Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ריכאַרד װאַגנער װי אַ „ייִדישע פּראָבלעם‟Richard Wagner as a “Jewish problem”

ריכאַרד װאַגנערס װערק זײַנען הײַנט טריף־פּסול אין ישׂראל, אָבער זײַן אָפּערע „טאַנהױזער‟ האָט באַגײַסטערט טעאָדאָר הערצל און י. ל. פּרץ.

.

יעדעס מאָל וואָס מען פּרוּװט שפּילן ריכאַרד װאַגנערס מוזיק אין ישׂראל, ברעכט אויס אַ סקאַנדאַל. עמעצער אינעם עולם פּראָטעסטירט, אַז װאַגנער איז געװען אַ פֿאַרביסענער אַנטיסעמיט און זײַן מוזיק איז געװען באַליבט צװישן די נאַציסטן, װאָס האָבן זי געלאָזט שפּילן אין די טױטלאַגערן בעת זײ האָבן אומגעבראַכט ייִדן, און צו שפּילן אַזאַ מוזיק אין דער ייִדישער מדינה איז אַ חרפּה און אַ בושה. װאַגנער איז טאַקע יאָ געװען אַ שׂונא־ישׂראל, און היטלער האָט יאָ ליב געהאַט זײַן מוזיק, כאָטש עס איז אַ ספֿק אַז דװקא װאַגנער איז געװען ספּעציעל פּאָפּולער צװישן די „עס־עס‟־וועכטער אין די טױטלאַגערן. אָבער באַשולדיקונגען פֿון אַזאַ מין קען מען יאָ מאַכן קעגן אַנדערע דײַטשישע קאָמפּאָזיטאָרן, װי למשל בעטהאָװען. ער האָט אַ פּנים אױך ניט ליב געהאַט ייִדן און זײַן מוזיק איז געװען אפֿשר נאָך מער פּאָפּולער אינעם „דריטן רײַך‟ אײדער װאַגנערס.

איז דען װאַגנער שולדיק װאָס די נאַציסטן האָבן ליב געהאַט זײַן מוזיק? בעת זײַן לעבן איז ער דװקא געװען אַ קעגנער פֿונעם דײַטשישן נאַציאָנאַליזם. זײַן שׂינאה צו ייִדן האָט געהאַט פּערזענלעכע מאָטיװן. ער האָט מקנא געװען די קאָמפּאָזיטאָרן פֿונעם ייִדישן אָפּשטאַם, פֿעליקס מענדעלסאָן און דזשאַקאָמאָ מײערבעער, װאָס זײַנען לשעתו געװען מער פּאָפּולער אײדער ער. אין זײַן עסײ „ייִדנטום און די מוזיק‟ האָט װאַגנער אױסגעלײגט אַ טעאָריע, װאָס איז געװאָרן פּאָפּולער צװישן מאָדערנע אַנטיסעמיטן, אַז ייִדן זײַנען בטבֿע ניט שעפֿעריש און זײער טעטיקײט איז שעדלעך פֿאַר אַנדערע פֿעלקער און קולטורן. נאָך מער אַנטיסעמיטיש איז געװען זײַן פֿרױ קאָזימאַ, װאָס איז געװאָרן די היטערין פֿון װאַגנערס מוזיקאַלישן עזבֿון נאָך זײַן טױט.

װאַגנערס מוזיק האָט געהאַט אַ שטאַרקע השפּעה אױף דער מאָדערנער קולטור איבער דער גאַנצער װעלט. דאָס נײַע בוך „װאַגנעריזם‟ פֿון אַלעקס ראָס דערצײלט, װי אַזױ די ביז גאָר פֿאַרשײדענע קולטורן אין אײראָפּע, אַמעריקע און אַזיע האָבן צוגעאײגענט װאַגנערס רײַכע און סתּירותדיקע ירושה. ניט געקוקט אױף װאַגנערס אױסגעשפּראָכענעם אַנטיסעמיטיזם האָט זײַן מוזיק געהאַט אַ סך ייִדישע ליבהאָבער. אײנער פֿון די ערשטע דיריגענטן פֿון דער אָפּערע „פּאַרסיפֿאַל‟ איז געװען דער קאַפּעל־מײַסטער פֿון דער באַװאַרישער חױף־אָפּערע, הערמאַן לוי. לכתּחילה האָט װאַגנער געפֿאָדערט, אַז לוי זאָל זיך שמדן אײדער מען װעט אים דערלאָזן צו דיריגירן די אָפּערע, װאָס װאַגנער האָט געהאַלטן פֿאַרן סאַמע „קריסטלעכן‟ צװישן זײַנע װערק. לוי האָט זיך אָפּגעזאָגט צו שמדן, און װאַגנער האָט געמוזט זיך אונטערגעבן, װײַל אַזאַ איז געװען דער באַשלוס פֿונעם באַװאַרישן קעניג. דערנאָך האָט לוי דיריגירט „פּאַרסיפֿאַל‟ אַ סך מאָל, און װען זײַן פֿרומער פֿאָטער האָט באַזוכט זײַנע פֿאָרשטעלונגען, האָט ער באַשטעלט פֿאַר אים אַ כּשרע װעטשערע. אַ צאָל אַנדערע ייִדישע מוזיקער און אימפּרעסאַריאָס האָבן אױך מיטגעאַרבעט מיט װאַגנערן.

װאַגנער האָט אױך געהאַט זײַנע קריטיקער בײַ יענע ייִדן, װאָס האָבן באַשולדיקט זײַנע ייִדישע אָנהענגער אין „זעלבסט־שׂינאה‟. װאַגנערס פּערזענלעכקײט און זײַן מוזיק האָבן גורם געװען ביטערע קאָנפֿליקטן ניט נאָר צװישן ייִדן. נאָך דער מפּלה פֿון פֿראַנקרײַך אין דער מלחמה מיט דײַטשלאַנד אין 1871 האָבן די פּרוּװן צו שפּילן װאַגנערס מוזיק אין פּאַריז אַרױסגערופֿן סקאַנדאַלן פּונקט אַזױ װי הײַנט אין ישׂראל. אין װין האָט דער עולם אין 1861 חוזק געמאַכט פֿון װאַגנערס אָפּערע „טאַנהױזער‟ װײַל זי האָט זיך ניט צוגאַפּאַסט צום פּאָפּולערן געשמאַק פֿון יענער צײַט.

אָבער אין די 1890ער איז די שטימונג געװען אַנדערש. אײנער פֿון די סאַמע הײסע ליבהאָבער פֿון װאַגנערס מוזיק איז געװען דער װינער זשורנאַליסט טעאָדאָר הערצל. דאָס איז געװען די צײַט װען הערצל האָט זיך גענומען שרײַבן זײַן בוך „די ייִדישע מלוכה‟. ער האָט זיך שפּעטער דערמאָנט: „איך פֿלעג אַרבעטן איבער דעם בוך יעדן טאָג ביז איך בין אױסגעשעפּט געװאָרן. מײַן אײנציקער אָפּרו בײַ נאַכט איז געװען װאַגנערס מוזיק, בפֿרט ‘טאַנױזער’. איך פֿלעג באַזוכן יעדע פֿאָרשטעלונג פֿון דער אָפּערע. און בלױז אין יענע אָװנטן װען מען האָט ניט געשפּילט די דאָזיקע אָפּערע האָב איך געהאַט ספֿקות װעגן מײַנע אידעען.‟ אַזױ אַרום קען מען זאָגן, אַז װאַגנער האָט בײַגעטראָגן צו דעם אױפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל.

אַלעקס ראָס דערװײַזט, אַז אַזאַ התפּעלות מיט װאַגנערן איז געװען אַ גאַנץ פֿאַרשפּרײטער פֿענאָמען בײַ די דענקער פֿון נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן. אַזױ למשל האָט װאַגנער באַגײַסטערט דעם באַװוּסטן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער כּלל־טוער װיליאַם אי. בי. דיו בױז: „פּונקט אַזױ װי הערצל האָט זיך פֿאַרלאָזט אױף ‘טאַנהױזער’ כּדי צו פֿאַרשטאַרקן זײַן ציוניסטישן חלום, האָט דיו בױז גענומען װאַגנערס מיטאָס פֿאַר אַ מוסטער פֿאַר אַ נײַעם העראָיִשן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער גײַסט, װאָס װעט ניצן זײַנע אײגענע לעגענדעס.‟

„װאַגנעריזם‟ איז ממש אַן ענציקלאָפּעדישער איבערזיכט פֿון כּלערלײ השפּעות און גילגולים פֿון װאַגנערס װערק אין דער אַלװעלטלעכער קולטור. און דאָך איז דאָ אײן בלױז: די ייִדישע ליטעראַטור. ראָס דערמאָנט יאָ, אַז נאָך דער פֿאָרשטעלונג פֿון „פּאַרסיפֿאַל‟ אין דער מעטראָפּאָליטען־אָפּערע אין ניו־יאָרק האָט באָריס טאָמאַשעפֿסקי אױפֿגעפֿירט אַ ייִדישן נוסח פֿון דער אָפּערע אינעם „פֿאָלקס־טעאַטער‟. קײן דערפֿאָלג איז דאָס ניט געװען. מען האָט קריטיקירט סײַ דעם אָרקעסטער סײַ די ייִדישע איבערזעצונג. אָבער ראָס דערמאָנט ניט די מער װיכטיקע ייִדישע אַדאַפּטאַציע פֿון װאַגנער. װי עס האָט דערװיזן פּראָפֿעסאָר לאה גאַרעט, האָט דער „טאַנהױזער‟ באַקומען אַ ייִדישן גילגול אין י. ל. פּרצעס מעשׂה „מסירת־נפֿש‟. גאַרעט שרײַבט: „פּרץ האָט גענומען דעם ‘טאַנהױזער’ און אים איבערגעאַנדערשט אין אַ לױבגעזאַנג פֿאַרן ייִדישן לעבן און לערנען.‟

דער העברעיִשער זשורנאַליסט און ציוניסטישער כּלל־טוער נחום סאָקאָלאָװ דערמאָנט זיך, אַז ער האָט זיך אַ מאָל געטראָפֿן מיט פּרצן אינעם װאַרשעװער אָפּערע־טעאַטער װען מען האָט דאָרט געשפּליט װאַגנערס „טאַנהױזער‟. גאַרעט אַנאַליזירט די ענלעכקײטן און די חילוקים צװישן װאַגנערס אָפּערע און פּרצעס מעשׂה און קומט צו אַן אױספֿיר: „פּרץ האָט גענומען די טיפּישע דײַטשישע מאָטיװן, װאָס דער אַנטיסעמיט װאַגנער האָט גענוצט פֿאַר זײַן װערק, און האָט פֿון זײ געשאַפֿן אַ בילד, װאָס האָט געװיזן װי אַזױ צו לעבן אַ גוט ייִדיש לעבן בשעת פּאָליטישע רדיפֿות. אַזױ אַרום האָט פּרץ געלערנט זײַנע לײענער, אַז אַ יעדער שטיק פֿון קולטור לאָזט זיך איבעראַנדערשן אין אַ פּאָזיטיװער װענדונג, װאָס מאַכט שטאַרקער דעם עולם.‟

דאָס ניט אַרײַננעמען פּרצעס ייִדישע אַדאַפּטאַציע פֿון „טאַנהױזער‟ אין אַזאַ אַרומנעמיקער שטודיע פֿון „װאַגנעריזם‟ איז אַ באַװײַז, װאָס אַפֿילו די קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור בלײַבן עד־היום אױף די װײַטע ראַנדן פֿונעם הײַנטיקן קולטורעלן האָריזאָנט. אַ שאָד וואָס װען מען דערמאָנט זיך צומאָל אָן דער ייִדישע קולטור, רעדט מען כּסדר װעגן כּלי־זמר און פּאָפּולערן טעאַטער, ניט װעגן דער קלאַסישער ייִדישער ליטעראַטור.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.