נײַע פּיעסע וועגן פּאָעט משה קולבאַק אויפֿגעפֿירט אויף רײַסיש־ייִדישן פֿעסטיװאַלNew play about poet Moyshe Kulbak is staged at Belarusian-Jewish festival
„צעשפּרײטע ראָבן‟ איז דאָס ערשטע טעאַטער־װערק, װאָס שילדערט דעם סטאַליניסטישן טעראָר אין װײַסרוסלאַנד.
זינט אָנהײב אױגוסט געפֿינט זיך װײַסרוסלאַנד אינעם צענטער פֿון די װעלט־מעדיאַ. יעדן טאָג קומען טױזנטער מענטשן אַרױס אױף די גאַסן פֿון מינסק און אַנדערע שטעט כּדי אַרױסצוּװײַזן זײער פּראָטעסט קעגן די געפֿעלשטע װאַלן, אין װעלכע עס האָט כּלומרשט געװוּנען דער דיקטאַטאָרישער פֿירער אַלעקסאַנדר לוקאַשענקאַ.
אָבער חוץ דעם זײַנען דאָ אַנדערע, ביז גאָר אינטערעסאַנטע און װיכטיקע געשעענישן, אַזעלכע װי דער רײַסיש־ייִדישער פֿעסטיװאַל, װאָס איז פֿאָרגעקומען צװישן דעם 5טן און 11טן אָקטאָבער. די אונטערנעמונג האָט אָרגאַניזירט דער מינסקער צענטער פֿאַר דער רײַסיש־ייִדישער קולטור־ירושה.
די פּראָגראַם פֿונעם פֿעסטיװאַל האָט קאָמבינירט דעם רעאַלן און דעם װירטועלן פֿאָרמאַט. די אָנטײלנעמער האָבן געקענט אויסקלײַבן אַ ריי סעסיעס אין וועלכע זיך צו באַטייליקן: הערן אַ פּאָדקאַסט ווי דער קלעזמער זיסל סלעפּאָװיטש דערצײלט װעגן די קעגנזײַטיקע השפּעות צװישן דער ייִדישער און דער װײַסרוסישער מוזיק; באַזוכן די היסטאָרישע ייִדישע ערטער אין מינסק מיט דער הילף פֿונעם נײַעם אױדיאָ־װעגװײַזער; קאָכן רײַסיש־ייִדישע מאכלים ווי עסיק־פֿלײש און קאַרטאָפֿל־קוגל (וווּ די אינגרעדיענטן האָט מען געקענט באַשטעלן פֿון אַ מינסקער אינטערנעץ־קראָם). חוץ דעם האָט מען געקאָנט הערן אַ רעפֿעראַט װעגן רײַסיש־ייִדישע נעמען און אַ שמועס צװישן די מומחים וועגן דער רײַסיש־ייִדישער קולטור און געשיכטע.
דער שפּיץ פֿונעם פֿעסטיװאַל איז געװען די אויפֿפֿירונג פֿון אַ נײַער פּיעסע „צעשפּרײטע ראָבן‟ וועגן דעם טראַגישן גורל פֿונעם ייִדישן פּאָעט משה קולבאַק. (דעם טיטל קען מען אויך איבערזעצן װי „ראָבן פֿון גלות‟) די פּיעסע, וואָס מע האָט אויפֿגעפֿירט אויף רוסיש, האָט אָנגעשריבן די יונגע װיטעבסקער מחברטע אָלגאַ פּרוסאַק, וועלכע האָט שױן פֿריִער געװוּנען עטלעכע חשובֿע פּרעמיעס פֿאַר אירע פּיעסעס און פֿילמען. װעגן איר אינטערעס צו קולבאַק שרײַבט זי: „קולבאַק איז פֿאַר מיר געװאָרן אַן אַנטדעקונג. קודם־כּל האָט ער באַװירקט מײַן אױפֿנאַמע פֿונעם לאַנד װוּ איך װױן. פּלוצעם האָב איז דערזען װײַסרוסלאַנד גאַנץ אַנדערש. איך האָב זיך שטאַרק פֿאַרליבט ניט אין דעם, װאָס איז פֿאַראַן, נאָר אין דעם, װאָס מיר האָבן אָנגעװױרן. דאָס איז אַ װײטיק־ליבע צו דער פֿאַרלױרענער צוקונפֿט, צו דעם איבערגעריסענעם געדאַנק, צו דעם אָפּגעשניטענעם געבלום, צו דעם איבערגעשלאָגענעם געזאַנג, צו דער טראַדיציע, װאָס האָט דערנערט די װײַסרוסישע קולטור און פֿון װעלכער מיר זײַנען אַזױ ברוטאַל אָפּגעריסן געװאָרן.‟
די האַנדלונג פֿון דער פּיעסע קומט פֿאָר אין סאָװעטישן מינסק, װוּ קולבאַק איז אַריבערגעפֿאָרן פֿון פּױלישן װילנע אין 1928. ער איז באַלד געװאָרן אַ חשובֿע פֿיגור אין דער סאָװעטישער ייִדישער קולטור. מען זעט אים אױף דער בינע אין דער רעדאַקציע פֿונעם זשורנאַל „שטערן‟ מיט צװײ קאָלעגן זײַנע, דעם „רױטן ייִד‟ איזי כאַריק און דעם „גרינעם ייִד‟ זעליק אַקסעלראָד. (אין די דאָזיקע געשטאַלטן קען מען דערקענען שפּילעװדיקע רמזים אױף מאַרק שאַגאַלס מאָלערײַ). לכתּחילה גײט זײער אַרבעט גאַנץ לעבעדיק און פֿרײלעך, אָבער מיט דער צײַט װערט זײער שטימונג אַלץ מער געדריקט איבער די סטאַליניסטישע פּאָליטישע רדיפֿות. דער ביטערער סוף קומט אומגעריכט. קולבאַק און כאַריק װערן אַרעסטירט און דערשאָסן אין מינסק אין אָקטאָבער פֿון 1937. אַקסעלראָד איז אומגעבראַכט געװאָרן אין 1941.
אַ פּאַראַלעלע האַנדלונג אַנטװיקלט זיך אין דער װעלט פֿון פֿאַנטאַזיעס און חלומות. אָלגאַ פּרוסאַק האָט קינסטלעך צונױפֿגעפֿלאָכטן אימאַזשן, מאָטיװן און פֿראַגמענטן פֿון קולבאַקס װערק. אַ בולט אָרט פֿאַרנעמען דאָ פֿאַרשידענע מינים פֿײגעלעך, װאָס דערמאָנען אָן זײַן דערצײלונג „מוניע דער פֿײגל־הענדלער און מלכּהלע זײַן װײַב‟. אַזױ װי דער תּמעװאַטער מוניע, װאָס איז אַרױסגעשטױסן געװאָרן פֿון זײַן שטוב דורך זײַן שעלמישער פֿרױ און איר גזלנישן קאָכאַנטשיק, איז דער נאַיִװער אידעאַליסט קולבאַק פֿאַרפֿירט געװאָרן דורך די פֿאַלשע סאָװעטישער הבֿטחות און דערנאָך ברוטאַל דערמאָרדעט געוואָרן. אַ יוצא־דופֿן צװישן די פֿרײלעכע פֿײגעלעך איז דער שװאַרצער ראָב. די דאָזיקע אומהײמלעכע געשטאַלט עפֿנט און שליסט די פֿאָרשטעלונג װי אַ סימן פֿון קולבאַקס ביטערן גורל. שװאַרץ און רױט זײַנען די דאָמינירנדיקע קאָלירן אין די דעקאָראַציעס, װאָס קאָנטראַסטירן מיט די פֿילפֿאַרביקע פֿײגלעך. דער סטיל פֿון אַקטיאָרישן שפּיל רוקט זיך צװישן גראָטעסקער סאַטירע און עקספּרעסיאָניסטישן סימבאָליזם, אַזױ װי קולבאַקס אײגענער כּוח־הדמיון אין זײַנע שריפֿטן.
אױפֿצופֿירן די דאָזיקע פֿאָרשטעלונג איז געװען גאַנץ שװער. איבער דער פּאַנדעמיע האָט דער רעזשיסאָר װלאַדימיר שטשערבאַן ניט געקענט קומען קײן מינסק און האָט אָנגעפֿירט מיט די אַקטיאָרן פֿון לאָנדאָן. און די אַקטיאָרן אין מינסק זײַנען צומאָל ניט געװען זיכער צי זײ װעלן זיך דערקלײַבן צו זײער טעאַטער־סטודיע בשלום, װײַל הײַנטיקע טעג קען די פּאָליצײ כאַפּן מענטשן אױף די גאַסן, שלאָגן זײ און װאַרפֿן זײ אין תּפֿיסה אַרײַן סתּם אַזױ, אָן קײן שום תּירוץ. װען מען האָט פֿאַרטראַכט די דאָזיקע אױפֿפֿירונג, האָט מען מסתּמא ניט געהאַט אין זינען די היסטאָרישע פּאַראַלעלן צװישן דער תּקופֿה פֿון די סאָװעטישע פּאָליטישע רדיפֿות און דעם הײַנטיקן װײַסרוסלאַנד, אָבער װען מען זעט דעם שפּיל אין אָקטאָבער 2020, קען מען זיך ניט באַפֿרײַען פֿון אַזאַ פֿאַרגלײַך.
װײַזט אױס, אַז „צעשפּרײטע ראָבן‟ איז דאָס ערשטע טעאַטער־װערק, װאָס באַהאַנדלט דעם ענין פֿון סטאַליניסטישן טעראָר אין װײַסרוסלאַנד. סוף–1930ער יאָרן האָט די סאָװעטישע מאַכט אומגעבראַכט די פּני פֿון דער װײַסרוסישער און ייִדישער קולטור. אַ צאָל ייִדישע קולטור־טוער, אַזעלכע װי ליטעראַטור־קריטיקער יאַשע בראָנשטײן און כאַצקל דונעץ, זײַנען געװען פֿאַרביסענע קאָמוניסטן, בעת אַנדערע, װי קולבאַק און אַקסעלראָד, זײַנען געװען מעסיקע „מיטלױפֿער‟. איצט װיל די יונגע װײַסרוסישע אינטעליגענץ אַנטדעקן זײער צעשטערטע און פֿאַרגעסענע קולטור־ירושה, און די ייִדישע קולטור פֿאַרנעמט דאָ אַ היפּשן אָרט. איצט קען מען זיך באַקענען מיט קולבאַקס װערק איז די נײַע איבערזעצונגען אױף װײַסרוסיש פֿון סיאַרהײ שופּאַ. האָפֿנטלעך װעט מען ממשיך זײַן די דאָזיקע װיכטיקע אַרבעט און באַקענען דעם נײַעם דור װײַסרוסישע לײענער מיט דעם גאַנצן ליטװאַקישן צװײַג פֿון דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור, צװישן זײ — אַזעלכע מחברים װי זלמן שניאור, לײב נײַדוס און אלחנן װאָגלער.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor