Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ייִדישע קולטור שפּילט קנאַפּע ראָלע אינעם „נײַעם ייִדישן קאַנאָן‟Yiddish culture barely touched upon in “The New Jewish Canon”

דער ציל פֿון דער זאַמלונג פֿון 80 עסייען איז אַרויסצורופֿן דיסקוסיעס וועגן די וויכטיקסטע וויכּוחים בײַ ייִדן צווישן 1980 און 2015.

װאָס זײַנען געװען די װיכטיקסטע ייִדישע טעקסטן במשך פֿון די לעצטע פֿערציק יאָר? װאָס האָבן די ייִדישע דעה־זאָגערס געהאַט צו זאָגן װעגן די װיכטיקסטע ענינים פֿונעם ייִדישן קיום? ד״ר יהודה קורצער און פּראָפֿעסאָר קלער סאָפֿרין פּרוּװן צו ענטפֿערן די דאָזיקע פֿראַגעס. זײ האָבן באַטיטלט זײער זאַמלונג פֿון זיבעציק אױסגעקליבענע דאָקומענטן „דער נײַער ייִדישער קאַנאָן: אידעען און װיכּוחים אין די יאָרן 1980–2015‟. די רעדאַקטאָרן באַשרײַבן זײער פּראָיעקט װי „אַ מין זוכעניש נאָך סדר אינעם װירװאַר‟. זײ דערקלערן, אַז זײער פֿאָקוס איז געװען אױף די געביטן פֿון רעליגיע, יוריספּרודענץ און פּאָליטיק אין אַמעריקע און ישׂראל. זײ האָבן ניט גענומען אין באַטראַכט קולטור, װײַל דאָס װאָלט געמאַכט דעם ענין פֿון ייִדישקײט צו קאָמפּליצירט און זײער פּראָיעקט װאָלט געװאָרן „אומגעלומפּערט‟.

דער ציל פֿונעם זאַמלבוך איז צו פֿאַרפֿיקסירן דעם צושטאַנד פֿון ייִדישע װיכּוחים אַרום אַזעלכע פּראָבלעמען װי דער סטאַטוס פֿון הלכה אין דעם ייִדישן לעבן און די רעליגיעזע, יורידישע און פּאָליטישע אַספּעקטן פֿון די אָקופּירטע שטחים אין ארץ־ישׂראל, די ייִדישע אידענטיטעט אין אַמעריקע, דער אָרט פֿון חורבן אינעם ייִדישן זכּרון, זוכענישן נאָך נײַע מינים רוחניות, וכּדומה. די אָריגינעלע דאָקומענטן װערן געדרוקט אין קורצע אױסצוגן און באַגלײט מיט פֿאָרשערישע טײַטשן, װאָס דערקלערט דאָס חשיבֿות פֿון יעדן מקור. די אױסגעקליבענע טעקסטן שפּיגלען אָפּ אַ ברײטע פֿאַרשײדן־מיניקײט פֿון דעות און פּאָזיציעס. דערבײַ איז די אײגענע אידעאָלאָגישע נטיה פֿון די רעדאַקטאָרן גאַנץ קלאָר: זײ געפֿינען זיך אױפֿן ליבעראַלן פֿליגל פֿון דער „מאָדערנער‟ אָרטאָדאָקסיע, װאָס איז קריטיש לגבי דעם באַניץ פֿון רעליגיע צוליב נאַציאָנאַליסטישע פּאָליטישע צװעקן.

יעדער אָפּטײל באַהאַנדלט אַ געװיסע טעמע. דער כראָנאָלאָגישער סדר פֿון די דאָקומענטן לאָזט דעם לײענער בעסער פֿאַרשטײן די אַנטװיקלונג פֿון די געהעריקע װיכּוחים. דער ערשטער אָפּטײל איז געװידמעט דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק, װײַל די רעדאַקטאָרן האַלטן, אַז דװקא „דער נײַער אױפֿקום פֿון נאַציאָנאַליזם, און בפֿרט זײַן פּראָיעקציע אױף רעליגיע, איז דער עיקר אין דער הײַנטיקער מדינת־ישׂראל סײַ פֿאַר זײַנע שטיצער און סײַ פֿאַר זײַנע קעגנער‟. דאָ געפֿינט מען שאַרפֿע פֿאָרמולירונגען פֿון בײדע פּאָזיציעס, װי למשל אין דער עפֿנטלעכער דעבאַטע צװישן צװײ חשובֿע אַמעריקאַנער רבנים און אַמאָליקע פֿרײַנד, ר’ מאיר כּהנא און ר’ ייִץ (אירװינג) גרינבערג, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין דער שיל „היברו אינסטיטוט‟ אין ריװערדײל, ניו־יאָרק, אין 1988.

פּראָפֿעסאָר שאול מגיד אַנאַליזירט אין זײַן קאָמענטאַר די לאָגיק און די מליצה פֿון בײדע רעדנער יענעם אָוונט. כּהנא האָט געטענהט, אױפֿן סמך פֿון הלכה, אַז דעמאָקראַטיע אין מדינת־ישׂראל איז דאָס רעכט בלױז פֿאַר די ייִדן און ניט פֿאַר די אַראַבער. שלום, האָט ער געהאַלטן, װעט קומען ערשט בימי־המשיח, און ביז דעמאָלט מוז ישׂראל זיך שלאָגן פֿאַר זײַן קיום. גרינבערג האָט געטענהט אַז ישׂראל מוז בלײַבן אַ דעמאָקראַטישע מדינה פֿאַר אַלע בירגער און דאָס איז דער יסוד פֿון זײַן פּאָליטישן קיום. מגיד פֿאַרסך-הכּלט: „דער עולם איז געװען סימפּאַטעטיש צו גרינבערגן, אָבער אין לעצטן סך־הכּל האָט זײער אומזיכערקײט מכּוח אַ ליבעראַלער לײזונג פֿאַר ישׂראל זײ צוגעצױגן צו כּהנא.‟

די צענטראַלע טעמע פֿונעם אָפּטײל „געשיכטע, זכּרון און נאַראַטיװ‟ איז דער אָרט פֿונעם קאָלעקטיװן זכּרון אינעם אַמעריקענאַר ייִדישן לעבן. צװײ קאַפּיטלען באַרירן דעם ענין פֿון ייִדיש װי די שפּראַך פֿון די אומגעקומענע ייִדן. נעמי זײַדמאַנס אַרטיקל פֿון 1996 אַנאַליזירט די חילוקים צװישן דעם ייִדישן און דעם פֿראַנצײזישן נוסח פֿון אלי װיזעלס אױטאָביאָגראַפֿישן ראָמאַן „און די װעלט האָט געשװיגן‟ („נאַכט‟ אױף פֿראַנצײזיש און ענגליש). אין זײַן קאָמענטאַר שרײַבט פּראָפֿעסאָר לײב סמאָקלער אַז „זײַדמאַנס אַרטיקל האָט אַנטפּלעקט די קאָמפּליצירטע און סתּירותדיקע ראָלע פֿון ליטעראַטור װי גבֿית־עדות, און די ראָלע פֿון אַ שרײַבער װי אַן עדות־זאָגער.‟

דער אַנדערער דאָקומענט װאָס באַרירט ייִדיש איז ד״ר דאַראַ האָרנס פּירוש פֿון דעם פּאָלעמישן אַרטיקל פֿון פּראָפֿעסאָר רות װײַס, „װי אַזױ ניט צו געדענקען און װי אַזױ ניט צו פֿאַרגעסן‟ (2008). װײַס קריטיקירט די אױסשטעלונג אינעם אַמעריקאַנער מלוכישן חורבן־מוזײ פֿאַר ניט פֿאָרשטעלן דעם אױפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל פֿון די חורבֿות פֿונעם אײראָפּעיִשן ייִדנטום. האָרנס טענה איז אַ ביסל אַן אַנדערע. זי קריטיקירט דעם אַמעריקאַנער חורבן־זכּרון פֿאַר זײַן טראָפּ אױף דעם מאָרד פֿון אײראָפּעיִשע ייִדן און ניט אױף זײער לעבן פֿאַרן חורבן. זי װענדט זיך צום לײענער: „גיט אַ טראַכט, װיפֿל געבילדעטע אַמעריקאַנער ייִדן קענען די נעמען פֿון דרײַ קאָנצענטראַציע־לאַגערן, און װיפֿל פֿון זײ קענען די נעמען פֿון דרײַ ייִדישע מחברים.‟ דער אױסקלײַב פֿון אָט די טעקסטן פֿון זײַדמאַן און װײַס פֿאַרן „נײַעם ייִדישן קאַנאָן‟ איז אַ סימן־מובֿהק, אַז ייִדיש איז בײַ דער אַמעריקאַנער ייִדישער אינטעליגענץ פֿאַרבונדן קודם־כּל מיטן חורבן.

דער לעצטער טײל פֿונעם זאַמלבוך באַטראַכט די ייִדישע אידענטיטעט און געזעלשאַפֿטלעכקײט אין אַמעריקע לויט פֿאַרשײדענע קוקװינלקען — דעם רעליגיעזן, פֿעמיניסטישן, סאָציאָלאָגישן און פּאָליטישן. דאָ פֿילט זיך דאָס פֿעלן פֿון קולטור װי אַ בולטער בלױז. מען רעדט אַרום פּערזענלעכע דערפֿאַרונגען, זאָגט אַרױס דעות און מבֿינות, און אַמפּערט זיך װעגן פֿאַרשײדענע ענינים. אָבער מען זעט ניט, װי אַזױ די דאָזיקע דערפֿאַרונגען, דעות און װיכּוחים װערן אָפּגעשפּיגלט אין דער קולטורעלער שעפֿערישקײט. אין דעם איז מסתּמא דער װיכטיקסטער חידוש פֿונעם „נײַעם ייִדישן קאַנאָן‟. ביז לעצטנס האָט די פֿילשפּראַכיקע ייִדישע קולטור טאַקע פֿאַרנומען אַ חשובֿן אָרט אינעם ייִדישן לעבן. לױט דער מײנונג פֿון די רעדאַקטאָרן פֿונעם נײַעם קאַנאָן איז קולטור אַ קאָמפּליצירטער באַגריף, װײַל מען קען דאָ ניט מאַכן קלאָרע גרענעצן צװישן דעם, װאָס איז „ייִדיש‟ און דעם, װאָס איז ניט. װײַזט אױס, אַז קולטור איז מער ניט קײן װיכטיקער באַשטאַנדטײל פֿאַר דער הײַנטיקער ייִדישער אידענטיטעט.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.