Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

„פֿלי, פֿאַרבן־פֿלאַטערל, פֿלי“ פֿון לייבל באָטוויניק (פּרעמירטע דערציילונג)Prize-winning story by Leybl Botwinik, “Fly, colorful butterfly, fly!”

די דערציילונג, וואָס איז באַלוינט געוואָרן אינעם ישׂראלדיקן מלוכישן שרײַבער־קאָנקורס, שילדערט ווי צוויי קינדער טרעפֿן אַן אויסטערלישע חיה.

דאָס פֿיל־פֿאַרביק פֿלאַטערל

עס איז געווען שבת, גאָר פֿרי אינדערפֿרי.

דאָס רוישן אינדרויסן פֿון דעם שטאַרקן ווינט האָט לײזערקען אויפֿגעוועקט. ער איז אויפֿגעשטאַנען, און מיט האַלב־פֿאַרשלאָפֿענע אויגן האָט ער אַרויסגעקוקט דורכן פֿענצטער, און געזען ווי די בײמער שאָקלען זיך, וויגן זיך, בײגן זיך הין און צוריק. דער בנין וווּ ער האָט געוווינט איז געווען פּונקט לעבן דעם פּאַרק, און ער האָט פֿונעם פֿענצטער אויפֿן פֿערטן שטאָק געקענט זען אַלץ וואָס עס טוט זיך דאָרט.

אַ שווערער האַרבסטיקער ווינט האָט געוועלטיקט. בלעטער זײַנען אַראָפּגעריסן געוואָרן פֿון די בײמער. שמוץ, פּאַפּירן, און אַלטע צײַטונגען, ווי אויך פּלאַסטישע זעקלעך, זײַנען אַרומגעפֿלויגן און האָבן זיך אַרומגעדרײט הין און צוריק אין דער לופֿטן. לאַנג זײַנען זײ נישט פֿאַרבליבן אויפֿן אָרט, נאָר זײַנען גיך אַוועקגעטריבן געוואָרן אַזוי ווײַט, אַז זײַנע יונגע שאַרפֿע אויגן האָבן זײ שוין נישט געקענט דערשפּירן. פּלוצלונג, אָבער, האָט ער דערזען עפּעס אויסטערלישס.

אין מיטן דער בהלה, איז צוגעפֿלויגן אַ וווּנדערלעכע זאַך. אַ שײן אויסגעפּוצט קאָלירט פֿלאַטערל — אָבער נײן! עס האָט נישט געקענט זײַן קײן פֿלאַטערל — עפּעס צו גרויס איז עס געווען. גיכער, אַ קאָלירטער העליום־באַלאָן. ער האָט עס נאָכגעקוקט, און געזען, אַז עס ווערט גאָר נישט פֿאַרטריבן דורך דעם ווינט, ווי אַלע אַנדערע זאַכן. כּמעט ווי עס איז פֿאַרבליבן פֿליִענדיק, שטייענדיק אויפֿן אָרט — נישט צו הויך, און אויך נישט צו נידעריק — צווישן די הויכע בײמער. עס האָט זיך אים אפֿילו געדוכט, אַז עס ציט זיך גאָר קעגן דעם ווינט, און דערנאָך ווערט עס ווי צוריקגעשטופּט. נאָך אַ וווּנדער איז געווען, אַז כאָטש עס איז געווען גאַנץ ווײַט, האָט זיך אים אויסגעדוכט, ווי די פֿאַרביקע קאָלירן אויף אַ העל־בלויען הינטערגרונט בײַטן זיך אַלע ווײַלע. מסתּמא איז דאָס, אָבער, געווען נישט מער ווי אַן אילוזיע — אַ שפּיל פֿאַר די אויגן — אַ דאַנק דער שײַן פֿון דער אויפֿגײענדיקער זון.

נאָכן באַקוקן עס אַ פּאָר מינוט, האָט ער אויף גיך פֿאַרלאָזט דעם פֿענצטער, און איז אַרײַנגעלאָפֿן צו זײַן צען־יעריקער צווילינג שוועסטערל, אין צימער אַרײַן.

„מירעלע, מירעלע — גיך. וועק זיך אויף. דו מוזסט דאָס זען…אַן אויסטערלישע זאַך…“

מירעלען איז געווען גוט אין בעט. זי האָט זיך אויסגעדרײט מיט איר רוקן צום ברודערל, און געזאָגט:

„לאָז מיר צורו — ס’איז שבת אינדערפֿרי. מע גײט נישט אין שול. איך וויל שלאָפֿן…“

לײזערקע האָט נישט אָפּגעלאָזט, און האָט זי אַרויסגעשלעפּט פֿון בעט.

„שטײ שוין אויף, שלעפֿערקע! קום, לאָמיר אויף גיך זיך אַרומוואַשן און איך וועל דיר ווײַזן אַ וווּנדערלעכע זאַך אין פּאַרק וואָס מע קען זען דורכן פֿענצטער.“

נאָך דעם ווי די צווײ האָבן זיך אָפּגעוואַשן, איז די האַלב פֿאַרשלאָפֿענע מירעלע מיטגעלאָפֿן מיט לײזערקען אין זײַן צימער אַרײַן. זײ האָבן צווישן זיך געשושקעט — כּדי נישט אויפֿצוּוועקן די ייִנגערע ברידערלעך וואָס זײַנען נאָך געשלאָפֿן.

„דו זעסט? עס באַוועגט זיך נישט פֿונעם אָרט… פֿון אָנהײב, האָב איך געמײנט אַ פֿלאַטערל — צוליב די פֿאַרשײדענע שײנע קאָלירן — אָבער עס איז צו גרויס… דערנאָך האָב איך געמײנט, אפֿשר אַ פֿיל־פֿאַרביקער העליום־באַלאָן…“

„און אפֿשר גאָר אַ פֿאַרבלאָנדזשעטע פֿלישלאַנג, און די שטריק האָט זיך אין עפּעס פֿאַרטשעפּעט? דערפֿאַר פֿליט עס נישט אַוועק… גוט, איך גײ צוריק שלאָפֿן…“ האָט די קלוגע מירעלע געלײזט דעם ענין.

„אָבער ווי קומט עס, אַז עס ציט זיך צומאָל קעגן דעם ווינט, און דערנאָך ווערט עס, ווי צוריקגעשטופּט…?“ האָט לײזער זי נישט אָפּגעלאָזט.

מירעלע האָט ווידער אַ קוק געטאָן און געפּסקנט.

„מסתּמא, איז פֿאַראַן עפּעס אַ משוגענער פּאַרשוין וואָס — פּונקט ווי דו — האָט נישט קײן בעסערס וואָס צו טאָן אין אַ שבת אינדערפֿרי. ער שטײט אין מיטן דער ווינטיקער זאַווערוכע, און האַלט די שטריק און ציט עס צומאָל צוריק, קעגן דעם ווינט… נו, איך גײ צוריק שלאָפֿן…“

נאָר אײדער זי האָט באַוויזן זיך אויסצודרײען, האָט זיך אָפּגעבראָכן אַ שווערער צווײַג פֿון אײנע פֿון די הויכע בײמער, אַ פֿלי געטאָן און אַרײַנגעקראַכט אין דער מיסטעריעזער קאָלירפֿולער זאַך — און מיט דער זאַך צוזאַמען אַנידערגעפֿאַלן אויף דר’ערד.

דער צווילינג האָט אַ ווײַלע נאָכגעקוקט דורכן פֿענצטער און געזען, ווי די זאַך איז געלעגן אונטערן צווײַג, און ווי דער ווינט ציט עס, נאָר קען עס נישט אַרויסציִען פֿון אונטער דעם וואָגיקן צווײַגנהאָלץ.

„זעסט, קײנער גײט דאָרט נישט צו… איך גײ אַרויס אַ קוק צו טאָן…“ האָט לייזערקע געזאָגט.

„וואָס, ביסטו משוגע? — אין אַזאַ שטאַרקן ווינט? וועסט אַלײן אַוועקגעטראָגן, צי צעקלאַפּט ווערן פֿון עפּעס אַ פֿליִענדיקער זאַך. — אָט האָסטו געזען ווי יענע צווײַגן האָבן אַוועקגעלײגט דעם באַלאָן, צי פֿלישלאַנג, צי וואָס עס זאָל נישט זײַן?…“

זײ זײַנען בײדע ווײַטער געשטאַנען ווי צוגעשמידט צום אָרט. פּלוצלונג האָבן זײ דערזען, ווי די שײנע קאָלירטע זאַך, מיט אַ העל־בלויען הינטערגרונט, האָט געביטן די קאָלירן אויף רויט און ווײַס, און די צווײ קאָלירן האָבן אָנגעהויבן לויפֿן אַרויף און אָראָפּ איבער יענעמס גוף: רויט ווײַס, ווײַס רויט, רויט ווײַס,…

„איצטער מוז איך צוגײן …,“ האָט לײזערקע באַשלאָסן.

נישט טראַכטנדיק לאַנג, האָט מירעלע צוגעגעבן — „און איך קום מיט דיר. לאָמיר מיטנעמען הענטשקעס, כּדי אויפֿצוהײבן דעם צווײַג און באַפֿרײַען די מאָדנע פֿלישלאַנג.“

נאָכן גיך זיך אָנטאָן, זײַנען זײ בײדע אַרויסגעלאָפֿן און באַלד דערגאַנגען צום געפֿאַלענעם צווײַג. ווען זײ זײַנען צוגעקומען נעענטער, האָבן זײ געהערט אַ מאָדנעם קלאַנג — נישט דעם פֿײַפֿן, הודזשען, צי ווויען פֿון דעם ווינט, נאָר גאָר אַ מין ציטערנדיקן יאָמער־געווײן פֿון דער מאָדנער זאַך. זײ זײַנען פֿאָרזיכטיק צוגעגאַנגען און דערזען, אַז די רויט־ווײַסע קאָלירן וואָס זײַנען געלאָפֿן איבערן גוף, האָבן מיטאַמאָל אויפֿגעהערט — און די זאַך איז פּלוצלונג אין גאַנצן רויט געוואָרן, און האָט אָנגעהויבן זיך טרײסלען — אָבער נישט פֿון דעם ווינט.

„וואָס קען דאָס זײַן?“ האָט לײזערקע, אַ פֿאַרזאָרגטער, געזאָגט זײַן שוועסטערל. „עס איז גאָר נישט קײן באַלאָן, און אויך נישט קײן פֿלישלאַנג. אַזוינס האָב איך נאָך קײנמאָל נישט געזען.“

„איך מײן, אַז עס איז גראַדע אַ לעבעדיקע זאַך!“ האָט מירעלע געזאָגט, אָנכאַפּנדיק זיך אין איר ברודער כּדי אים אָפּצוהאַלטן. „לײזערקע, גײ נישט נעענטער. לאָמיר בעסער גײן רופֿן די עלטערן…“

פּלוצלונג האָט אין מיטן פֿון דעם מאָדנעם גוף זיך צעעפֿנט אַ גרויס אויג און געקוקט אויף זײ. די קינדער האָבן זיך דערשראָקן.

דאָס אויג איז גלײַך פֿאַרשוווּנדן, אָבער דאָס יאָמער־געזאַנג האָט זיך נאָך מער פֿאַרשטאַרקט. דער גאַנצער גוף האָט גענומען ציטערן און זיך אויסציִען, ווי עס וואָלט געפּרוּווט מיט כּוח זיך צו באַפֿרײַען פֿון אונטער דער שווערער וואָג פֿונעם צווײַג.

„עס לײַדט,“ האָט לײזערקע געזאָגט. „דו זעסט נישט? דו הערסט נישט דאָס יאָמערן? מיר מוזן עס באַפֿרײַען, נישט לאָזן עס, נעבעך, לײַדן…“

„ביסט גערעכט. לאָמיר צוזאַמען אויפֿהײבן דעם שווערן צווײַג.“

די קינדער האָבן זיך אָנגעשטרענגט, און די בײגעוודיקע זאַך האָט זיך מיט זײ אויך אָנגעשטרענגט, ביז זײ האָבן אַלע צוזאַמען מצליח געווען עס צו באַפֿרײַען. דער שטאַרקער ווינט האָט עס כּמעט אַוועקגעטראָגן, נאָר עס האָט זיך אָנגעכאַפּט און זיך אַרומגעוויקלט אַרום אַ צווײַג. די קאָלירן פֿון דער מאָדנער זאַך זײַנען צוריק געוואָרן פֿילפֿאַרביק.

„דו זעסט, מירעלע, פֿאַר וואָס איך האָב געמײנט אַז עס איז געווען אַ פֿלאַטערל? זעסט די פֿאַרבן? קוק ווי שײן. איך בין צופֿרידן אַז מיר האָבן עס באַפֿרײַט. איך מײן אַז עס איז אויך צופֿרידן. זע ווי די קאָלירן בײַטן זיך אויף דעם העל־בלויען הינטערגרונט, און לויפֿן אַרויף און אַראָפּ, איבערן פֿלאַכן קערפּער…“

פּלוצלונג האָט זיך הינטער זײ דערהערט אַ הויכן קול.

„וואָס טוט איר דאָ? לויפֿט אײַך אַהײם. דאָס איז מײַנס. איך האָב עס צוערשט געזען…“

דבֿ־בער און די ווילדע וועלף

דער צווילינג האָט זיך אויסגעדרײט און געזען אַז הינטער זײ שטײט דבֿ־בער, באַקאַנט אין דער געגנט ווי אַ מזיק און שטיפֿער. ער האָט געהאַלטן, אַז ער איז דער בעל־הבית איבער אַלץ וואָס ער זעט און וויל. בסך־הכּל, איז ער געווען נישט מער ווי צווײ יאָר עלטער פֿאַר זײ, אָבער לײזערקע און מירעלע האָבן געוווּסט אַז ער האָט ליב געהאַט צו דערשרעקן די קלענערע קינדערלעך און צומאָל צונעמען פֿון זײ זײער זיסוואַרג, צי עפּעס וואָס סע האָט זיך אים פֿאַרגלוסט.

ער איז אויך נישט געקומען אַלײן, נאָר ער האָט מיטגעבראַכט זײַנע משרתים, „די ווילדע וועלף“, ווי די קינדערלעך אין דער געגנט פֿלעגן זײ אָנרופֿן. פֿון זײַנע פֿינף געהילפֿן, זײַנען דאָס מאָל בלויז דרײַ געקומען.

„נו, טרײַב שוין אַוועק דעם פֿרידמאַן־צווילינג, נעם אָפּ דײַן קאָלירטן באַלאָן, און לאָמיר צוריק אַהײמגײן. איך וויל נאָך אַרײַנכאַפּן אַ ביסל שלאָף,“ האָט משהלע, אײנער פֿון די פֿינף „וועלף“ זיך אויסגעדריקט, און דערבײַ געגעבן אַ גרויסן גענעץ. „חײם און שלום זײַנען די קלוגע — זײ זײַנען פֿאַרבליבן אין בעט. נו? איך וויל שוין גײן. ס’איז מיר דאָ קאַלט.“

„יאָ, יאָ,“ האָבן די אַנדערע צווײ מיטגעזונגען, „ס’איז אונדז דאָ קאַלט….“ .

„שווײַגט אַלע,“ האָט דבֿ־בער געשריגן, און זיך אויסגעדרײט צו לײזערקען און מירעלען, און אויף זײ נאָך אַ שטאַרקערן געשרײ געטאָן. „וואָס, איר זײַט נאָך דאָ? לויפֿט אײַך אַהײם. דאָס איז מײַנס.“

„נײן, דו קענסט עס נישט האָבן,“ האָט מירעלע צוריקגעשריגן.

„עס איז טאַקע נישט אונדזערס, אָבער עס איז אויך נישט דײַנס,“ האָט לײזערקע צוגעגעבן.

דבֿ־בער איז צוגעשפּרונגען און לײזערקען געגעבן גאָר אַ שטאַרקן שטופּ אויף צוריק, אַז ער האָט אָנגעהויבן אַנידערצופֿאַלן.

נאָר מיטאַמאָל האָט די קאָלירטע זאַך אַ פֿלי געטאָן, און פֿון הינטן אים אונטערגעהאַלטן.

דבֿ־בער מיט זײַנע „וועלף“ זײַנען געווען דערשטוינט, נאָר ער האָט זײ געמוטיקט.

„איך וויל דאָס. לאָמיר זײ אַוועקטרײַבן.“

ווי נאָר די פֿיר ײִנגלעך האָבן זיך דערנענטערט צום צווילינג, האָט די מאָדנע קאָלירטע זאַך געביטן די קאָליר אויף שוואַרץ, זיך נאָך מער אויסגעצויגן און זײ בײדן אַרומגעוויקלט און פֿאַרדעקט.

דבֿ־בער האָט זיך אין גאַנצן פֿאַררויטלט און האָט זיך געוואָנדן צו זײַנע חבֿרים.

„לאָמיר זײ אָנווײַזן ווער איז דאָ בעל־הבית!“ און די צעווילדעוועטע קינדער זײַנען אַלע באַפֿאַלן דעם אײַנגעוויקלטן צווילינג מיט זעץ און בריקן. נאָר פּלוצלונג האָט די ווײכע, שוואַרצע פֿלי־זאַך געביטן איר קאָליר אויף גראָ, און געוואָרן האַרט ווי שטײן. די פֿויסטן און פֿיס פֿון דבֿ־בער מיט די וועלף זײַנען צעבײַלט און צעבלוטיקט געוואָרן און מיט אַ שטאַרקן געווײן פֿון האַלב־שרעק געמישט מיט כּעס, זײַנען זײ אַנטרונען, האַלב לויפֿנדיק און האַלב הינקענדיק.

ווען זײ זײַנען שוין אַוועקגעלאָפֿן, האָט די זאַך זיך צעעפֿנט און זיך פֿונאַנדערגעוויקלט פֿון אַרום די קינדער.

„אוי, אַ מזל וואָס עס האָט אונדז פֿאַרטײדיקט…שטעל זיך פֿאָר, פֿיר קעגן צווײ …“ האָט לײזערקע געזאָגט.

„וואָס טוען מיר איצטער?“ האָט מירעלע געזאָגט. „קוק, עפּעס איז נישט גוט מיט אונדזער נײַעם חבֿר…“

די צווײ האָבן דערזען, ווי די פֿאַרבן פֿון דער מאָדנער פֿלי־זאַך האָבן אָנגעהויבן בלאַסער צו ווערן, אויסגײן.

„מיר מוזן עס גלײַך אַהײמנעמען, אָנזאָגן טאַטע־מאַמען,“ האָט לײזערקע מיט זאָרג געקוקט אויף מירעלען. „אָבער ווי אַזוי וועלן מיר עס קענען אַהיימשלעפּן. דער ווינט איז זײער אַ שטאַרקער און עס וועט זיכער אַוועקגעטראָגן ווערן. די זאַך איז צו גרויס. צו ברײט…“

„איך מײן, אַז איך ווייס,“ האָט מירעלע געזאָגט. ”ווען עס האָט אונדז צום ערשטן מאָל אַרומגעוויקלט און עס איז נאָך ווײך געווען, האָב איך עס אָנגעטאַפּט און עס האָט געפֿילט ווי טײג. דו האָסט אַלײן געזען ווי עס ציט זיך אויס. לאָמיר זען, צי איך קען עס אַרײַנציִען און מאַכן קלענער…“

מירעלע האָט אויסגעשטרעקט אירע הענטלעך און געצויגן די זאַך צו זיך. זי האָט אָנגעהויבן עס צו גלעטן, און צוביסלעך, מיט אירע געניטע הענט, עס צערטלעך אײַנגעוויקלט און אַרײַנגעקוועטשט אין אַ מין פּילקע. די קאָלירן זײַנען בלאַסער און בלאַסער געוואָרן, ביז ס’איז געוואָרן בלאַס ווײַס — כּמעט, טאַקע, ווי טײג.

„אָט זעסטו? פֿון אַ קאָלירטער פֿליִענדיקער לאַטקע, געמאַכט אַ גרויס מצה־קנײדל,“ האָט זי געלאַכט. זי האָט איר נײַעם חבֿר צוגעקוועטשט צום ברוסט, און בײדע קינדער זײַנען אַהײמגעלאָפֿן.

אַ גאַסט אויף שבת

ווען מירעלע און לײזערקע זײַנען אין שטוב אַרײַן, האָט דער טאַטע זיי אָפּגעוואַרט.

„וווּ זײַט איר געווען? איך האָב זיך געזאָרגט… אַרויס שפּילן אין פּילקע — אין אַזאַ וועטער?“ האָט ער אַן אומרויִקער זיך געוואָנדן צו זײ. „לײזערקע, מיר דאַרפֿן באַלד גײן דאַוונען, און דו ביסט נאָך אין דײַן פּיזשאַמע. גײ טו זיך גיך איבער…, און מירעלע, לײג אַוועק די פּילקע. מירן רײדן וועגן דעם שפּעטער.“

„טאַטע, מיר דאַרפֿן דיר עפּעס דערצײלן. דאָס איז נישט קײן פּילקע…“

מירעלע איז אַרײַן אין קיך און אַלע זײַנען איר נאָכגעגאַנגען. זי האָט די „פּילקע“ אַוועקגעשטעלט אין מיטן טיש. לײזערקע האָט אַלץ דערצײלט, און זי האָט דאָ און דאָרט צוגעגעבן פּרטים.

דער טאַטע איז געווען דערשטוינט. ער האָט גענומען די רונדע זאַך אין דער האַנט.

„עס איז טאַקע וואַרעם, און איך פֿיל אין דעם אַ באַוועגונג. מע דאַרף גלײַך רופֿן די מאַמע,“ האָט ער געזאָגט.

נאָכן אויפֿוועקן זײער מאַמע, האָבן די צווײ קינדער איבערדערצײלט וואָס סע האָט מיט זײ פּאַסירט.

די מאַמע האָט געקוקט אויף די קינדער, אויף איר מאַן, און גענומען די זאַך פֿון זײַנע הענט.

„דבֿ־בער האָט וועלף פֿאַר חבֿרים?“ האָט זי געפֿרעגט.

„נײן, מאַמע, אַזוי רופֿט מען זײַנע שותּפֿים: די ׳ווילדע וועלף׳…, אָבער וואָס טוט מען וועגן פֿאַרבן־פֿלאַטערל?“ האָט מירעלע זיך געוואָנדן צו דער מאַמען.

„דו האָסט עס שוין אַ נאָמען געגעבן ׳פֿאַרבן־פֿלאַטערל׳?…און וואָס מײנסטו דאַרף מען טאָן?“

„מיר האָבן זיך געלערנט,“ האָט די גוט־האַרציקע מירעלע געזאָגט, „אַז מע דאַרף זיך פֿירן גוט צו פֿרעמדע. אין חומש האָט משה רבינו אַלײן אַ נאָמען געגעבן אײן זון ׳גרשון׳ ווײַל משה האָט זיך געפֿילט אַז ער איז געווען אַ פֿרעמדער אין אַ פֿרעמד לאַנד. און שפּעטער שטײט, אַז מיט פֿרעמדע — מיט ׳גרים׳ — דאַרף מען זיך פֿירן מיט דרך־ארץ, ווײַל אַמאָל זײַנען מיר אַלײן געווען פֿרעמדע — אין מצרים… און פֿאַרבן־פֿלאַטערל האָט אונדז אַפֿילו פֿאַרטײדיקט פֿון דבֿ־בערן… מע דאַרף עס העלפֿן, מאַמע. מע דאַרף…“

„איך מײן אַז עס איז נעבעך אויסגעמאַטערט,“ האָט די מאַמע געזאָגט. „עס האָט זיך מסתּמא שטאַרק אָנגעשטרענגט ווען סע האָט זיך פֿאַרמעסט קעגן דעם שטאַרקן ווינט… מסתּמא איז עס אויך דורשטיק צי הונגעריק… וואָס זאָלן מיר עס געבן? קאַווע? טײ? עפּעס וואַרעמס, צי קאַלטס? אפשר מילך?…“

„אפֿשר פּשוט וואַסער,“ האָט לײזערקע פֿאָרגעלײגט. ”מים־חײם וועט עס זיכער דערקוויקן!“

„טאַקע אַ גוטער אײַנפֿאַל!“ האָבן בײדע עלטערן כּמעט מיט אײן קול געזאָגט.

די מאַמע האָט צוגעשטעלט אַ שיסל, אַרײַנגעגאָסן אַ ביסל וואַסער, און עס צוגערוקט צו דער בלאַסער פּילקע. די רונדע זאַך האָט זיך אויסגעשטרעקט ווי טײג, פֿאַרדעקט די שיסל, און אײַנגעזויגט דאָס גאַנצע וואַסער. די קאָלירן האָבן עטוואָס זיך ווידער אָנגעהויבן צו באַווײַזן. מע האָט אַרײַנגעגאָסן נאָך אַ ביסל וואַסער אין שיסל, און עס האָט ווידער אויפֿגעזויפֿט און בלויז אַ ביסל וואַסער איבערגעלאָזט. די קאָלירן זײַנען נאָך אַ ביסל בולטער געוואָרן. מערערע האָבן זיך טאַקע באַוויזן, נאָר האָבן קוים געבלישטשעט, ווי פֿריער.

„איך מײן, אַז עס איז פֿאַרמאַטערט און וויל אַ ביסל שלאָפֿן,“ האָט די מאַמע געזאָגט, און זי האָט עס אויפֿגעהויבן, אַוועקגעלײגט אין אַ ווינקל פֿונעם קיך, און עס צוגעדעקט מיט אַ האַנטעך.

„נו, איך דאַרף שוין גײן דאַוונען,“ האָט דער טאַטע געזאָגט. „לײזערקע, דו קומסט מיט?“

„אַוודאי, איך ברענג דיר שוין דײַן טלית.“

„און איך וועל בלײַבן דאָ מיט דער מאַמען, אָפּהיטן אונדזער גאַסט,“ האָט מירעלע געזאָגט.

„מירן זען וואָס צו טאָן מיט דעם, ווען מיר קומען צוריק,“ האָט דער טאַטע געזאָגט.

דערווײַלע, זײַנען די קלענערע קינדער אויפֿגעשטאַנען. שׂרהלע איז געווען זיבן יאָר אַלט, שלמהלע פֿינף, און הירשעלע איז געווען אין גאַנצן צווײַ־און־אַ־האַלב יאָר אַלט. דאָס איז ער, הירשעלע געווען, דער ערשטער פֿון זײ צו אַנטפּלעקן „פּיקע“.

„מאַמי!“ האָט הירשעלע אַרויסגעשריגן הויך אויפֿן קול, ווי ער איז געווען בטבֿע צו טאָן, ווען ער האָט עפּעס געוואָלט. „מאַמי! איך וויל ס’ג’ויסע פּי’קע,“ און האָט אַראָפּגעריסן דעם האַנטעך וואָס האָט צוגעדעקט דעם שלאָפֿנדיקן „גאַסט“, און האָט פּרובירט עס אויפֿהײבן. אָבער ער האָט נישט געקענט, און ער האָט אָנגעהויבן צו ווײנען. שלמהלע האָט עס אויך פּרובירט באַוועגן, אָבער ס’איז נישט געגאַנגען. שׂרהלע האָט אויך פּרובירט, און נאָך דעם מירעלע. — עס איז קײנעם נישט געלונגען אַפֿילו אַ ביסל אָפּרוקן דעם רונדן גאַסט. הירשעלע האָט נאָך שטאַרקער געווײנט.

די מאַמע, וואָס איז אַרויסגעגאַנגען צו דער שכנה אין דער דירה אַנטקעגן, איז געקומען צו לויפֿן.

„וואָס איז געשען? פֿאַר וואָס ווײנט הירשעלע?“

„ער האָט פּרובירט אויפֿהײבן אונדזער גאַסט, אָבער נישט געקענט. אַלע האָבן פּרובירט…אַפֿילו איך,“ האָט מירעלע געזאָגט.

די מאַמע האָט זיך אַראָפּגעבויגן און … אויך זי האָט נישט מצליח געווען…

דערווײַלע איז דער טאַטע צוריקגעקומען פֿון דאַוונען, צוזאַמען מיט לײזערקען.

„קוקט עס נאָר אָן. עס איז דאָך ברוין מיט ווײַסע פֿלעקן — טאַקע ווי אַ פֿוסבאַל. מסתּמא ווען עס איז אין אַזאַ מצבֿ, קלעפּט עס זיך צו צו דער פּאָדלאָגע,“ האָט לײזערקע געצײַגט מיטן פֿינגער. „און קוקט, אַלע, די קאָלירן בײַטן זיך. עס ווערט ווידער העל־בלוי מיט די פֿילפֿאַרביקײטן.“

פֿאַרבן־פֿלאַטערל איז ווידער געוואָרן קאָלירפֿול, און זיך פֿונאַנדערגעוויקלט, זיך אויסגעצויגן אין דער ברייט און אין דער לענג, ביז ס’איז געוואָרן אַפֿילו העכער פֿאַרן טאַטן זײערן.

„אוּ־וּ־וּ־אַ… זײַנען אַלע מיט גרויס פֿאַרוווּנדערונג אַנטפּלעפֿט געוואָרן פֿון דער אויסטערלישער סצענע. אַלע האָבן אָנגעהויבן רײדן מיטאַמאָל, ווען פּלוצלונג איז אויסגעוואַקסן פֿונעם קערפּער דאָס גרויס אויג, האָט געקוקט אויף זײ אַ מאָמענט, גענומען ווי אַרומשווימען איבער פֿאַרשײדענע טײלן פֿון דעם גוף — און עס איז ווידער פֿאַרשוווּנדן.

אַלע זײַנען געווען פֿאַרפּלעפֿט און פֿאַרשטומט.

דער טאַטע איז געווען דער ערשטער צו רײדן.

„לאָמיר מאַכן קידוש און באַגריסן דערבײַ אויך אונדזער נײַעם גאַסט,“ האָט ער געזאָגט.

די עלטערע קינדער האָבן אויף גיך געמאַכט סדר בײַם עסטיש, און אויסגעשטעלט אַ לײַכטן פֿרימאָרגנדיקן צובײַסן. דער טאַטע האָט געמאַכט קידוש און זײ האָבן זיך אַוועקגעזעצט עסן קוכן, און טרינקען עפּעס — ווער קאַווע, ווער טײ, ווער מילך. דעם גאַסט האָט מען צוגעשטעלט נאָך וואַסער, וואָס עס האָט גערן אַרײַנגעזאַפּט אין זיך, און די קאָלירן זײַנען אויפֿן גוף נאָך לעבעדיקער און שענער געוואָרן.

די קלײנע קינדער האָבן געשפּילט מיט זײערע צאַצקעס, מירעלע בײַ אַ בילדער־רעטעניש, און לײזערקע מיט די עלטערן זײַנען זאַלבע־דריט געזעסן און געלײענט. פֿאַרבן־פֿלאַטערל האָט צעעפֿנט דאָס אויג און נאָכגעקוקט.

ווען עס איז שוין געווען צײַט צו עסן מיטאָג, האָט די מאַמע אַלעמען צוגערופֿן צום טיש, און אַפֿילו געמאַכט אָרט פֿאַר זײער אויסטערלישן גאַסט. די מאַמע האָט צוערשט אויסגעשטעלט אַ וועגעטאַרישן טשאָלנט. עס האָט געהאַט אַ געשמאַקן ריח.

דער גאַסט, פֿאַרבן־פֿלאַטערל, האָט זיך אַ נײג געטאָן נאָענט צום מאכל. עס האָט אין דעם געפֿונען עפּעס אַ נײַגער, עפּעס אַן אינטערעס.

ווי אַ קוריאָז האָט די מאַמע עס צוגעשטעלט אַ לעפֿעלע טשאָלנט עס זאָל פֿון דעם טועם זײַן. עס האָט דאָס אויפֿגעכאַפּט אין אַ מאָמענט און געגעבן צו פֿאַרשטײן, אַז עס וויל נאָך. האָט די מאַמע עס געגעבן נאָך אַ קלײנע פּאָרציע, וואָס איז אויך גיך אַרײַנגעצויגן געוואָרן אין דעם מאָדנעם גוף.

נאָר פּלוצעם, האָט עס אַ גרויסן ציטער געטאָן און אַלע קאָלירן האָבן זיך אויסגעלאָשן און אויפֿן אָרט האָט עס אָנגעהויבן בלישטשען געל־גרין, געל־גרין, און עס איז צוגעפֿלויגן צום גרויסן פֿענצטער פֿון סאַלאָן.

„אוי ווײ! אפֿשר האָב איך עס, חלילה פֿאַרסמט,“ האָט די מאַמע זיך שטאַרק געזאָרגט.

„נײן, מאַמעשי, ס’איז נישט דאָס,“ האָט מירעלע געזאָגט ווען זי איז צום פֿענצטער צוגעלאָפֿן. „קומט זעט,“ און זי האָט דערבײַ ברײט צעעפֿנט די פֿאָרהאַנגען, און דערנאָך דעם פֿענצטער.

„פֿלי, פֿאַרבן־פֿלאַטערל, פֿלי!“ האָט מירעלע עס געמוטיקט.

פֿאַרבן־פֿלאַטערל איז אַרויפֿגעפֿלויגן צום הימל. אַלע זײַנען צוגעלאָפֿן אַ קוק טאָן. גאָר אויבן, איז געפֿלויגן אַ ריזיק גרויסע פֿאַרבן־פֿלאַטערל וואָס האָט אויך געבלישטשעט געל־גרין־געל־גרין, און זײ זײַנען בײדע, אין אײן אויגנבליק, אָפּגעפֿלויגן און פֿאַרשוווּנדן.

„צי וועט פּי’קע צוריקקומען?“ האָט הירשעלע, אַן אומעטיקער, געפֿרעגט.

„זאָרג זיך נישט. פֿאַרבן־פֿלאַטערל וועט זיכער צוריקקומען…עס האָט דאָך פֿאַרזוכט דער מאַמעס טשאָלנט…“ האָט מירעלע אים געטרייסט, און אַלע האָבן זיך צעלאַכט.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version