אַ נײַער קאָמפּלעט קלאַסישע ייִדישע פֿילמען איז דאָ פֿאַר אַ גוטן פּרײַז — אָבער בלויז אויף „בלו־ריי“A new box set of Yiddish film classics arrives at a good price — but only on Blu-Ray
די צען רעסטאַוורירטע פֿילמען מיט נײַע אונטערקעפּלעך נעמען אַרײַן „מיר קומען אָן” און „דער דיבוק”, אָבער ס׳רובֿ מענטשן וועלן זיי מסתּמא ניט קענען זען.

Image by Kino Lorber
דינסטיק קומט אַרויס אַ קאָמפּלעט פֿון צען רעסטאַוורירטע קלאַסישע פֿילמען פֿונעם ייִדישן קינאָ, אַרײַנגערעכנט „טבֿיה“ און „דער דיבוק“, באַגלייט מיט דערהײַנטיקטע אונטערקעפּלעך און רעקאָרדירטע אַנאַליזן פֿון קינאָ־עקספּערטן. אַ צרה נאָר: ס׳רובֿ מענטשן וועלן די פֿילמען ניט קענען זען.
„די פֿילמען זענען אויסשליסלעך אויף ׳בלו־ריי׳“, האָט דערקלערט אַלען לויִס ריקמאַן, דער ייִדישער אַקטיאָר, דראַמאַטורג און איבערזעצער, וואָס האָט געשאַפֿן די נײַע אונטערקעפּלעך פֿאַר נײַן פֿון די צען פֿילמען אין דער סעריע, „ייִדישע נשמה — קלאַסישע פֿילמען פֿונעם ייִדישן קינאָ“, וואָס ווערט אַרויסגעלאָזט דורך דער קינאָ־פֿאַרשפּרייטונג־פֿירמע Kino Lorber.
„דאָס איז אפֿשר גוט צוגעפּאַסט פֿאַר די עכטע ליבהאָבער פֿון קינאָ, די זאַמלער, יענע מענטשן וואָס האָבן ליב צו ציילן וויפֿל הערעלעך עמיל דזשאַנינג האָט אויף דער נאָז“, האָט ריקמאַן געזאָגט. „אָבער ס׳רובֿ מענטשן האָבן בלויז אַ ׳די־ווי־די׳־שפּילער און וועלן ניט ספּעציעל גיין קויפֿן אַ שפּילער פֿאַר ׳בלו־ריי׳ כּדי צו זען דעם נײַעם קאָמפּלעט.“
ריקמאַן, צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי, יעלענע שמואלענסאָן, און דער אַקטיאָר שיין בייקער, שטרעבן דורך זייערע הומאָריסטישע אויפֿטריטן צו מאַכן די ייִדישע קולטור צוטריטלעך פֿאַר די וואָס קענען ניט קיין ייִדיש. ער האַלט אַז ס׳איז אַ שאָד וואָס Kino Lorber איגנאָרירט אַ גרויסן טייל פֿון די פּאָטענציעלע קונים פֿון ייִדישע פֿילמען, וואָס וועלן צוליבן פֿאָרמאַט ניט האָבן די געלעגנהייט צו זען אַזעלכע מײַסטערווערק ווי „דער דיבוק“, „טבֿיה“, און „מיר קומען אָן“.
דער „נאַציאָנאַלער צענטער פֿאַרן ייִדישן קינאָ“ בײַם בראַנדײַס־אוניווערסיטעט לאָזט שוין יאָרן לאַנג אַרויס ייִדישע פֿילמען אויף „די־ווי־די“ אָבער זיי זײַנען ניט ביליק: מע פֿאַרקויפֿט זיי איינציקווײַז פֿאַר אַרום $30. ריקמאַן האַלט אַז דער דאָזיקער קאָמפּלעט, מיט 10 פֿילמען פֿאַר $49.95, איז ניט נאָר אַ סך ביליקער, נאָר האָט אויך אַ סך אַנדערע מעלות ווי די אַנאַליזן פֿון קינאָ־עקספּערטן. „די־ווי־די“־נוסחאָות פֿון די פֿילמען וואָלטן געווען נאָך ביליקער, און מע וואָלט ניט גרינג געקענט דערקענען קיין אונטערשייד אין קוואַליטעט.
ריקמאַן האָט געהאַט אַ יאָר לאַנג געאַרבעט אויף די נײַע אונטערקעפּלעך איידער ער האָט זיך דערוווּסט, אַז מע וועט אַרויסלאָזן דעם קאָמפּלעט בלויז אויף „בלו־ריי“. ער האַלט אַז אויב Kino Lorber וועט זען, אַז ס׳איז דאָ אַ נאָכפֿרעג אויף אַ „די־ווי־די“־נוסח פֿון די פֿילמען, וועלן זיי זיי אויך אַרויסלאָזן אויף „די־ווי־די“.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.

