Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

נײַער ייִדיש־לאָבי אין דער כּנסת האָט זײַן ערשטע זיצונגNew Yiddish lobby at the Knesset has its first meeting

„ישׂראל דאַרף אָננעמען אַחריות פֿאַר ייִדיש ווי אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך, ווי מע טוט אין שוועדן,‟ זאָגט דער איניציאַטאָר, בער קאָטלערמאַן.

אַ גרופּע ייִדישע קולטור־טוער אין ישׂראל און אויסלאַנד האָבן די וואָך זיך געטראָפֿן מיט צוויי כּנסת־דעפּוטאַטן, טייל פֿון אַ נײַעם ייִדיש־לאָבי וואָס צילעוועט עפֿנטלעך אָנצונעמען מער אַחריות פֿאַר ייִדיש ווי אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך און במילא פֿאַרשטאַרקן די פּאָזיציע פֿון ייִדיש אין לאַנד.

דעם פּלאַן צו שאַפֿן אַ ייִדיש־לאָבי האָט איניציִיִרט ד״ר בער קאָטלערמאַן, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש־שטודיעס בײַם בר־אילן־אוניווערסיטעט. ער און אַ צווייטער באַקאַנטער קולטור־טוער, שמואל עצמון, דער גרינדער פֿון „ייִדישפּיל‟, האָבן דעם 3טן נאָוועמבער זיך געטראָפֿן אין אַ זאַל פֿון דער כּנסת מיט טלי פּלאָסקאָוו, אַ געוועזענע וויצע־ספּיקער, און עוזי דיין, אַ געוועזענער גענעראַל בײַ צה״ל און אַ פּלימעניק פֿונעם אַמאָליקן ישׂראלדיקן מיליטערישן פֿירער, משה דיין. סײַ פּלאָסקאָוו סײַ דיין האָבן ביידע באַמערקט אַז דאָס ייִדישע לשון איז זיי נאָענט צום האַרצן, ווײַל זיי געדענקען ווי טאַטע־מאַמע און זיידע־באָבע פֿלעגן עס רעדן.

„מײַנע עלטערן פֿלעגן שפּילן איציק מאַנגערס ליד, ׳די גאָלדענע פּאַווע׳,‟ האָט דיין דערציילט מיט אַ שמייכל. „אויף ייִדיש קלינגט עס אַזוי שיין: ׳אַ גאָלדענע פּאַווע און אַ נאַר אַזאַ׳, נאָר פּרוּוו דאָס איבערזעצן אויף עבֿרית: ׳ציפּור זהבֿ, איזה טיפּש!׳ וואָס פֿאַר אַ טעם האָט עס?‟

עטלעכע ייִדישיסטן פֿון אויסלאַנד האָבן, דורך „זום‟, זיך אויך באַטייליקט אין דער דיסקוסיע: דער דירעקטאָר פֿונעם אַרגענטינער ייִוואָ — ד״ר אַבֿרהם ליכטענבוים; זשאַן העסל, אַן עצה־געבער וועגן ייִדיש־ענינים בײַם שוועדישן שפּראַכראַט; פּראָפֿ׳ גלעד צוקערמאַן, אַ לינגוויסט אויפֿן געביט פֿון באַדראָטע שפּראַכן אין אַדעלייד־אוניווערסיטעט, אויסטראַליע, און איך, די שרײַבערין פֿון די שורות, ווי אַ פֿאָרשטייער פֿון די אַמעריקאַנער ייִדישיסטן.

אין זײַן באַגריסונג האָט קאָטלערמאַן דערקלערט אַז די ישׂראלדיקע מלוכה וואָלט געדאַרפֿט זיך נעמען אַ מוסטער פֿונעם אייראָפּעיִשן טשאַרטער פֿאַר רעגיאָנאַלע און מינאָריטעטן־שפּראַכן — אַן אָפּמאַך אונטערגעשריבן אין 1992 צו באַשיצן און פֿאַרשפּרייטן די מינאָריטעטן־שפּראַכן וואָס געהערן צו דער אייראָפּעיִשער געשיכטע. דער טשאַרטער, וואָס נעמט אַרײַן ייִדיש אויף זײַן רשימה פֿון אָנערקענטע מינאָריטעטן־שפּראַכן, איז שוין אָנגענומען געוואָרן אין האָלאַנד, רומעניע, פּוילן, באָסניע־הערצעגאָווינע און אין שוועדן, וואָס האָט געטאָן נאָך מער פֿון אַלע אַנדערע לענדער אונטערצושטיצן פּראָגראַמען פֿון ייִדיש ווי אַן אָפֿיציעלע מינאָריטעטן־שפּראַך פֿון לאַנד.

