רעפּאָרטאַזש װעגן „אומלעגאַלער‟ עליה איז איצט אַרויס אויף ענגלישAccount about the “illegal” aliyah of 1947 now available in English
שמואל איזבאַנס בוך שילדערט די דראַמאַטישע רײַזע פֿון דער שארית־הפּליטה פֿון אײראָפּע קיין ארץ־ישׂראל.
די העראָיִשע געשיכטע פֿון דער „אומלעגאַלער‟ עליה, דער אַזױ גערופֿענער עליה ב’, װאָס האָט געבראַכט די שארית־הפּליטה פֿון אײראָפּע קײן ארץ־ישׂראל ערבֿ דעם אױפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל איז גוט באַקאַנט. זי איז געשילדערט אינעם פּאָפּולערן ראָמאַן פֿון לעאָן יוריס, „עקסאָדוס‟ און דעם פֿילם מיט דעם אײגענעם נאָמען.
אָבער דער אַמעריקאַנער ייִדישער לײענער האָט אויך געקענט נאָכפֿאָלגן די דאָזיקע געשעענישן לױט די לעבעדיקע רעפּאָרטאַזשן פֿונעם שרײַבער שמואל איזבאַן אין דער ניו־יאָרקער צײַטונג „מאָרגן־זשורנאַל‟. די רעדאַקציע האָט געשיקט איזבאַנען קײן אײראָפּע מיטן שליחות צו באַגלײטן אַ שיף מיט „אומלעגאַלע‟ עולים קײן ארץ־ישׂראל און שיקן באַריכטן פֿון דער רײַזע.
איזבאַן (שמואל איזביצקי, 1905 – 1995) איז געבױרן געװאָרן אין פּױלן, געװען אַ מיטגליד פֿון דער ציוניסטישער יוגנט־באַװעגונג „השומר הצעיר‟ און אין 1921 האָט ער עולה געווען מיט זײַנע עלטערן. זײַן זאַמלונג דערצײלונגען „אױף רישטאָװאַניעס‟ װעגן דעם לעבן פֿונעם ייִשובֿ איז אַרױס אין װאַרשע אין 1936. אין 1937 איז ער אַװעק קײן אַמעריקע, און אין 1943 איז ער געװאָרן אַ מיטאַרבעטער אין „מאָרגן־זשורנאַל‟.
צוליב זײַן קענטעניש פֿון העברעיִש און באַקאַנטשאַפֿט מיטן ייִדישן לעבן אין ארץ־ישׂראל איז איזבאַן געװען אַ פּאַסיקע פֿיגור פֿאַר אַזאַ שליחות. זײַנע רעפּאָרטאַזשן האָבן געהאַט אַ בולטע פּאָליטישע כּװנה צו מאָביליזירן די שטיצע פֿאַרן ציוניסטישן אױפֿטו בײַם אַמעריקאַנער ייִדיש־רעדנדיקן עולם. צוליב דעם האָט ער געדאַרפֿט שרײַבן לעבעדיק און באַלערעװדיק. אין זײַנע רעפּאָרטאַזשן זעט מען אַ קאָנספּיראַטאָרישן בײַטעם, און דאָס מאַכט זײ נאָך מער געשפּאַנט. די דאָזיקע רעפּאָרטאַזשן זײַנען אַרױס װי אַ בוך אין 1948 אין בוענאָס־אײַרעס אונטערן טיטל „’אומלעגאַלע’ ייִדן שפּאַלטן ימען‟, און איצט קומט דאָס דאָזיקע בוך אַרױס אין דער ענגלישער איבערזעצונג פֿון דניאל קענעדי.
איזבאַן מאָלט לעבעדיקע בילדער פֿון דער צעשטערטער און פֿאַראָרעמטער אײראָפּע נאָכן סוף פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה. אָבער די הױפּטהעלדן פֿון זײַנע רעפּאָרטאַזשן זײַנען די מאַטראָסן און די פּאַסאַזשירן אױף דער שיף. די קאָמאַנדע פֿון „ים־װעלף‟ באַשטײט פֿון ביז גאָר פֿאַרשיידענע מינים מענטשן, צװישן זײ אַ צאָל אַמעריקאַנער ניט־ייִדן. איזבאַן גיט צו פֿאַרשטײן, אַז די ציוניסטישע אונטערנעמונג האָט אַ ברײטע אינטערנאַציאָנאַלע שטיצע. אַ גאַנצער קאַפּיטל איז געװידמעט די „גוייִם, װאָס װילן זיך אָנשליסן אין די ייִדישע ים־װאַנדערונגען‟. אַ קאַטױלישער גלח האַלט עס פֿאַר זײַן רעליגיעזן פֿליכט צו העלפֿן ייִדן אומקערן זיך אין זײער אוראַלטן הײליקן הײמלאַנד, בעת אַ ראַדיקאַלער סאָציאַליסט באַטראַכט דאָס װי אַ קאַמף קעגן דעם בריטישן אימפּעריאַליזם. אַ סבֿרה, אַז װײַט ניט אַלע ייִדישע לײענער פֿון „מאָרגן־זשורנאַל‟ זײַנען געװען געשטימט ציוניסטיש, דערפֿאַר איז געװען װיכטיק פֿאָרצושטעלן דעם אױפֿבױ פֿון דער ייִדישער מלוכה װי אַן אױפֿטו פֿונעם אַלמענטשלעכן חשיבֿות.
