Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אידעאָלאָגישע רײַזע פֿונעם פֿאָרװערטס אין דער ערשטער העלפֿט פֿון 20סטן יאָרהונדערטThe ideological journey of the Forverts in the first half of the 20th century

לויט גענאַדי עסטרײַך איז די צײַטונג דעמאָלט געווען שטאַרק באַווירקט פֿון דער רוסיש־ייִדישער אינטעליגענץ.

אין דער געשיכטע פֿון דער אַמעריקאַנער פּרעסע איז דער פֿאָרװערטס אַ יוצא־דופֿן. אין משך פֿון דער ערשטער העלפֿט פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט איז די צײַטונג געװען די אײנציקע מיט אַן אַלװעלטלעכן פֿאַרנעם. אַנדערע גרױסע אַמעריקאַנער צײַטונגען האָבן געהאַט זײערע קאָרעספּאָנדענטן אין פֿאַרשײדענע לענדער, אָבער זײ זײַנען ניט געװען אַזױ גוט באַהאַװנט אין די אָרטיקע ענינים װי די מחברים, װאָס האָבן געשריבן פֿאַרן פֿאָרװערטס. צוויי פֿון אירע רעגולערע שרײַבער האָבן געוווּנען די נאָבעל־פּרעמיע: יצחק באַשעװיס און אלי װיזעל. דער פֿאָרװערטס װערט אָפֿט גענוצט װי אַ װיכטיקער היסטאָרישער מקור, אָבער די געשיכטע פֿון דער צײַטונג גופֿא האָט עד־היום ניט באַקומען קײן געהעריקע אױפֿמערקזאַמקײט בײַ די היסטאָריקער פֿון אַמעריקאַנער ייִדנטום.

פֿאַר דעם זײַנען מסתּמא געװען צװײ סיבות: ערשטנס, דער ריזיקער פֿאַרנעם פֿון מאַטעריאַלן אױף ייִדיש און אַנדערע שפּראַכן, און צװײטנס, דער רעלאַטיװ נידעריקער אינטערעס צו ייִדיש בײַ די פֿאָרשער פֿון אַמעריקאַנער ייִדנטום. די געשיכטע פֿונעם פֿאָרװערטס פּאַסט זיך ניט אַרײַן אינעם גראָדליניקן נאַראַטיװ פֿון אַמעריקאַניזאַציע. דער פֿאָרװערטס האָט אַליין געשטיצט די אַמעריקאַניזאַציע, אָבער דער פּאָליטישער און קולטורעלער האָריזאָנט פֿון דער צײַטונג איז געװען אַלװעלטלעך. מען קאָן בלי גוזמא זאָגן, אַז דער פֿאָרװערטס איז געװען דער אױפֿטו פֿון אַבֿרהם (אַב.) קאַהאַן (1860 – 1951), װאָס איז געװאָרן, נאָך עטלעכע איבעררײַסן, דער שעף־רעדאַקטאָר אין 1903 און האָט קאָמאַנדעװעט מיט דער צײַטונג כּמעט ביז זײַן טױט. קאַהאַן האָט אױפֿגעבױט אַ גאַנצע „מעדיאַ־אימפּעריע‟, מיט אָפּטײלן אין די גרױסע שטעט פֿון אַמעריקע און קאַנאַדע, אַן אײגענער ראַדיאָ־סטאַנציע און אַ ברײטער נעץ פֿון קאָרעספּאָנדענטן אין אַלע ייִדישע צענטערס פֿון דער װעלט.

איצט באַקומט מען סוף־כּל־סוף אַ פֿאָרשונג, װאָס באַהאַנדלט די געשיכטע פֿונעם פֿאָרװערטס װי אַ װעלט־אינסטיטוציע. פּראָפֿעסאָר גענאַדי עסטרײַך איז געװען פֿאַרבונדן מיטן פֿאָרװערטס אין משך פֿון דרײַסיק יאָר און קען די צײַטונג פֿון אינעװײניק. ער האָט פֿריִער גענוצט מאַטעריאַלן פֿון דער צײַטונג פֿאַר זײַנע אײגענע פֿאָרשונגען, און איצט לאָזט ער אַרױס אַ בוך, װוּ דער פֿאָרװערטס און קאַהאַן זײַנען די צענטראַלע טעמע. דאָס בוך, „די טראַנס־אַטלאַנטישע רוסישע ייִדישקײט: אידעאָלאָגישע נסיעות פֿון דער ייִדישער טאָג־צײַטונג ‘דער פֿאָרװערטס’ אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט‟ באַשטײט פֿון אַכט קאַפּילטען, װאָס באַטראַכטן, װי אַזױ דער פֿאָרװערטס האָט באַהאַנדלט די װיכטיקסטע היסטאָרישע געשעענישן אָנהייבנדיק ערבֿ דער ערשטער װעלט־מלחמה ביזן חורבן. עסטרײַך האַלט, אַז דער אידעאָלאָגישער טאָן פֿון דער פֿאָרװערטס האָבן באַשטימט די מיטגלידער פֿון דער ייִדיש־רוסישער אינטעליגענץ. פּאָליטיש זײַנען זײ געשטאַנען נאָענט צו דער אײראָפּעיִשער סאָציאַל־דעמאָקראַטיע און קולטורעל זײַנען זײ געװען װעלטלעכע ייִדישיסטן. לרובֿ איז זײער װעלטבאַנעם אױסגעפֿורעמט געװאָרן אין רוסלאַנד פֿאַר דער אָקטאָבער־רעװאָלוציע, אָבער זײ זײַנען געװען גוט באַהאַװנט אױך אין דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק און קולטור. דערצו האָבן די אָנפֿירער פֿון דער פֿאָרװערטס־אַסאָציאַציע געהאַט אַ גוטן חוש פֿאַר געשעפֿטלעכע עסקים, װאָס האָט זײ דערמעגלעכט צו מאַכן דעם פֿאָרװערטס רװחדיק.

Transatlantic Russian Jewishness

Image by Academic Studies Press

קאַהאַן איז דער חױפּטהעלד פֿון עסטרײַכס בוך. קאַהאַן האָט ליב געהאַט ייִדיש און האָט אַ סך געשריבן אױף ייִדיש, אָבער ער האָט ניט געהאַלטן, אַז די אַמעריקאַנער ייִדן קענען אָפּהיטן ייִדיש װי זײער שפּראַך. זײַן פּאָזיציע איז קלאָר פֿון די װיכּוחים אַרום דער ייִדישער דערציִונג, װאָס מען האָט געפֿירט אױף די זײַטן פֿון פֿאָרװערטס פֿאַרן חורבן. אין די ענינים פֿון דער װעלט־פּאָליטיק איז די פּאָזיציע פֿון פֿאָרװערטס ניט תּמיד געװען אויסגעהאַלטן. בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה האָט קאַהאַן לכתּחילה געשטיצט דײַטשלאַנד און עסטרײַך, װײַל זײ זײַנען געװען „גוט פֿאַר די ייִדן‟, להיפּוך צו דעם אַנטיסעמיטישן רוסלאַנד. װען די פֿאַראײניקטע שטאַטן איז אַרײַן אין דער מלחמה אין 1917, האָט דער פֿאָרווערטס געמוזט בײַטן זײַן פּאָזיציע. די צײַטונג האָט באַגריסט די אָקטאָבער־רעװאָלוציע אין רוסלאַנד, אָבער אין גיכן איז זי געװאָרן קריטיש לגבי דער באָלשעװיסטישער דיקטאַטור.

ניט אַלע מיטאַרבעטער פֿונעם פֿאָרװערטס זײַנען תּמיד געװען אײַנשטימיק מיט קאַהאַן. עסטרײַך אַנאַליזירט פּרטימדיק די אינעװײניקע חילוקי־דעות און מחלוקות צװישן קאַהאַן און זײַנע מיטאַרבעטער. אײניקע, װי משה אָלגין, זײַנען אַװעק אױף לינקס צו די קאָמוניסטן און געװאָרן פֿאַרביסענע אידעאָלאָגישע שׂונאים פֿונעם פֿאָרװערטס. אַנדערע, װי דער רוסישער סאָציאַליסט רפֿאל אַבראַמאָװיטש, האָבן אָפּגעהיט גוטע באַציִונגען מיט קאַהאַנען, ניט געקוקט אױף אידעיִשע חילוקי־דעות.

נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה האָט קאַהאַן אונטערגעהאַלטן נאָענטע באַציִונגען מיט דער פֿירערשאַפֿט פֿון דער דײַטשישער סאָציאַל־דעמאָקראַטישער פּאַרטײ, װאָס איז געװען אַ מעכטיקער פּאָליטישער כּוח אין דײַטשלאַנד פֿאַר דער נאַציסטישער תּקופֿה. דער פֿאָרװערטס האָט רעגולער געדרוקט אַרטיקלען פֿון עדואַרד בערנשטײן און קאַרל קאַוטסקי, צװײ װיכטיקע סאָציאַל־דעמאָקראַטישע טעאָרעטיקער. אין די 1920ער יאָרן איז בערלין געװאָרן דער װיכטיקסטער אײראָפּעיִשער צענטער פֿון ייִדישער קולטור און פּאָליטיק, און דער פֿאָרװערטס האָט אַ סך געשריבן װעגן דעם. פֿון בערלין האָבן געשיקט זײערע אַרטיקלען דער שפּראַך־פֿאָרשער מאַקס װײַנרײַך, דער היסטאָריקער שמעון דובנאָװ, דער דיכטער דוד אײַנהאָרן און דער שרײַבער דוד בערגעלסאָן. די האָנאָראַרן פֿונעם פֿאָרװערטס אין אַמעריקאַנער דאָלאַרן זײַנען געװען אַ װאָגיקע שטיצע פֿאַר ייִדישע ליטעראַטן אין דער פֿאַראָרעמטער אײראָפּע.

עס איז מערקװירדיק, אַז ניט געקוקט אױף זײַן אַטני־סאָװעטישער פּאָזיציע, האָט דער פֿאָרװערטס געהאַט אַן אײגענעם קאָרעספּאָנדענט אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. די מיטאַרבעטער פֿונעם פֿאָרװערטס, צװישן זײ אױך קאַהאַן, האָבן באַזוכט דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אין די 1920ער יאָרן. זײערע רעפּאָרטאַזשן, װי למשל ישׂראל יהושע זינגערס סעריע „נײַ־רוסלאַנד‟ װעגן זײַן סאָװעטישער רײַזע אין 1926, פֿאַרבלײַבן עד־היום אַ װיכטיקער היסטאָרישער מקור װעגן דעם טאָג-טעגלעכן לעבן אינעם סאָװעטן-פֿאַרבאַנד. דורך קאָרעספּאָנדענצן, רעפּאָרטאַזשן און קינסטלערישער פּראָזע האָט דער פֿאָרװערטס, אויף אַ הויכן ניוואָ, אינפֿאָרמירט דעם אַמעריקנאַער ייִדישן עולם װעגן די געשעענישן אין דער גאַנצער װעלט.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.