„מיין ציל איז, אַז ישׂראל זאָל נעמען אַחריות פֿאַר ייִדיש ווי אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך, ווי מע טוט אין שוועדן, אָבער אויך ווי אַ צענטער פֿאַר אַלע ייִדישיסטישע באַמיִונגען אין דער וועלט. הייסט עס, ריידן מער וועגן דער נויטווענדיקייט פֿון אַן אָפֿיציעלן סטאַטוס,‟ האָט קאָטלערמאַן צוגעגעבן.

זשאַן העסל האָט איבערגעגעבן פּינקטלעך וואָס די שוועדישע רעגירונג טוט הײַנט פֿאַר ייִדיש און די אַנדערע אָפֿיציעלע מינאָריטעטן־שפּראַכן — זי גיט פֿינאַנציעלע שטיצע און עצות, זי פּובליקירט רשימות ייִדישע ווערטער און זי גיט די מיטגלידער פֿון די אָפֿיציעלע מינאָריטעטן־שפּראַכן דאָס רעכט צו פֿאָדערן אַז מע זאָל לערנען זייערע קינדער זייער מוטערשפּראַך.

כּדי צו ווײַזן די חבֿרי־כּנסת ווי וויכטיק עס איז אונטערצושטיצן ייִדיש ווי אַן אָפֿיציעלע שפּראַך האָבן קאָטלערמאַן און עצמון אויסגעקליבן חיים חפֿרס רירנדיק קלאָגליד וועגן ייִדיש, „ביד הלשון‟ וואָס עצמון האָט פֿאָרגעלייענט אין יצחק לודענס ייִדישער איבערזעצונג. דאָס ליד הייבט זיך אָן מיט אַ באַשרײַבונג פֿון היטלערס אַכזריותדיקע אַקציעס אָבער ווערט דערנאָך פֿאַרוואַנדלט אין אַ ווייגעשריי קעגן גאָט און צום סוף, אַ ווידוי אין נאָמען פֿון די העברעיִסטן בזה הלשון:

„און מיר דאָ, וויפֿל האָבן מיר געחוזקט און וויפֿל אויסגעלאַכט,
וויפֿל האָבן מיר, צי ווילנדיק־נישט־ווילנדיק איר חן דערשטיקט און איר דאָס מויל פֿאַרמאַכט
און אין אונדזער פּוסטער גאווה און פֿאַרריסנקייט פֿון ׳סאַברישן׳ שניט
פֿאַרלאַנגט מען זאָל אַפֿילו די אָנדענק־לוחות שרײַבן אין עבֿרית…‟

עצמון האָט אויסגעדריקט זײַן פֿרייד וואָס נאָך די אַלע יאָרן זעט אויס אַז די כּנסת פֿאַראינטערעסירט זיך טאַקע אין אָננעמען אַחריות פֿאַר דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש. „אַז מע לעבט דערלעבט מען,‟ האָט ער געזאָגט.

אַבֿרהם ליכטענבוים האָט אויך געלויבט די כּנסת־דעפּוטאַטן פֿאַרן אונטערנעמען זיך אַזאַ לאַנג דערוואַרטע איניציאַטיוו און האָט מיט טרערן אין די אויגן פֿאַרענדיקט מיט אַ שהחיינו.

איך האָב געגעבן אַ קורצן באַריכט וועגן דעם, וויפֿל ס׳האָט זיך אין אַמעריקע ֿצעוואַקסן דער אינטערעס זיך צו לערנען ייִדיש, גיבנדיק ווי אַ משל די אַרבעטער־רינג־קלאַסן וואָס ציִען הײַנט צו כּמעט 1,000 סטודענטן אַ יאָר, און אויך די טעגלעכע פֿאָרווערטס־לעקציעס, Yiddish Word of the Day, וואָס דער עולם האָט, זינט דעם ערשטן קאַפּיטל אין אַפּריל, שוין געזען 350,000 מאָל. טאַקע צוליב דעם וואָס ייִדיש איז הײַנט אַזוי פּאָפּולער איז וויכטיק אַז די ישׂראלדיקע אינסטאַנצן זאָלן אונטערשטיצן ייִדיש־שפּראַכיקע איניציאַטיוון נישט בלויז אין ישׂראל, נאָר איבער דער וועלט.

נאָך דער זיצונג האָט עצמון באַמערקט אַז כאָטש אין ישׂראל איז טאַקע דאָ אַ מלוכישע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש, דינט עס בלויז די ישׂראלים און ער האַלט אַז אַן אינטערנאַציאָנאַלע אינסטאַנץ וואָלט געווען אַ סך מער עפֿעקטיוו.

„יד־ושם דינט נישט נאָר די אײַנוווינער פֿון ישׂראל, נאָר מענטשן אומעטום,‟ האָט עצמון געזאָגט. „אַ ישׂראלדיקע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש דאַרף זײַן ווי דער יד־ושם פֿון ייִדישער ליטעראַטור איבער דער וועלט.‟

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.