דער קאָמוניסטישער שרײַבער וואָס האָט געפּרוּווט אויפֿהיטן „ייִדישלאַנד‟ אין פּוילןThe Communist writer who tried keeping Yiddishland going in Poland
דוד ספֿאַרד איז געווען פֿליסיק אין פֿינף שפּראַכן אָבער געשריבן כּמעט בלויז אויף ייִדיש.
די געצײלטע שטודיעס פֿון ייִדישע טוער אין דער פּױלישער קאָמוניסטישער באַװעגונג באַטראַכטן זײערע לעבנס־געשיכטעס כּסדר אין אײנעם פֿון די דרײַ פֿאַרשײדענע קאָנטעקסטן: װי קאָמוניסטן, װי פּאָליאַקן אָדער װי ייִדן. די װאַרשעװער היסטאָריקערין פּראָפֿעסאָר יאָאַנאַ נאַלעװײַקאָ־קוליקאָװ ניצט אַן אַנדערן פֿאָרשערישן שפּאַקטיװ אין איר בוך װעגן דוד ספֿאַרד, װאָס איז געװען אַ צענטראַלע פֿיגור צװישן ייִדישע קאָמוניסטן אין פּױלן.
איר ציל, דערקלערט זי אין דער הקדמה צו איר בוך „אַ בירגער פֿון ייִדישלאַנד: דוד ספֿאַרד און די ייִדישע קאָמוניסטישע סבֿיבֿה אין פּױלן‟ (איבערגעזעצט פֿון פּױליש דורך ד”ר הערשל גלעזער), איז צו װײַזן, אַז די קולטורעלע טעטיקײט פֿון ייִדיש־רעדנדיקע קאָמוניסטן געהערט צו דער ברײטערער געשיכטע פֿון דער אַלװעלטלעכער ייִדיש־קולטור. אױף פּױליש איז דאָס בוך אַרױס אין 2009 אָבער די ענגלישע אױסגאַבע נעמט אויך אַרײַן פֿרישע פֿאָרשונגען וואָס זײַנען אַרויס זינט דעמאָלט. אַ שאָד נאָר, װאָס מען האָט דערין ניט אײַנגעשלאָסן די ביז גאָר אינטערעסאַנטע פֿאָטאָגראַפֿיעס, װאָס גיבן איבער דעם טעם פֿון דער תּקופֿה.
דוד ספֿאַרד (1903 – 1981) איז אַ פּאַסיקע פֿיגור פֿאַר אַזאַ מין צוגאַנג. ער איז געװען פֿליסיק אין עטלעכע שפּראַכן, צװישן זײ — פּױליש, העברעיִש, פֿראַנצײזיש, רוסיש, און דײַטשיש, אָבער שרײַבן האָט ער געשריבן כּמעט בלױז אױף ייִדיש. דוד ספֿאַרד איז געבױרן געװאָרן אין צאַרישן רוסלאַנד אין 1903, געלעבט אין דער פּױלישער רעפּובליק, שטודירט אין פֿראַנקרײַך, פֿאַרבראַכט די מלחמה־יאָרן אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, דערנאָך האָט זיך אומגעקערט קײן פּױלן, און סוף־כּל־סוף האָט ער עולה געװען קײן ישׂראל. און דאָך, „מחוץ זײַנע פֿאַרשײדענע מלוכישע בירגערשאַפֿטן איז ער קודם־כּל געװען אַ בירגער פֿון ‘ייִדישלאַנד’, װאָס האָט ניט געהאַט קײן גענױע גרענעצן‟, שרײַבט די מחברטע אין דער הקדמה.
אין דער פּױלישער קאָמוניסטישער באַװעגונג פֿאַר דער מלחמה האָבןּ ייִדן געשפּילט אַ היפּשע אָבער װײַט ניט קײן מכריעדיקע ראָלע. זײער אָנטײל אין דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ איז געװען בערך 22 פּראָצענט, בעת זײ זײַנען געװען אַרום 10 פּראָצענט פֿון דער אַלגעמײנער באַפֿעלקערונג. יונגע ייִדן פֿון אָרעמע משפּחות, װי ספֿאַרד, זײַנען געװען פֿאַרכּישופֿט דורך דעם קאָמוניסטישן חלום. זײ האָבן געגלױבט אין דער אידעאָלאָגישער „תּורה‟ פֿון קאַרל מאַרקס, פֿרידריך ענגעלס, װלאַדימיר לענין און יאָסיף סטאַלין. דער סאָװעטן־פֿאַרבאַנד איז בײַ זײ געווען אַ פֿאַרקערפּערונג פֿונעם דאָזיקן חלום, דאָס אײנציקע לאַנד װוּ ייִדיש איז אָנערקענט געװאָרן װי אַ מינאָריטעט־שפּראַך און די ייִדישע קולטור האָט באַקומען אַ שטיצע פֿון דער מלוכה. זײ זײַנען געװען בלינד צו די פֿינצטערע צדדים פֿון סטאַלינס דיקטאַטור און געגלייבט אַז די שרעקלעכע ידיעות, װאָס זײַנען געקומען פֿון יענער זײַט סאָװעטישער גרענעץ, זענען סתּם פּראָפּאַגאַנדע פֿונעם צווייטן צד.
