿאָלקלאָריסט שלמה באַסטאָמסקי האָט אַרויסגעגעבן אין 1917. באַסטאָמסקי האָט געהאַלטן, אַז כּדי צו לערנען ייִדישע קינדער וועגן זייערע וואָרצלען, מוזן זיי זיך באַקענען מיטן ייִדישן פֿאָלקלאָר. ער האָט אַליין אָנגעזאַמלט אַ ים מיט ווערטלעך, רעטענישן, פֿאָלקס־מעשׂיות און לידער, וואָס ער האָט געדרוקט אין זײַנע קינדער־זשורנאַלן „גרינינקע ביימעלעך“ און „דער חבֿר“ און אין די ביכער פֿון זײַן פֿאַרלאַג, „די נײַע ייִדישע פֿאָלקסשול“. דעם מאַטעריאַל האָט ער אויך געלערנט אין זײַנע קלאַסן סײַ פֿאַר זײַנע אייגענע תּלמידים, סײַ פֿאַר צוקונפֿטדיקע לערער אינעם ווילנער ייִדישן לערער־סעמינאַר.
צווישן די פֿריִערדיקע ווידעאָס אין דער סעריע, געפֿינט מען אַ רעקאָרדירונג פֿונעם ערשטן קאַפּיטל „הערי פּאָטער“ אויף ייִדיש.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
