פֿעסטיוואַל פֿון פּויליש־ייִדיש עסן וועט טראַנסימיטירט ווערן אָנלײַןFestival of Polish-Jewish food to be streamed online
ברײַנדל קירשנבלאַט־גימבלעט און עטלעכע אָנגעזעענע קוכער וועלן ווײַזן ווי די ייִדישע און פּוילישע קיך האָבן משפּיע געווען איינע אויף דער צווייטער.
יעדעס יאָר אָרגאַניזירט דער „פּולין“־מוזיי אין וואַרשע אַ פֿעסטיוואַל מיטן נאָמען TISZ (טיש), געווידמעט דער פּויליש־ייִדישער קיך, וואָס ווײַזט ווי די ייִדישע און פּוילישע קיך האָבן משפּיע געווען איינע אויף דער צווייטער.
דער הײַיאָריקער פֿעסטיוואַל, וואָס וועט פֿאָרקומען פֿונעם 30סטן סעפּטעמבער ביזן 4טן אָקטאָבער, וועט אַרײַננעמען סײַ פּראָגראַמען וואָס טרעפֿן זיך פּנים־אַל־פּנים אין וואַרשע, סײַ פּראָגראַמען, וואָס מע וועט טראַנסמיטירן אָנלײַן פֿאַרן עולם אין אויסלאַנד.
די וואָס קומען אויפֿן פֿעסטיוואַל אין וואַרשע וועלן קענען זיך לערנען ווי אַזוי אויסצוהאַפֿטן אַ טישטעך אויפֿן אַלטן ייִדישן שטייגער, באַזוכן אַ מאַרק און קויפֿן דאָרטן טראַדיציאָנעלע ייִדישע אינגרעדיענטן און דערוויסן זיך דורך אַ קולינאַרן שפּאַציר, ווי אַזוי די ייִדישע מאכלים האָבן באַווירקט די פּוילישע.
צווישן די אָנלײַן־פּראָגראַמען:
מיטוואָך, דעם 30סטן סעפּטעמבער, 6:30 אין אָוונט וואַרשעווער צײַט (12:30 ניו־יאָרקער צײַט) וועט ברײַנדל קירשנבלאַט־גימבלעט זיך טיילן מיט פֿאַרמלחמהדיקע ייִדישע רעצעפּטן, פֿאָרלייענענדיק אויסצוגן פֿון איר זאַמלונג אַלטע קאָכביכער.
דאָנערשטיק, דעם 1טן אָקטאָבער, 6:30 אין אָוונט וואַרשעווער צײַט (12:30 ניו־יאָרקער צײַט) וועט נעמה שפֿי פֿון דער „ניו־יאָרקער ייִדישער שפּײַז־געזעלשאַפֿט“ האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן ייִדישע מאכלים איבער דער וועלט, פֿון קיִעווער לאַטקעס ביז זויערע אוגערקעס פֿון ווישקאָוו. פֿרײַטיק, דעם 2טן אָקטאָבער, 6:30 אין אָוונט וואַרשעווער צײַט (12:30 ניו־יאָרקער צײַט), וועט דער קוכער און גרינדער פֿון דער פֿירמע The Gefilteria, דזשעפֿרי יאָסקאָוויטש, דערציילן די געשיכטע פֿון קאַשע־וואַרניטשקעס.
שבת, דעם 3טן אָקטאָבער, 6:30 אין אָוונט וואַרשעווער צײַט (12:30 ניו־יאָרקער צײַט) וועט די קוכערין און מיטגרינדערין פֿון דער פֿירמע The Gefilteria, ליז אַלפּערין, לערנען דעם עולם ווי אַזוי צו מאַכן אַ שוואָמען־זופּ מיט קרעפּלעך.
אין צוזאַמענהאַנג מיטן פֿעסטיוואַל וועט מען יעדן טאָג טראַנסמיטירן נײַע קאַפּיטלען פֿונעם פּאָפּולערן ייִוואָ־קאָכקורס, „אַן אָרט בײַם טיש“. נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO