Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

וויפֿל לשון־קודש געפֿינט זיך אין ייִדיש?How much Hebrew and Aramaic is there really in Yiddish?

אַ קאָמפּיוטער־וויסנשאַפֿטלער און אַ פֿיזיקער אַ ייִדישיסט ציילן די העברעיִזמען אין צוויי באַקאַנטע ראָמאַנען און אַ דערציילונג.

ווי ס׳איז שוין גוט באַקאַנט בײַ די פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער שפּראַך, איז דער אָנגענומענער ציפֿער פֿאַרן פּראָצענט לשון־קודש (העברעיִזמען און אַראַמעיִזמען) אין ייִדיש בערך 15%.

מיר האָבן אָבער געוואָלט באַשטעטיקן צי ס׳איז טאַקע אַזוי. האָבן מיר דורכגעקוקט יצחק ניבאָרסקיס “ווערטערבוך פֿון לשון־קודש־שטאַמיקע ווערטער אין ייִדיש”, ווי אויך שלום ביינפֿעלד און חיים באָכנערס “אַרומנעמיק ייִדיש־ענגליש ווערטערבוך”. לויט רעכענונגען פֿון ראַנדאָמאַלע זײַטן האָבן מיר געפֿונען צווישן 10 און 20 פּראָצענט.

מיר האָבן אויך געפֿאָרשט דעם באַניץ פֿון העברעיִזמען אין אַ פּאָר אויסגעקליבענע ליטעראַרישע טעקסטן. כּדי דאָס צו טאָן האָבן מיר אָבער צו ערשט געדאַרפֿט אויסלערנען דעם קאָמפּיוטער ווי אַזוי צו דערקענען די לשון־קודש־שטאַמיקע ווערטער, לויט די באַקאַנטע כּללים:

  • ווערטער מיט בֿ, ח, כּ, שׂ, ת אָדער תּ
  • ווערטער אָן וואָקאַלן
  • ווערטער וואָס ענדיקן זיך מיט ה
  • ווערטער מיט אַ ה אָן קיין וואָקאַל פֿאַר אָדער נאָך זיך ווי דאָס וואָרט „בהמה‟
  • ווערטער וואָס הייבן זיך אָן מיט איין ו

עס זענען אויך פֿאַראַן אַנדערע סימנים פֿון לשון־קודשדיקע ווערטער, אַרײַננעמענדיק בערכדיקע, וווּ עס קען זיך אַ מאָל אַרײַנכאַפּן אַ נישט־לשון־קודשדיק וואָרט. דאָס האָבן מיר נישט געפֿונען. פֿון דער אַנדערער זײַט כאַפּן זיך יאָ אַרײַן העברעיִזמען ווי, למשל, „אַוודאי‟, „אפֿשר‟ און „בערך‟. אַזוי וועלן אונדזערע צאָלן זײַן, צום ווייניקסטן, נישט ווײַט פֿונעם ריכטיקן נומער.

מיר האָבן אויסגעקליבן דרײַ ווערק:
די דערציילונג „דער יורד‟ פֿון אײַזיק מאיר דיק
דער ראָמאַן „טבֿיה דער מילכיקער‟ פֿון שלום עליכם
דער ראָמאַן „די משפּחה מאַשבער‟ פֿון דער נסתּר

פֿאַר וואָס דווקא די? זיי פֿאַרטרעטן פֿאַרשידענע עפּאָכעס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און אַחוץ דעם זײַנען שוין פֿאַראַן דיגיטאַלישע ווערסיעס דערפֿון. מיר האָבן געציילט צוויי פֿאַרשידענע פּראָצענטן פֿון דער גאַנצער צאָל ווערטער אינעם טעקסט: לשון־קודש־ווערטער וואָס באַווײַזן זיך צום ווייניקסטן איין מאָל, און וויפֿל מאָל זיי באַווײַזן זיך בכלל (פֿרעקווענץ).

Loshn Koydesh

Image by Forverts

די כּלומרשט קליינע אונטערשיידן זײַנען וויכטיק. „דער יורד‟ באַשטייט פֿון אַן ערך 3,600 ווערטער; „טבֿיה‟ — 50,000 ווערטער און „די משפּחה מאַשבער‟ — 280,000 ווערטער. וואָס שייך דעם פּראָצענט העברעיִזמען וואָס באַווייַזן זיך צום ווייניקסטן איין מאָל, זײַנען „דער יורד‟ און „טבֿיה‟ בערך די זעלבע; „די משפּחה מאַשבער‟ — אַ סך ווייניקער.