דאָס בוך נעמט דעם לײענער דורך אַלע סטאַדיעס פֿון דער דראַמאַטישער און געפֿערלעכער רײַזע. איזבאַן קומט צו פֿליִען פֿון ניו־יאָרק קײן פּאַריז; פֿון דאָרטן פֿאָרט ער מיט דער באַן אין דער „האַפֿן־שטאָט בײַם מיטללענדישן ים‟. צוליב קאָנספּיראַציע רופֿט ער ניט אָן דעם נאָמען פֿון דער שטאָט, הגם עס איז קלאָר, אַז דאָס איז מאַרסעל. דאָ גײט ער אַרױף אױף דער שיף, װאָס מען האָט אַריבערגעפֿירט איבערן אַטלאַנטישן אָקעאַן אונטער דער פֿאָן פֿון האָנדוראַס פֿון אַמעריקע,ֹכּדי צו נעמען די „מעפּילים‟ (אױפֿשטײַגערס) און ברענגען זײ קײן ארץ־ישׂראל. די גאַנצע אָפּעראַציע איז געװען בסוד װײַל דער ענגלישער ים־פֿלאָט האָט ניט דערלאָזט ייִדישע אימיגראַציע קײן פּאַלעסטינע. די פּאַסאַזשירן, די ייִדישע שארית־הפּליטה פֿון „די־פּי‟־לאַגערן אין אײראָפּע, זײַנען געבראַכט געװאָרן קײן איטאַליע מיט דער הילף פֿון דער אונטערערדישער ציוניסיטשער אָרגאַניזאַציע און פֿון דאָרט האָט זיך אָנגעהױבן זײער ים־רײַזע.
ניט געקוקט אױף דער קאָנספּיראַציע איז עס קלאָר, אַז מען איז ניט בכּוח דורכצורײַסן זיך דורך דער ענגלישער ים־בלאָקאַדע. די „ים־װעלף‟ האָבן ניט קײן געהעריקע צוגרײטונג און זײער דיסציפּלין איז גאַנץ שװאַך. די פּאַסאַזשירן געהערן צי פֿאַרשײדענע פּאָליטישע שטראָמען און רעליגיעזע עדות, עס זײַנען דאָ גאַליציאַנער חסידים, געװעזענע סאָװעטישע סאָלדאַטן, לינקע און רעכטע ציוניסטן. אין משך פֿון די עטלעכע טעג פֿון דער רײַזע טרעפֿן זיך דאָ כּלערלײ געשעענישן. אײן טאָג פֿאַרשפּרײטן זיך קלאַנגען, „אַז די רעװיזיאָניסטן, װאָס שטעלן צונױף אַ גרױסע צאָל פּאַסאַזשירן, גרײטן זיך צו פֿאַרכאַפּן די שיף בגװאַלד. דער עולם װערט אױפֿגערעגט, און דאָ פֿרעגט אײנער אַ ייִד: ‘זאָגט מיר, ייִדן, װוּ איז דער שׂכל פֿון װעלן פֿאַרכאַפּן די שיף? יאָ רעװיזיאָניסטן, נישט רעװיזיאָניסטן, דער װעג איז דאָך פֿאַר אַלעמען דער זעלבער: ארץ־ישׂראל.‟ אױף דעם דערקלערט מען אים, אַז „די רעװיזיאָניסטן װילן קריגן דעם קרעדיט פֿאַר אַרײַנברענגען אַ שיף מיט ייִדן קײן ארץ־ישׂראל.‟
קײן רעװיזיאָניסטישער „פּוטש‟ קומט ניט פֿאָר, אָבער נעענטער צו דעם ברעג פֿון ארץ־ישׂראל װערט די דאָזיקע שיף, אַזױ װי דאָס רובֿ אַנדערע שיפֿן מיט „מעפּילים‟, טאַקע יאָ פֿאַרכאַפּט דורך ענגלענדער. אַלע פּאַסאַזשירן חוץ די קראַנקע און אַ נײַ־געבױרענעם קינד, װערן געשיקט אין אַן ענגלישן טראַנזיט־לאַגער אױף ציפּערן. דאָ דערקענען די ענגלענדער אַז איזבאַן איז ניט קײן פּליט נאָר אַן אַמעריקאַנער זשורנאַליסט. ער װערט אַרעסטירט און דעפּאָרטירט קײן אַמעריקע.
די דראַמאַטישע געשיכטע פֿון עליה ב’ איז אַ װיכטיקער טײל פֿון דער געשיכטע פֿונעם אױפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל. דער װערט פֿון איזבאַנס בוך איז אין דעם, װאָס ער דערצײלט די דאָזיקע געשיכטע װי אַן עדות און אַן אָנטײלנעמער. דאָס איז ניט קײן זכרונות אָדער ליטעראַרישע איבעראַרבעטונג אין הסכּם מיטן אָפֿיציעלן היסטאָרישן נוסח. „’אומלעגאַלע’ ייִדן שפּאַלטן ימען‟ איז אַ היסטאָרישער דאָקומענט פֿון דעם אידעיִשן קאַמף פֿאַר געװינען שטיצע פֿאַר דער נײַער ייִדישער מלוכישקײט.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor