Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דער כּישוף פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקיס קינדערלידער — אויף ענגלישThe magic of Kadya Molodowsky’s children’s poetry – now in English

יאירה זינגערס איבערזעצונגען כאַפּן אויף דעם ריטעם און גײַסט פֿון די ייִדישע לידער.

לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש

ס׳איז לעצטנס אַרויס אַ צוויי־שפּראַכיקע אויפֿלאַגע פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקיס קינדערלידער, „וווּ די וועלט האָט נאָר אַן עק“ מיט ענגלישע איבערזעצונגען פֿון יאירה זינגער. כאָטש דאָס ביכל איז ערשט לעצטנס אָנגעקומען צו מיר דורך דער פּאָסט און מע האָט די איבערזעצונגען פֿריִער ניט געהאַט געדרוקט, בין איך שוין אַ יאָרצענדליק אַ גרויסע אָנהענגער פֿון זיי. דעם אמת געזאָגט, האָבן זינגערס איבערזעצונגען פֿון מאָלאָדאָווסקיס קינדערלידער אַפֿילו געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף מײַן צוגאַנג צו דער איבערזעצערײַ בכלל.    

ווי אַ סטודענט האָט זיך מיר געדוכט, אַז ס׳איז אוממעגלעך איבערצוזעצן קינדערלידער ווי געהעריק. אַזוי האָב איך טאַקע געזאָגט איינעם פֿון מײַנע פּראָפֿעסאָרן ווען זי האָט מיר פֿאָרגעלייגט, איך זאָל איבערזעצן אַ מעקסיקאַנער קינדערליד אויף ענגליש און פּרובירן צו האַלטן דערבײַ דעם גראַם און ריטעם פֿונעם אָריגינאַל. הערנדיק מײַן פּראָטעסט האָט זי זיך צעלאַכט און געזאָגט, אַז איך בין צום טייל גערעכט, ווײַל „פּערפֿעקט קען מען ניט איבערזעצן קיין קינדערליד, אָבער ׳כּמעט פּערפֿעקט׳ קען מען יאָ.“

דאָס איז געווען אין פֿרילינג 2010. מיט אַ חודש צוויי שפּעטער האָב איך געהערט פּונקט אַזאַ „כּמעט פּערפֿעקטע“ איבערזעצונג פֿון אַ קינדערליד, ניט פֿון שפּאַניש אויף ענגליש, נאָר דווקא פֿון ייִדיש אויף ענגליש. איך מיט אַ פּאָר אַנדערע יוגנטרופֿניקעס האָבן געהאַט אָרגאַניזירט אַן אָוונט געווידמעט דער ייִדישער פּאָעזיע אין מאַנהעטן. צווישן די וואָס זענען געקומען פֿאָרלייענען איז געווען יאירה זינגער, וואָס איז אויפֿגעטראָטן מיט איר ענגלישן נוסח פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקיס „אַ מאַנטל פֿון אַ טונקעלן געוואַנטל“, וואָס האָט געהאַט דער זעלביקער ריטעם, גראַם, און חן, ווי דער ייִדישער אָריגינאַל. איך בין געווען דערשטוינט. אין איר איבערזעצונג האָט דאָס ליד מיך פֿאַרכּישופֿט פּונקט אַזוי פֿיל, ווי ווען איך האָב עס לכתּחילה געהאַט געהערט אויף ייִדיש אין ווילנע אין 2008, ווען פֿאַניע בראַנצאָווסקי, די ביבליאָטעקאַרין פֿונעם אָרטיקן ייִדישן אינסטיטוט, האָט עס פֿאָרגעלייענט פֿאַר די סטודענטן אין דער זומער־פּראָגראַם.

מיט וואָס צייכענען זיך אויס זינגערס איבערזעצונגען? ווי אַלע גוטע איבערזעצער פֿון קינדערלידער ווייסט זי, אַז דער גײַסט פֿונעם ליד ליגט אינעם ריטעם און גראַם, און ניט אינעם פּינקטלעכן באַטײַט פֿונעם אָריגינאַל. להיפּוך צו אַן איבערזעצונג פֿון אַן עסיי צי אַ דערציילונג, איז דער עיקר ניט איבערצוגעבן וואָס די ווערטער מיינען, נאָר וואָס זיי סימבאָליזירן אינעם קאָנטעקסט פֿונעם ליד. ניט סתּם איבערזעצן שורותווײַז, נאָר ממש אָנשרײַבן אַ צווייט ליד פֿונדאָסנײַ; דאָס הייסט, שאַפֿן אַ גילגול פֿונעם ערשטן, נאָר מיט ווערטער, וואָס זענען דעם אָריגינעלן פּאָעט פֿרעמד. די שוועריקייט ליגט אין דעם, וואָס די שפּראַך פֿונעם פּאָעט איז דער געבוי פֿונעם גאַנצן ליד. הייסט עס אַז דער איבערזעצער דאַרף דינען סײַ ווי אַ פּאָעט וואָס שאַפֿט אַ צווייט ליד, סײַ ווי אַ דיפּלאָמאַט, וואָס „פֿאַרהאַנדלט“ מיטן לשון פֿונעם ערשטן פּאָעט, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז דאָס צווייטע ליד זאָל זײַן געראָטן אינעם ערשטן.  

פּונקט אַזאַ פּאָעטישע דיפּלאָמאַטיע זעט מען, למשל, אין אָט דער סטראָפֿע פֿון „אַ מאַנטל פֿון אַ טונקעלן געוואַנטל“:

”כ׳האָב פֿון אים דעם רעכטן לאַץ
אָפּגעשענקט דער שוואַרצער קאַץ
און דערנאָך דעם לינקן לאַץ
אָפּגעשענקט דער ווײַסער קאַץ
און די רעשטע, לאָך אויף לאָך,
וועט אָנקומען די צווייטע וואָך.“

I tore the right sleeve with delight
And fed it to the cat that’s white.
The left sleeve came off with a whack,
Got eaten by the cat that’s black.
I gave remaining shabby scraps
To two stray dogs and seven rats.’’

כאָטש די איבערזעצונג רעדט ניט פֿון קיין לאַץ, נאָר אַן אַרבל, און דער ייִדישער טעקסט דערמאָנט בכלל ניט קיין ראַצן, הערט מען אין זינגערס ענגלישן נוסח דעם גײַסט פֿון מאָלאָדאָווסקיס ייִדישן אָריגינאַל. אַפֿילו דאָס וואָרט rats שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אַקוסטישער ווידערקלאַנג פֿונעם ייִדישן לאַץ.

בײַם הערן יאירה זינגערס איבערזעצונג מיט צען יאָר צוריק האָב איך פֿאַרשטאַנען אַז דער סוד פֿון איבערזעצן ליטעראַטור איז ניט סתּם נאָכצומאַכן דעם אָריגינאַל, נאָר צו שאַפֿן עפּעס נײַס. און דאָס האָט ממש געביטן מײַן גאַנצן צוגאַנג צו דער ליטעראַרישער איבערזעצערײַ. פֿאַרשטאַנען האָב איך אויך, אַז קיין קינדערלידער וועל איך קיינמאָל ניט איבערזעצן, ווײַל כּדי דאָס צו טאָן, מוז מען טאַקע האָבן אַן אײַנגעבוירענעם טאַלאַנט צו דעם.

אין איר הקדמה צו דער נײַער אויפֿלאַגע, דערקלערט זינגער אַז בײַם פֿאָרלייענען מאָלאָדאָווסקיס לידער צו אירע קינדער אויף ייִדיש, האָט זי באַדויערט, וואָס ס׳רובֿ ייִדישע משפּחות האָבן ניט קיין צוטריט צו זיי. דורך די לידער, שרײַבט זינגער, ווערט אויפֿגעלעבט די ייִדיש־רעדנדיקע וועלט פֿון מיזרח־אייראָפּע, צוזאַמען מיט איר הומאָר, איראָניע און ייִדישקייט.  

אַ דאַנק אירע פּרעכטיקע איבערזעצונגען, וועלן אַ סך מער משפּחות קענען געניסן פֿון די לידער, וואָס מאָלאָדאָווסקי האָט אַליין ניט אָנגערופֿן לידער, נאָר „מעשׂהלעך אין גראַמען“. דורך זיי וועלן די ענגלישע לייענער זיך באַקענען ניט בלויז מיט „אָלקע מיט איר בלויער פּאַראָסאָלקע“ און דער „דאַמע מיטן הינטל“, נאָר מיטן גײַסט פֿון די מירזח־אייראָפּעיִשע ייִדישע קינדער, וואָס האָבן די דאָזיקע לידער געלייענט און ליב געהאַט.

Dive In

    Explore

    Most Popular

    In Case You Missed It

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.