פֿאַראַן אַ מיינונג אַז וואָס מער לשון־קודשדיקע ווערטער עס זענען דאָ אין אַ געוויסן טעקסט, אַלץ מער „ליטעראַריש‟ איז דער מחבר. קען מען אָבער זאָגן אַז דער נסתּר איז נישט אַזאַ ליטעראַרישער שרייַבער ווי די אַנדערע? אַזאַ “קאָנקורענץ” האָט ניט קיין זינען.

אַ חידוש וואָס מיר האָבן אַנטדעקט איז וואָס דער פּראָצענט העברעיִזמען אין די ווערק איז ממשותדיק ווייניקער ווי אין דער שפּראַך גופֿא. אויב אונדזערע אויסגעקליבענע ווערק זייַנען טיפּיש (און מיר זעען נישט פֿאַרוואָס נישט), הייסט עס אַז די ליטעראַטור באַניצט נאָר אַ באַגרענעצטע צאָל פֿון די ווערטער, אין פֿאַרגלייַך מיט דער גאַנצער שפּראַך. דער גרעסטער טייל מוזן זײַן אָדער זעלטן גענוצט אָדער אויסגעדריקט בעל־פּה.

וואָס שייך דער פֿרעקווענץ, דאַרף מען שטעלן די פֿראַגע: פֿאַר וואָס איז „טבֿיה‟ די העכסטע? עס קען זײַן ווײַל אונדזער העלד רעדט אָפֿט מיטן אייבערשטן. דאָס קען העכערן די פֿרעקווענץ. אָבער אויב אַזוי, פֿאַר וואָס נישט די צאָל, וואָס איז קנאַפּ די זעלבע ווי אין „דער יורד‟? אפֿשר נעמען די פּסוקים אַרײַן די זעלבע ווערטער? דאָס האָט די קאָמפּיוטער־פּראָגראַם נישט געקענט ציילן. בלײַבט עס אַ פֿראַגע. צוליב דעם וואָס „טבֿיה דער מילכיקער‟ איז דאָס באַקאַנטסטע ווערק פֿון די דרײַ, און ווײַל שלום עליכם האָט געניצט אַן אומפֿאָרמעל טאָג־טעגלעך לשון, האָבן מיר באַשלאָסן צו נעמען „טבֿיה‟ ווי אַ משל. אָט זענען די צום מערסטן געניצטע ווערטער אינעם שפּראַך־אוצר פֿונעם ראָמאַן:

LK Frequency

Image by Forverts

וווּ געפֿינען זיך די לשון־קודשדיקע ווערטער? דאָס ערשטע איז „מעשׂה‟, אויפֿן 112טן ראַנג, פֿרענקווענץ: 69. דער 20סטער איז „תּמיד‟, ראַנג 428, פֿרענקווענץ 17. נישט נאָר אין דער צאָל פֿאַלן וואָס באַווייַזן זיך צום ווייניקסטן איין מאָל , נאָר אויך אין פֿרעקווענץ איז דער ציפֿער גאַנץ קליין. וויפֿל פֿון די לשון־קודשדיקע ווערטער זײַנען טאַקע רעליגיעזע? פֿון די ערשטע 20, בלויז 6. און דאָס וואָרט איז טאַקע „טבֿיה‟, וואָס פֿיגורירט אין זײַנע אָפֿטע וויכּוחים מיטן רבונו של עולם.

בקיצור, אויב אונדזערע אויסגעקליבענע טעקסטן זײַנען טיפּיש קען מען מאַכן די ווײַטערדיקע אויספֿירן: * דער פּראָצענט לשון־קודשדיקע ווערטער וואָס ווערן באַנוצט אין דער ליטעראַטור איז אַ סך ווייניקער ווי אין דער שפּראַך גופֿא. *נישט נאָר אין באַניץ, נאָר אויך אין פֿרענקווענץ זײַנען זיי אויף אַ נידעריקן ראַנג: דער ערשטער העברעיִזם אין „טבֿיה‟ איז דער 112טער אינעם גאַנצן שפּראַכבאַניץ.

  • זיי האָבן נישט קיין רעליגיעזע וואָג, לכל־הפּחות נישט אין דער וועלטלעכער ליטעראַטור.
  • דער מענטש איז קליגער פֿון דעם קאָמפּיוטער: מיר ווייסן יאָ אַז „אַוודאי‟, „אַפֿילו‟ און „בערך‟ זײַנען פֿון העברעיִש!

דוד טשאַסין איז אַ קאָמפּיוטער-מאָדעל פֿאָרשער אין סטענפֿאָרד־אוניווערסיטעט. ישעיה מאַלאָוו איז פּראָפֿעסאָר פֿון פֿיזיק עמעריטוס אין לאָיאָלאַ־אוניווערסיטעט שיקאַגע, און אַ ייִדישיסט.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.