אָנלײַן־פּאַנעל לכּבֿוד דעם אַרויסלאָז פֿון פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווערס „צען לידער“Online panel to celebrate publication of partisan poet Abraham Sutzkever’s “Ten Poems”
דאָס בוך נעמט אַרײַן אַ פֿאַקסימיליע פֿון זײַנעם אַ כּתבֿ־יד, אָנגעשריבן אין ווילנער געטאָ, מיט ענגלישע און ליטווישע איבערזעצונגען.

Image by YIVO Institute for Jewish Research
אין 2017 האָט מען אין ווילנע אַנטדעקט אַ כּתבֿ־יד מיט צען לידער, וואָס אַבֿרהם סוצקעווער האָט אָנגעשריבן מיט דער האַנט אין ווילנער געטאָ.
די טעג גיט דער ייִוואָ אַרויס, צוזאַמען מיט דער ליטווישער מלוכישער ביבליאָטעק, אַ בוך מיט אַ פֿאַקסימיליע פֿונעם ייִדישן כּתבֿ־יד, אין איינעם מיט איבערזעצונגען פֿון די לידער אויף ענגליש און ליטוויש.
אינעם בוך, וואָס מע האָט אַ נאָמען געגעבן „צען לידער“, געפֿינען זיך אויך עסייען וועגן סוצקעווערן פֿון דוד פֿישמאַן, וואָס האָט געשריבן אַ בוך וועגן דער „פּאַפּירענער בריגאַדע“, און פֿון מינדאַוגאַס קוויעטקאַוסקאַס, דעם ליטווישן קולטור־מיניסטער, וואָס האָט איבערגעזעצט יצחק רודאַשעווסקיס חורבן־טאָגבוך און אַבֿרהם סוצעווערס „גרינער אַקוואַריום“ פֿון ייִדיש אויף ליטוויש. קוויעטקאַוסקאַס, אַ פּאָעט און ליטעראַרישער קריטיקער וואָס איז שפּעטער געוואָרן אַ פּאָליטיקער, האָט זיך געלערנט ייִדיש אינעם ווילנער אוניווערסיטעט, וווּ ער האָט שטודירט יודאַיִסטיק.
כּדי צו פֿײַערן דעם אַרויסלאָז פֿונעם בוך, אָרדנט אײַן דער ייִוואָ, צוזאַמען מיט דער ליטווישער מלוכישער ביבליאָטעק, דעם ליטווישן קאָנסולאַט אין ניו־יאָרק און דעם ליטווישן קולטור־אינסטיטוט אַ ווירטועלע פּאַנעל־דיסקוסיע. אין דער פּראָגראַם, וואָס וועט פֿאָרקומען מאָנטיק, דעם 23סטן נאָוועמבער, וועלן אָנטייל נעמען מינדאַוגאַס קוויעטקאַוסקאַס, לאַראַ לעמפּערט — די דירעקטאָרשע פֿונעם ייִדישן אָפּטייל בײַ דער ליטווישער מלוכישער ביבליאָטעק, און דזשאָסטין קאַמי (סמיט־קאַלעדזש), אַן עקספּערט וועגן דער געשיכטע פֿון דער ליטעראַרישער גרופּע „יונג־ווילנע“. יונתן ברענט, דער דירעקטאָר און הויפּט־פֿאַרוואַלטער פֿונעם ייִוואָ, וועט פֿירן דעם פֿאָרזיץ.
די פּראָגראַם, וואָס קומט פֿאָר 1:00 נאָך מיטאָג, איז בחינם, אָבער מע מוז זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער.
נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוועטש דאָ.