דער מאָסקװער „קאָמוניסטישער אינטערנאַציאָנאַל‟ האָט גענוצט דעם אידעאַליסטישן תּמימות פֿון אױסלענדישע קאָמוניסטן אויף סאָװעטישע פּאָליטישע צװעקן. ספֿאַרד איז געװען אַ מיטאַרבעטער אין די צײַטונגען „ליטעראַרישע טריבונע‟ און „פֿרײַנד‟, װאָס האָבן זיך געהאַלטן בײַ דער קאָמוניסטישער ליניע אָבער ניט געװען פֿאָרמעל פֿאַרבונדן מיט דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ. בראָש פֿון „פֿרײַנד‟ זײַנען געשטאַנען צװײ חשובֿע פֿיגורן, דער פֿאַרלעגער באָריס קלעצקין און דער שרײַבער און זשורנאַליסט אַלטער קאַציזנע. בײדע זײַנען געװען סימפּאַטעטיש צו קאָמוניזם אָבער ניט קײן פּאַרטײ־מיטגלידער. און די באַציִונגען צװישן זײער ליטעראַרישן געשמאַק און דער געטרײַשאַפֿט צו דער פּאַרטײ־ליניע זײַנען ניט תּמיד געװען גלאַטיק.
װי אַ משל דערמאָנט נאַלעװײַקאָ־קוליקאָװ אָן אַן עפּיזאָד, װאָס ספֿאַרד באַשרײַבט אין זײַנע זכרונות, װאָס זײַנען אַרױס נאָך זײַן טױט אין ישׂראל. נאָך חיים־נחמן ביאַליקס פּטירה אין 1934 האָט קאַציזנע אָנגעשריבן אַ „טיף־רירנדיקן און באַגײַסטערטן‟ נעקראָלאָג. אָבער ביאַליק איז דעמאָלט געװען טריף־פּסול בײַ די קאָמוניסטן װײַל ער איז געװען אַ העברעיִסט און אַ ציוניסט. ספֿאַרד שרײַבט: „באַקום איך װי דער געהײמער אױפֿזעער פֿון דער דרוקערײַ, אַ באַפֿעל, אַז דאָס אַרטיקל פֿון קאַציזנע װעגן ביאַליקן דאַרף נישט געדרוקט װערן.‟ װען ספֿאַרד האָט אױסגעפֿירט דעם באַפֿעל פֿון דער פּאַרטײ, האָט ער „איבערגעלעבט אַ שרעקלעך געפֿיל. אױך פֿאַר מיר איז ביאַליק געװען אַ הײליקײט פֿון מײַן קינדהײט אָן. […] זײַן טױט האָב איך איבערגעלעבט, װי אַ מאַראַן אין דער שטילקײט פֿון דער נאַכט. איך האָב געהאַט דאָס געפֿיל, אַז די גאַנצע ייִדישע דיכטונג איז געװאָרן פֿאַריתומט. אָבער געהאַלטן פֿאַסאָן, װי אַ קאָמוניסט װאָס דאַרף זיך נישט אונטערגעבן קײן שום סענטימענטן.‟
אױף מאָרגן איז ספֿאַרד שױן געװען גרײט צו אַ סקאַנדאַל מיט קאַציזנע. אָבער װען ער איז אַרײַן אינעם רעדאַקציע־צימער, איז ער דערשטױנט געװאָרן דורך דעם מאָדנעם שװײַגעניש: „בלױז אין אײן װינקל פֿון צימער איז געשטאַנען אַלטער קאַציזנע מיטן פּנים צו דער װאַנט עטװאָס אײַנגעבױגן און שטיל געכליפּעט, װי אַ קלײן קינד.‟
אין 1938 האָט סטאַלין פּלוצעם גערופֿן די פּני פֿון דער פּױלישער קאָמוניסטישער פּאַרטײ קײן מאָסקװע, געהײסן מע זאָל זײ אַרעסטירן און צעשיסן, און פֿונאַנדערגעלאָזט די פּאַרטײ. פֿאַרן געטרײַען קאָמוניסטישן עמך װי ספֿאַרד איז דאָס געװען אַ שװערער קלאַפּ, אָבער נאָך אַן ערגערער קלאַפּ איז געקומען אין אױגוסט 1939, װען סטאַלין האָט געמאַכט אַ יד־אַחת מיט היטלערן און עס האָט אױסגעבראָכן די צװײטע װעלט־מלחמה. ספֿאַרד האָט געהאַט אַ גוטן מזל צו אַנטלױפֿן קײן ביאַליסטאָק, װאָס איז דעמאָלט געװען אױף דער סאָװעטישער זײַט, אָבער זײַן פֿרױ און מוטער זײַנען פֿאַרבליבן אין װאַרשע און אומגעקומען אינעם חורבן. במשך פֿון דער מלחמה איז ספֿאַרד געװאָרן אַ חשובֿער כּלל־טוער אינעם „ייִדישן אָרגאַניזיר־קאָמיטעט‟ בײַם פּראָ־סאָװעטישן „פֿאַרבאַנד פֿון פּױלישע פּאַטריאָטן‟, און אין 1946 האָט ער זיך אומגעקערט קײן פּױלן.
איצט איז זײַן מצבֿ געװען גאָר אַנדערש אײדער פֿאַר דער מלחמה. ספֿאַרד, אין אײנעם מיט זײַנע קאָמוניסטישע חבֿרים, האָט געהערט צו די נײַע בעלעבאַטים, װאָס זײַנען געקומען מיט דער רױטער אַרמײ. זײער דערפֿאַרונג, באַמערקט נאַלעװײַקאָ־קוליקאָװ, איז געװען גאַנץ אַנדערש פֿון די געצײלטע פּױלישע ייִדישע קאָמוניסטן װאָס האָבן איבערגעלעבט די נאַציסטישע אָקופּאַציע אין פּױלן. די פּױלישע ייִדישע קאָמוניסטן האָבן געגלױבט, אַז זײ װעלן קענען אױפֿבױען אַ נײַע ייִדישע קולטור „נוסח־פּױלן‟. אַנדערש גערעדט, שרײַבט נאַלעװײַקאָ־קוליקאָװ, „לאָמיר האָפֿן עס װעט זײַן אַנדערש אין פּױלן‟ אײדער אינעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. אמת, די ייִדישע קולטור אינעם קאָמוניסטישן פּױלן האָט װײניק געליטן פֿון סטאַליניסטישע רדיפֿות און האָט אָפּגעהיט אײגענע אינסטיטוטיצעס, אַזעלכע װי דער פֿאַרלאַג „ייִדיש־בוך‟, װוּ ספֿאַרד איז געװען דער שעף־רעדאַקטאָר. אָבער די כװאַליע פֿון אַנטיסעמיטיזם אין 1968 האָט דערװיזן, אַז „נוסח פּױלן‟ איז געװען נישט מער װי אַ חלום. ספֿאַרד, װי אױך אַנדערע פּױלישע ייִדן, האָט פֿאַרלאָזט פּױלן און געמאַכט עליה קײן ישׂראל, װוּ ער האָט פֿון דאָס נײַ באַטראַכט זײַן לעבנס־דערפֿאַרונג.
נאַלעװאַײַקאָ־קוליקאָװס זאָגט ניט קײן פּסק־דין איבער ספֿאַרד און אַנדערע ייִדישע קאָמוניסטן. זי אָנערקענט זײערע ליטעראַרישע און פֿאָרשערישע פֿאַרדינסטן און שאַצט אָפּ זײער אַקטיװע טעטיקײט בײַם אױפֿבױען די ייִדישע קולטור אין פּױלן נאָכן חורבן װי אַ בײַטראָג אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע. די דאָזיקע געשיכטע איז געװען פֿול מיט סתּירות, פּאָליטישע און אידעאָלאָגישע מחלוקותן, אָבער פֿון דעסט װעגן איז דאָס געװען די אײן און אײנציקע אַלוועלטלעכע ייִדישע קולטור.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO