Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פֿילם: עקדת־איציקFilm: The Binding of Itzik

אלי ראָזען שפּילט אַ מיטל־יעריקער ייִד וואָס ווערט פּלוצלינג אַרײַנגעצויגן אין אַ לײַדנשאַפֿטלעכער ליבע־אינטריגע אָנלײַן.

גלײַך בײַם אָנהייב פֿונעם נײַעם קורצן פֿילם, „עקדת־איציק‟, וואָס ווערט איצט געוויזן אויף דער וועבזײַט פֿונעם יאָנקערס־קינאָ־פֿעסטיוואַל און האָט שוין געוווּנען אַ פּרעמיע בײַם בערלינער אונטערערדישן קינאָ־פֿעסטיוואַל, דערזעט מען גלײַך אַז די רעזשיסאָרין, אַניקאַ בענקאָוו, דעקט דאָ אַ טעמע וואָס ווערט ווייניק באַרירט אין דער פּאָפּולערער אַמעריקאַנער קולטור.

בשעת מע הערט רויִקע פּיאַנע־מוזיק אין הינטערגרונט, זעט מען ווי עמעצער זוכט אויף דער אינטערנעץ געוויסע מאַטעריאַלן וואָס מע ניצט אויף אײַנצובינדן ביכער. די ערשטע צוויי זאַכן וואָס באַווײַזן זיך אויפֿן עקראַן זענען „פּלאַסטישע אײַנבינד־רוקנס‟ און „אײַנבינד־מאַשינען‟, פּונקט ווי מע וואָלט זיך געריכט ווען מע זוכט אַזאַ טעמע. פּלוצלינג אָבער באַווײַזט זיך אַ מעלדונג פֿונעם אָנלײַן־מאַרק „קרעגסליסט‟ מיט די שאָקירנדיקע ווערטער: „לעקציעס ווי אַזוי אײַנצובינדן הכנעהדיקע פֿרויען‟, באַגלייט מיט אַ בילד פֿון אַ געבונדענער שטריק. די האַנט פֿונעם אומבאַקאַנטן אינטערנעץ־זוכער שטעלט זיך אָפּ, גיבנדיק דערבײַ דעם אײַנדרוק אַז אָט־אָט וועט ער קוועטשן מיטן מײַזל צו „עפֿענען‟ יענע מעלדונג אָבער דערנאָך נעמט ער זוכן ווײַטער.

די אָ סצענע איז אַ געלונגענער רמז אויף דעם וואָס ס׳וועט אין גיכן פֿאָרקומען אין דעם הומאָריסטישן, און דאָך רירנדיקן 17־מינוטיקן פֿילם.

איציק, אַ נישט־חתונה געהאַטער חסידישער אײַנבינדער, געשפּילט פֿון אלי ראָזען (וועלכער האָט אויך געשפּילט דער רבֿ אין דער „נעטפֿליקס‟־מיני־סעריע Unorthodox, וווינט מיט זײַן שוועסטער רחלס משפּחה און שטעלט זיך נישט קעגן ווען רחל (מלכּי גאָלדמאַן) פּרוּווט אים צונויפֿשדכענען מיט אַ באַקאַנטער אירער, אָבער ס׳איז קלאָר אַז זײַן קאָפּ איז נישט דערבײַ. אין דער קומעדיקער סצענע זעט מען ווי איציק ענטפֿערט טאַקע יאָ אויף יענער „קרעגסליסט‟־מעלדונג. אַזוי הייבט זיך אָן אַ קאָרעספּאָנדענץ צווישן איציקן און דעם שרײַבער פֿון דער מעלדונג — אַ מאַן וואָס זוכט אַן אונטערטעניקע פֿרוי כּדי אויסצושפּילן אַ סאַדאָמאַזאָכיסטישע באַציִונג אָנלײַן. איציק זאָגט נישט אויס אַז ער איז אַ מאַן און אַזוי צעבליט זיך אַ לײַדנשאַפֿטלעכער בריוון־אויסטויש צווישן איציקן און דעם שרײַבער פֿון דער מעלדונג, וואָס רופֿט זיך „פֿליישמײַסטער 500‟. אַוודאי ווייסט דער „דאָמינאַטאָר‟ בכלל נישט אַז זײַן ווירטועלע „געליבטע‟ איז אַ מאַן; פֿאַרקערט, ער מיינט אַז ער האָט דווקא געפֿונען פּונקט דעם סאָרט נקבֿה וואָס ער זוכט.

דער רעזולטאַט איז אַ געראָטענער — און קאָמישער — פֿילם וואָס שילדערט נישט בלויז אַ הײַנטצײַטיק „דריידל‟ פֿון פֿאַלשע און פֿאַרפֿירערישע אידענטיטעטן, נאָר אויך דעם קאָנטראַסט צווישן איציקס כּלומרשטיקן אײַנגעהאַלטענעם לעבן־שטייגער פֿון איין זײַט, מיט דער ווילד אומבאַהערשטער אינטימקייט פֿון די צוויי „געליבטע‟, פֿון דער צווייטער.

ווען „פֿליישמײַסטער 500‟ פֿרעגט, סוף־כּל־סוף, זײַן „פֿאַנטאַזיע־פּאַרטנער‟ ווי „זי‟ הייסט, ענטפֿערט איציק „סערענאַ‟ — אַ ווערטערשפּיל מיטן וואָרט serene, וואָס מיינט רויִק, שלווהדיק. בענקאָוו ווינקט דאָ צו אונדז אַז דער רויִקער אייבערפֿלאַך וואָס איציק ווײַזט פֿאַר דער וועלט איז אַליין פֿאַרפֿירעריש, און דאָס איז פֿאַרשטענדלעך אויב איציק וויל נישט באַקומען קיין שלעכטן שם. אין דעם פֿילם זעען מיר נישט בלויז ווי סענסיטיוו ראָזען קען שפּילן אַ דראַמאַטישע ראָלע, אָבער אויך זײַן סובטילע פֿעיִקייט צו שפּילן קאָמעדיע.

דער טיטל פֿונעם פֿילם, „דאָס אײַנבינדן איציק‟, פֿאַררופֿט זיך אַוודאי צום פּרק אין ספֿר בראשית ווען גאָט הייסט אַבֿרהם אָבֿינו מקריבֿ צו זײַן זײַן זון, יצחק, ווי אַ סימן פֿון אַבֿרהמס געטרײַשאַפֿט צום אייבערשטן. ווי נאָר אַבֿרהם הייבט אָבער אויף דאָס מעסער, שיקט גאָט גלײַך צו אַ מלאך וואָס הייסט אים נישט מקריבֿ זײַן זײַן יצחקן, זאָגנדיק: „איצט ווייס איך אַז דו האָרכסט הקודש ברוך הוא.‟ אַנשטאָט צו ברענגען יצחקן ווי אַ קרבן איז אַבֿרהם מקריבֿ אַ שאָף.

הגם חז״ל האָבן געטענהט אַז אַבֿרהם אָבֿינו האָט זיכער פֿאַרשטאַנען אַז גאָט האָט קיין מאָל נישט בדעה געהאַט אַז אַבֿרהם זאָל שעכטן זײַן זון, ציט בענקאָוו, אַ פּנים, יאָ אַ פֿאַרבינדונג צווישן דעם תּנכישן בילד פֿון יצחק געבונדן אויפֿן מזבח און די סעקסועלע אימאַזשן וואָס בושעווען בײַ איציקן אין קאָפּ, בעת ער שפּילט אויס די ראָלע פֿון אַ פֿרוי באַהערשט פֿון איר געליבטן.

די „אַפּיקורסישע‟ צונויפֿבינדונג פֿון דער חומש־מעשׂה מיט איציקס פֿאַנטאַזיעס ווערט נאָך קלאָרער, דורך דעם וואָס במשך פֿונעם גאַנצן בליצבריוו־אויסטויש צווישן איציק און זײַן „באַהערשער‟, קען איציק אים בכלל נישט זען אָדער הערן, פּונקט ווי אַ מענטש וואָס דאַוונט קען נישט זען אָדער הערן דעם אייבערשטן, נאָר דאַרף זיך אַליין אויסמאָלן ווי גאָט „זעט אויס און קלינגט‟. בענקאָוו לאָזט אונדז, דעם עולם, אָבער יאָ הערן דאָס קול פֿונעם „פֿליישמײַסטער 500‟: אַ סאַמעטענע באַסאָווע שטים ענלעך צו „גאָטס קול‟ אינעם האָליוווּד־פֿילם, „די צען געבאָט‟.

הגם „פֿליישמײַסטער 500‟ שפּילט זײַן ראָלע אין דער פֿאַנטאַזיע מיט אַ קאַלטבלוטיקער שטרענגקייט, ווי מע וואָלט זיך געריכט אין אַזאַ באַציִונג, זעען מיר אָבער אויך אַ געוויסע סענסיטיווקייט בײַ אים. ווען איציק הערט פּלוצלינג אויף אים צו שרײַבן, באַקומט ער אַזאַ בריוול פֿון זײַן „באַהערשער‟: „ליבע סערענאַ, האָב איך אפֿשר געטאָן עפּעס נישט ריכטיקס? זײַ מיר מוחל, אויב יאָ. כ׳האָף אַז דו האָסט נישט קיין פֿאַראיבל אויף מיר.‟

כ’וועל אײַך נישט אויסזאָגן דעם סוף פֿונעם פֿילם, נאָר בלויז אַז די צוויי „געליבטע‟ באַשליסן, סוף־כּל־סוף, זיך צו טרעפֿן פּנים־אל־פּנים — און יענע לעצטע סצענע איז טאַקע איינע פֿון די בעסטע פֿונעם גאַנצן פֿילם.

צו זען דעם פֿילם אָנלײַן, גיט אַ קוועטש דאָ

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.