פּאָליטיק פֿון שפּראַכן און דיאַלעקטןPolitics of languages and dialects
מאַקס ווײַנרײַכס אַפֿאָריזם בלײַבט נאָך אַלץ אַקטועל.
פֿון מאַקס ווײַנרײַכס גרויסער וויסנשאַפֿטלעכער ירושה איז דעם ברייטן עולם, מסתּמא, צום בעסטן באַקאַנט זײַן אַפֿאָריזם, אַז „אַ שפּראַך איז אַ דיאַלעקט מיט אַן אַרמיי און פֿלאָט‟. דעם 19טן נאָוועמבער האָט ווײַנרײַכס שפּריכוואָרט זיך גאָר באַוויזן אינעם „וואַשינגטאָן־פּאָסט‟ און מע האָט עס אויך געזען בײַ אַ צאָל אַנדערע נײַעסקוואַלן, אין שײַכות מיטן סיכסוך צווישן בולגאַריע און צפֿון־מאַקעדאָניע.
פֿאַראַכטאָגן דינסטיק האָט דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד געוואָלט אָנהייבן פֿאַרהאַנדלונגען מיט צפֿון־מאַקעדאָניע וועגן איר פֿאַרבאַנד־מיטגלידשאַפֿט; בולגאַריע האָט אָבער אויסגענוצט איר וועטאָ־רעכט און אָפּגעשטעלט דעם פּראָצעס.
אין 2019 האָט דאָס קליינע לאַנד, וואָס האָט דעמאָלט געהייסן סתּם מאַקעדאָניע, זיך אָנגעשטויסן אויף קעגנערשאַפֿט מצד גריכנלאַנד, וווּ דעם זעלבן נאָמען טראָגט איינע פֿון די געגנטן. מילא, האָט די מאַקעדאָנישע רעגירונג צוצוגעבן דעם לאַנד די דערקלערונג־הוספֿה „צפֿון‟. איצט טענהט בולגאַריע, אַז ס׳איז נישטאָ אַזאַ שפּראַך ווי מאַקעדאָניש — נאָר אַ וואַריאַנט פֿון בולגאַריש. דהײַנו, איבערפֿראַזירנדיק ווײַנרײַכן, מעג אַ דיאַלעקט האָבן אַ מלוכהלע מיט אַ קליינער אַרמיי, אָבער קיין אייגענע פֿאָרשטייער אינעם אייראָ־פֿאַרבאַנד, לויט בולגאַריע, טאָר ער נישט האָבן.
אַנדרעאַס קלאָט, דער מחבר פֿונעם קריטישן אַרטיקל אין „וואַשינגטאָן־פּאָסט‟ און „בלומבערג‟, דערמאָנט נאָך אַ ריי פֿאַלן, ווען דאָס אָפֿיציעלע פֿאַרוואַנדלען אַ דיאַלעקט אין אַ לשון פֿאַר זיך האָט אָפּגעשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין פּאָליטיק. היסטאָריש גערעדט, איז דער שטח פֿון דער הײַנטיקער צפֿון־מאַקעדאָניע געווען אַמאָל אַ גרויסער קולטורעלער צענטער, פֿון וואַנען דער גריכיש־פּראַוועסלאַוונע קריסטנטום האָט זיך פֿאַרשפּרייט אין אַנדערע סלאַווישע לענדער צוזאַמען מיטן אָרטיקן וואַריאַנט פֿון אַלט־בולגאַריש, וואָס בלײַבט ביז הײַנט באַטראַכט אין רוסלאַנד, רומעניע און סערביע ווי אַ הייליקע שפּראַך פֿון דער קירך. אַדרבה, טענהן די מאַקעדאָנישע נאַציאָנאַליסטן, אַז נאָר זיי פֿאַרמאָגן די עכטע בולגאַרישע שפּראַך.
ביידע קעגנזײַטיקע טענות זענען נאַריש פֿון לינגוויסטישן און היסטאָרישן קוקווינקל. פֿון דעסט וועגן, איז שווער פֿאַר אַ נישט־ספּעציאַליסט, אַפֿילו אַ נאַטירלעכן רעדער פֿון אַן אַנדער סלאַווישער שפּראַך, צו באַמערקן דעם חילוק צווישן בולגאַרישע און מאַקעדאָנישע דיאַלעקטן; זיי שיידן זיך אונטער נישט מער, ווי ענגליש אין ענגלאַנד און אַמעריקע.
דעם זעלבן טאָג, ווען די וועלטפּרעסע האָט באַטראַכט דעם נײַעם לינגוואָ־פּאָליטישן סיכסוך אויף די באַלקאַנען, האָט זיך בײַ מיר על־פּי צופֿאַל געטראָפֿן אַ מאָדנער שמועס מיט איינעם אַ פּאַרשוין, וועלכער האַלט זיך פֿאַר אַ זעלטענעם קענער פֿונעם „עכטן‟ ייִדיש. זײַענדיק אַ געבוירענער אין אָדעס און וווינענדיק הײַנט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האַלט ער, אַז יצחק ניבאָרסקי און דוד כּ‟ץ – ער קען זיי ביידע פּערזענלעך – רעדן אויף עפּעס אַ קינסטלעך הענטשקע־לשון, און בײַ די סאַטמאַרער חסידים איז, כּלומרשט, „דײַטש, וואָס פֿאַרשטעלט זיך פֿאַר אַ כּמו־ייִדיש‟.
דער דאָזיקער ייִד איז אַליין נישט קיין גרויסער ייִדיש־מומחה, אָבער שטאָלצירט מיט דעם, וואָס זײַן פּשוט היימיש מאַמע־לשון שטאַמט פֿון „עכטע‟ מקומות און האָט אַ ווייכן, זינגענדיק טעם, נישט ווי דאָס חסידישע „איך ווײַס‟, אויסגעמישט מיטן „פֿרעמדן‟ לשון־קודש. אין דער סאָוועטישער אוקראַיִנע, באַטאָנט ער, האָט מען גערעדט באַטעמט, אָן קיין מאמרי־חז‟ל און דער רוח ווייסט וואָס נאָך, להיפּוך צום פֿרומען עולם. מיט אַ באַזונדערן פֿאַראַכט באַציט ער זיך צום רומענישן ייִדיש, ווײַל זײַן משפּחה שטאַמט נישט פֿון רומעניע, חלילה, נאָר פֿון מאָלדאָווע!
אויב מע טראַכט זיך גוט אַרײַן, שטעקט אין אָט־די טשודאַקעוואַטע טענות אַ קערנדל שׂכל. אַ טרעגער פֿון אַ דיאַלעקט וויל אים באַשיצן כאָטש מיט אַ ווירטועלער אַרמיי און פֿלאָט, וויל ער ווײַזן דער וועלט, אַז זײַן שפּראַך איז די סאַמע עכטע, אַז די הײַנטיקע שרײַבער, פּאָעטן, פּראָפֿעסאָרן, רביים און כּלי־זמרישע מוזיקאַנטן רעדן צום בעסטן אויף אַ „פֿאַרקריפּלט‟ לשון. הײַנט הערשט אויף דער ייִדיש־גאַס דער „היימישער‟ אונגעריש־גאַליציאַנער דיאַלעקט; דער אָדעסער און בעסאַראַבישער ייִדיש גייט, צום באַדויערן, ביסלעכווײַז אונטער. אינעם קענען אַ געוועזענעם הערשנדיקן, און איצט אונטערגייענדיקן, דיאַלעקט שטעקט אַ גרויסער יצר־הרע אָפּצולייקענען די ווערט פֿון וועלכע־ניט־איז אַנדערע וואַריאַנטן פֿון דער זעלבער שפּראַך, צו דערקלערן דער גאָרער וועלט אַ פּערזענלעכע „וועטאָ‟. פֿאַרשטענדלעך קאָן עס טאַקע זײַן, נאָר אין די קליינע הײַנטיקע ייִדיש־סבֿיבֿות זאָל אונדז דער אייבערשטער אָפּהיטן פֿון דער אינערלעכער „באַלקאַניזאַציע!‟
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO