דאָס בוך וועגן מין אין ייִדישער ליטעראַטור דיסקוטירט סײַ פֿרוייִשקייט סײַ מענערישקייטThis book about gender in Yiddish literature discusses both femininity and masculinity
דער צוגאַנג פֿון מענער שרײַבער צו פֿרױען איז געװען פֿאַרבונדן מיט זייער פֿאַרשטאַנד פֿון מענערישקייט בעת די ראָלעס פֿון די מינים האָבן זיך געביטן
„היסטאָריש גערעדט, קען מען טענהן אַז דער חילוק צװישן די מינים איז בולטער אין ייִדיש װי אין אַלע אַנדערע אײראָפּעיִשע שפּראַכן.‟
אַזױ הײבט אָן זײַן אַרײַנפֿיר מיכאל קרוטיקאָװ, אײנער פֿון די רעדאַקטאָרן פֿונעם נײַעם בוך, „פֿרױען, מענער און ביכער ־ דער ענין מין אין דער ייִדיש־שפּראַכיקער װעלט‟. אַ זאַמלונג פֿון פֿאַרשידענע אַרטיקלען, שטעלט דאָס בוך פֿאָר די נײַסטע פֿאָרשונגען װעגן דער טעמע פֿון מין אין דער ייִדישער קולטור. אַז מע לייענט איבער די אַלע אַרטיקלען אינעם בוך, באַקומט זיך אַ בילד װאָס איז אַ סך קאָמפּליצירטער פֿון דעם אָנגענומענעם באַגריף פֿון ייִדיש װי אַ „ווײַבערישע” שפּראַך, פֿאַרבונדן מיט אַ קולטור אין װעלכער די ראָלעס פֿון מענער און פֿרױען זענען זייער אַנדערש.
דאָס בוך הײבט זיך אָן מיט אַרנאַוד ביקאַרדס באַהאַנדלונג פֿון אַ פֿאַרזעענער אַלט־ייִדישער פּאָעמע, װאָס געפֿינט זיך אין אַ לאַנגן טעקסט פֿונעם 16טן יאָרהונדערט אונטערן טיטל „סדר נשים‟. דער ערשטער טײל פֿונעם כּתבֿ־יד באַשטײט פֿון אַ טראַדיציאָנעלן „װעגװײַזער‟ פֿאַר פֿרומע פֿרױען — אַ כאַראַקטעריסטישער זשאַנער פֿון יענער תּקופֿה. דער צװײטער טײל פֿונעם טעקסט, וווּ עס געפֿינט זיך די פּאָעמע, איז ביז איצט אויך באַטראַכט געװאָרן װי אַ טײל פֿונעם זעלבן פּאָפּולעאַרן מוסר־זשאַנער. ביקאַרד טענהט אָבער טענהט אַז די פּאָעמע איז פֿאַקטיש אַ באַזונדער ווערק אין גאַנצן. דאָס ליד, האַלט ער, איז אָנגעשריבן געוואָרן פֿונעם באַקאַנטן דיכטער אליהו בחור, און איז אין תּוך אַ סאַטיריש ווערק, װאָס מע קען בעסער פֿאַרשטײן אינעם קאָנטעקסט פֿון דער ברייטער אייראָפּעיִשער ליטעראַטור פֿון יענע צײַטן, איידער אַ טראַדיציאָנעל מוסר־ווערק פֿאַר פֿרויען.
דורכן באַטאָנען דעם סאַטירישן, שפּילעװדיקן און אַ מאָל אַפֿילו גרעבלעכן און פֿרויענפֿײַנדישן כאַראַקטער פֿון דער פּאָעמע, װײַזט ביקאַרד אַז אַפֿילו אינעם 16טן יאָרהונדערט איז דער אימאַזש פֿון דער ייִדישער פֿרוי ניט געװען קײן אײנצײַטיקער. די פּאָעמע לױבט פֿרױען װי די געבערינס פֿון לעבן און גלײַכצײַטיק מאַכט זי חוזק פֿון זײ און באַשרײַבט זי זײ װי זינדיקע באַשעפֿענישן װאָס פֿאַרפֿירן מאַנסבילן פֿונעם גלײַכן וועג. אַזאַ סתּירה געפֿינט זיך אױך אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור. װאַלעטינאַ פֿעדשענקאָ און גענאַדי עסטרײַך, צום בײַשפּיל, װײַזן אין זײערע קאַפּיטלען װי יצחק באַשעוויס זינגער און דער באַקאַנטער שונד־שרײַבער שומר האָבן אין עטלעכע פֿון זײערע ווערק געקוקט אױף „מאָדערנע‟ פֿרױען מיט מורא און ביטול, שילדערנדיק עמאַנציפּירטע פֿרױען װי פֿיגורן װאָס באַדראָען דאָס טראַדיציאָנעלע ייִדישע לעבן. עסטרײַך, װאָס איז אױך אַ רעדאַקטאָר פֿונעם בוך, טענהט אַז דאָס אָנהאַלטן טראַדיציאָנעלע ראָלעס פֿון מין איז געװען כאַראַקטעריסטיש בײַ די ערשטע דורות מאָדערנע ייִדישע שרײַבער, אפֿילו בײַם „מאָדערנעם‟ שלום עליכם.
די זאַמלונג שײדט זיך אונטער פֿון פֿריִערדיקע שטודיעס װעגן מין אין דער ייִדישער ליטעראַטור מיט דעם װי זי נעמט אַרײַן װי אַ הױפּטטעמע ניט נאָר פֿרױען און פֿרױיִשקײט, נאָר אױך מענער און מענערישקײט. װי עסטרײַך און פֿעדשענקאָ מאַכן קלאָר, איז דער צוגאַנג פֿון מענער שרײַבערס צו פֿרױען געװען פֿאַרבונדן מיט דעם אופֿן װי זײ האָבן באַטראַכט זײער אײגענע מענערישע אידענטיטעט אין א צײַט װען די ראָלעס פֿון די מינים האָבן זיך געהאַלטן אין בײַטן.
בשעת די שרײַבער פֿון דער העברעיִשער, דער עיקר — ציוניסטישער ליטעראַטור, האָבן אָפֿט אָנגענומען נײַע באַגריפֿן פֿון מענערישקײט, האָבן ייִדישע מענער־שרײַבער אָפֿט געקוקט אױפֿן אידעאַל פֿונעם „מאָדערנעם מאַנצביל‟ מיט אומצוטרױ ־ עפּעס װאָס איז קלאָר אין יעקבֿ הערשקאָװיצעס פֿאַרגלײַך פֿון די העברעיִשע און ייִדישע נוסחאָות פֿון די העברעיִשע און ייִדישע ווערק פֿון אַהרן ראובֿני.
אין זײַן קאַפּיטל װעגן דער אַמעריקאַנער ליטעראַרישער גרופּע, „די יונגע‟, שרײַבט איתן קענסקי אַז, בעת דער ייִדישער מאַסן־אימיגראַציע קיין אַמעריקע, איז די אידעע פֿון דעם מאָדערנעם מאַנצביל אָפֿט פֿאַרבונדן געװאָרן מיטן ממש פֿאַרלירן די ייִדישע אידענטיטעט. װי פֿריִער דערמאָנט אין שײַכות מיט די ווערק פֿון באַשעוויס און שומר, האָבן געוויסע מענער־שרײַבערס צווישן „דיער יונגע‟ר גרופּער האָבן אָפֿט געשילדערט פֿרױען, בפֿרט אַמעריקאַנער פֿרויען, װי פֿיגורן וואָס פֿאַרפֿירן מענער אַראָפּ פֿונעם גלײַכן (טראַדיציאָנעלן) וועג, דורכן אַנטפּלעקן פֿאַר זיי די „יצר־הרע‟ פֿון מאָדערנקייט. דאָס אַסאָציִיִרן ווײַבערישקײט מיט אַסימילאַציע איז אױך אַ הױפּטטעמע בײַ רני מאַסעל אין איר קאַפּיטל װעגן מין, סעקסועליטעט און נאַציאָנאַליזם אין די ייִדישע און העברעיִשע ליטעראַרישע באַאַרבעטונגען פֿון דער לעגענדע פֿונעם פּױלישן מלך קאַזימיר און זײַן ייִדישער געליבטער, אסתּרקע.
פֿון דעסט װעגן, איז די פֿראַגע פֿון מענערישקײט אין דער ייִדישער ליטעראַטור, װי אױך די פֿון פֿרױיִשקײט, ניט קײן פּשוטע. װי סאַבין קאָלער װײַזט אין איר שטודיע פֿון דער פֿריִיקער פּאָעזיע פֿון דוד האָפֿשטײן, זענען אױך געװען שרײַבער װאָס האָבן געשאַפֿן מאָדערנע מענערישע טיפּןכאַראַקטערן אָפּהאַנדלונגען אױף ייִדיש. דאָס זעט מען אױך בײַ די ווערק פֿון יעקבֿ באָטאָשאַנסקי, דעם בעסעראַבער ייִדישן שרײַבער וואָס האָט זיך באַזעצט אין בוענאָס־אײַרעס, באַמערקט װיליאַם ראָניאַן. אין זײַנע ווערק זעט באָטאָשאַנסקי זיך אַליין ווי אַן עקספּעדיציאָנער אין אַ נײַ לאַנד און דערפֿאַר, צוליב דעם וואָס ער שרײַבט וועגן דעם אויף ייִדיש, פֿון אַ ייִדישן קוקווינקל, קען מען באַטראַכטן זײַן סטיל ווי אַ פּרוּוו צו שאַפֿן אַ נײַעם אימאַזש פֿונעם ייִדישן מאַנצביל, וואָס שטימט מיטן מאָדערנעם מענערישן אידעאַל. װאָס זאָל ױך אויפֿהאַלטן זײַן ייִדישן כאַראַקטער באָטאָשאַנסקיס רעפּאָרטאַזש װײַזט אױך װי אַזוי מע האָט אין דער ייִדישער ליטעראַטור געשילדערט קאָלאָניאַלע פֿאַנטאַזיעס, ווי אויך דעם גרויסן אונטערשייד פֿון מאַכט צווישן מענער און פֿרױען אין דער קאָלאָניאַלער (אין דעם פֿאַל — דרום־אַמעריקאַנער) רעאַליטעט.
מען קען אַוודאי ניט צונויפֿשטעלן א זאַמלונג פֿאָרשונגען װעגן מין אין דער ייִדישער קולטור אָן צו געבן דאָס װאָרט אויך די שרײַבערינס װאָס זענען אָפֿט געשטאַנען אין שאָטן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. טאַקע דערפֿאַר זענען זי פֿרויען־שרײַבערס די טעמע פֿון ס’רובֿ שטודיעס וועגן מין. דזשאָאַנאַ ליסעק, למשל, באַטראַכט די שילדערונג פֿון מאַמעס מיט טעכטער אין די ווערק פֿון ייִדישע פּאָעטעסעס, און דערבײַ ווײַזט זי אָן אויף דער פֿאַרשיידנקײט און שאַפֿערישקײט מיט װעלכע ייִדישע פֿרױען האָבן רעאַגירט אויף דער מאָדערנער װעלט. דאָס איז אױך אַ הױפּטטעמע בײַ זוהר װײַמאַן־קעלמאַן, װאָס קריטיקירט דאָס וואָס די אַרבעט פֿון פֿרױען איז אָפֿט פֿאָרגעשטעלט װי אַ באַזונדערער זשאַנער, אַנשטאָט ווי אַ װיכטיקער טײל פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור גופֿא. פֿאַרגלײַכנדיק די ווערק פֿון ייִדישע דיכטערינס מיט די פֿון לעסביאַנקע־שרײַבערינס, װײַזט װײמאַן־קעלמאַן װי אַזױ מען װאָלט געקענט שאַפֿן אַ צוגעפּאַסט אָרט פֿאַר פֿרויִישע און לעסבישע שטימען אין דער ייִדישער קולטור.
די געזאַמלטע אַרטיקלען אינעם נײַעם בוך װײַזן אַז דער באַגריף פֿון מין אין דער ייִדישער קולטור איז ניט שטענדיק אַזױ „צװײיִק‟ (binary, בלע״ז) װי מען נעמט געװײנטלעך אָן. ראָלאַנד גרושקאַ, װאָס באַטראַכט די טעמע פֿון מין אין דער אַרבעט פֿון עטלעכע ווייניק דערמאָנטע סאָציאַליסטישע און אַנאַרכיסטישע ייִדישע פֿיגורן, װײַזט אַז די מאַרקסיסטישע טעאָריע פֿון מין װי אַ שיכט־קאָנצטרוקציע געפֿינט זיך אױך אין די ווערק פֿון ייִדישיסטישע טעאָרעטיקער. דער ראַדיקאַלער סאָציאַליסט און אַמאָליקער מיט־רעדאַקטאָר פֿונעם פֿאָרװערטס, בנימין פֿײגנבױם, למשל, האָט אױסגעניצט זײַנע איבערזעצונגען פֿון באַקאַנטע סאָציאַליסטישע ווערק צו פֿאַרשפּרייטן די מאַרקסיסטישע טעאָריע פֿון אַ פּרימיטיווער „מאַטריאַרכיע‟, ניצנדיק בײַשפּילן פֿונעם תּנ”ך. פֿײגנבױם האָט אױך אַנטװיקלט אַ באַגריף פֿון מין ווי עפּעס װאָס ווערט געשאַפֿן דורך שפּראַך — א טעאָריע װאָס, אַפֿילו װען ער האָט עס ניט גענוצט אזױ, איז שפּעטער געװאָרן דער גרונט פֿאַר מאָדערנע מין־לימודים.
איינער פֿון די װיכטיקסטע קאַפּיטלען פֿונעם בוך, „דער קלאָזעט־קריזיס אינעם שטעטל‟, באַשרײַבט אַלעקסאַנדראַ טאַלי הערצאָג װי אַזױ יצחק באַשעוויס זינגער האָט זיך באַנוצט מיט גמרא־באַגריפֿן פֿון מין צו שאַפֿן פּערסאָנאַזשן װאָס האָבן זיך ניט קלאָר צוגעפּאַסט צו קיינעם פֿון די צוויי טראַדיציאָנעלע מינים. דאָס געפֿינט מען אױך אין װאַלענטינאַ פֿעדשענקאָס דיסקוסיע װעגן באַשעוויסן, װוּ זי פֿאַרגלײַכט דעם אָריגינעלן ייִדישן טעקסט פֿון צוויי ראָמאַנען זײַנע מיט די ענגלישע איבערזעצונגען. אין פֿאַרגלײַך מיטן ייִדישן ראָמאַן, וווּ די העלדן האָבן סײַ מענערישע סײַ פֿריִישע שטריכן, זענען די ראָלעס פֿון די מינים אַ סך ווייניקער בייגעוודיק ווי אין די ענגלישע איבערזעצונגען — מסתּמא כּדי צופֿרידנצושטעלן דעם אַמעריקאַנער עולם. כאָטש באַשעוויס האָט געקוקט אױף די אָ פּערסאָנאַזשן מיט אַנגסט און אַפֿילו ביטול, ניצנדיק זײ װי אַ מין װאָרענונג, האַלט הערצאָג אַז די באַגריפֿן פֿון מין זײַנען דווקא געווען מער פֿליסיק אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער וועלט ווי מע מיינט.
הײַנט, ווען מע באַטראַכט מין און סעקסועליטעט אַלץ מער ווי אַ בייגעוודיקע, פֿליסיקע דערשײַנונג, אַנשטאָט פֿעסטע קאַטעגאָריעס, איז אַזאַ פֿאָרש־אַרבעט גאָר וויכטיק בײַ די פֿון אונדז וואָס רעדן, שרײַבן און שאַפֿן אויף ייִדיש, און װילן האַלטן ייִדיש פֿאַר אַ לעבעדיקער שפּראַך װאָס קען אױסדריקן נישט בלויז די אַמאָליקע דערפֿאַרונגען, נאָר אויך די הײַנטיקע.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO