Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די לינקע ייִדישע פּאָעטן וואָס האָבן באַשריבן ראַסיזם קעגן ניט־ייִדישע גרופּעסThe radical Yiddish poets that wrote about racism against non-Jewish groups

ייִדישע ווערטער ווי „פּאָגראַם‟ זענען באַניצט געוואָרן אויסצומאָלן דאָס לינטשערײַ פֿון אַפֿראָ־אַמעריקאַנער.

פּאָעזיע האָט געשפּילט עטלעכע װיכטיקע ראָלעס אינעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט; צװישן זײ — אַן אױסגעשפּראָכן־פּאָליטישע. ייִדישע דיכטער האָבן זיך פֿאַרטאָן אין פּאָליטישע ענינים און אױסגעדריקט זײערע אידעאָלאָגישע פּאָזיציעס. עסטעטיש זײַנען זײערע לידער אָפֿט מאָל געװען גאַנץ פּשוט און גראָדליניק. זײער צװעק איז געװען צו אַגיטירן זײערע לײענער און דערמוטיקן זײ צו אַקטיװער פּאָליטישער טעטיקײט.

פּראָפֿעסאָר אַמעליע גלעזערס נײַ בוך, „לידער אין פֿינצטערע צײַטן: ייִדישע דיכטונג פֿון קאַמף פֿון סקאָטבאָראָ ביז פּאַלעסטינע‟, באַטראַכט די לינקע פּאָליטישע דיכטונג אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד און אַמעריקע אין די 1920ער און 1930ער יאָרן. דעמאָלט, דערקלערט גלעזער, איז די ייִדישע פּאָעזיע געװען טיף אַרײַנגעטאָן אין דעם אינטערנאַציאָנאַלן סאָציאַליסטישן קאַמף. די דאָזיקע קורצע תּקופֿה איז שפּעטער פֿאַרשאָטנט געװאָרן דורך דער טראַװמע פֿונעם חורבן, װאָס איז געװאָרן די הױפּטטעמע פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע. אַזױ אַרום איז די לינקע פּאָליטישע דיכטונג כּמעט װי פֿאַרגעסן געװאָרן. װי עס קומט פֿאָר אין דער קולטור־געשיכטע, נײטיקט מען זיך אין אַ געװיסן צײַט־אָפּשטאַנד, כּדי צו זײַן ביכלות אָפּצושאַצן אַ געװיסע היסטאָרישע דערשײַנונג. איצט איז, אַ פּנים, געקומען דער מאָמענט. אָבער װי אַזױ קען מען איצט לײענען און טײַטשן די דאָזיקע לידער, װאָס קלינגען גאַנץ רױ און פּרימיטיװ בײַ אַ הײַנטיקן פֿײַנשמעקערישן אױער?

גלעזער האָט גענוצט װי איר אַנאַליטישן מכשיר דעם באַגריף פֿון אַ „װאָרטצײכן‟. דאָס איז אַ מין קולטורעלער שיפֿער, „אַ װאָרט, אַ נאָמען אָדער אַ פֿראַזע, װאָס גיט איבער די אידענטיטעט פֿון אַ געװיסער גרופּע‟. די דאָזיקע װאָרטצײכנס העלפֿן אונטערשיידן צװישן די אײגענע און די פֿרעמדע, און דאָס שאַפֿט אַ געפֿיל פֿון אָנגעהעריקײט און אַחדות פֿון אַ גרופּע, פּאַרטײ אָדער באַװעגונג. יעדער קאַפּיטל פֿון גלעזערס בוך באַטראַכט אײן קריטישן עפּיזאָד פֿון יענער דראַמאַטישער תּקופֿה דורך דעם שפּאַקטיװ פֿון דער לינקער אַמעריקאַנער און סאָװעטיש־ייִדישער דיכטונג.

דיכטונג האָט געבאָרגט די פּאָליטישע װאָרטצײכנס בײַ דער שפּראַך פֿון דער לינקער אידעאָלאָגיע און געהאָלפֿן פֿאַרשפּרײטן זײ צװישן די לײענער. אײניקע באַגריפֿן האָבן געהאַט װאָרצלען אין דער ייִדישער געשיכטע און טראַדיציע, װי למשל „פּאָגראָם‟ אָדער „תּשובֿה‟. דער בולטסטער מוסטער פֿון אַזאַ באַניץ זײַנען די אַנטי־ראַסיסטישע לידער פֿון אַמעריקאַנער ייִדישע דיכטער װי מלכּה לי, בעריש װײַנשטײן אָדער מענקע קאַץ. זײ האָבן שאַרף קריטיקירט דעם פּראָצעס אין סקאַרבאָראָ, אַלאַבאַמע, איבער נײַן יונגע אַפֿראָ־אַמעריקאַנער מענער, װעלכע זײַנען פֿאַלש באַשולדיקט געװאָרן אין פֿאַרגװאַלדיקן אַ װײַסע פֿרױ. דער דאָזיקער פּראָצעס האָט זיך אָנגעהױבן אין 1931 און זיך געצױגן מער װי צען יאָר.

בײַ די קאָמוניסטיש־געשטימטע ייִדישע דיכטער, שרײַבט גלעזער, „האָבן די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער פֿאַרנומען דעם אָרט פֿון ייִדן װי אַ גערודפֿטע מינאָריטעט אין דער נײַער הײם‟. בײַם באַשרײַבן די גװאַלד־מעשׂים און לינטשערײַען אין די אַמעריקאַנער דרום־שטאַטן האָבן די ייִדישע פּאָעטן געשעפּט אימאַזשן פֿון פּאָגראָם־דיכטונג. ווען זיי האָבן געוואָלט שילדערן דעם אומשולדיקן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער קרבן פֿון לינטשערײַ האָבן זײ גענוצט די געשטאַלט פֿון יעזוס, װאָס איז געװען אַ פּאָפּולערער אימאַזש אױך אין דער ייִדישער דיכטונג פֿון די 1920ער יאָרן. מלכּה לי האָט געשריבן: „גאָטס שװאַרצער לאַם / האָט זיך געריסן פֿון שטריק…‟ אַזױ האָבן די ייִדישע דיכטער אױסגעדריקט זײער ראַדיקאַלע קריטיק פֿון דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט, װאָס האָט בוגד געװען אין אירע דעמאָקראַטישע און קריסטלעכע אידעאַלן. די װײַסע אַמעריקאַנער קריסטן האָבן געקרײצט יעזוסן אין דער געשטאַלט פֿונעם אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, פּונקט אַזױ װי די קריסטלעכע פּאָגראָמשטשיקעס אין מיזרח־אײראָפּע האָבן געקרײצט יעזוסן אין דער געשטאַלט פֿון אַ ייִד.

לרובֿ זײַנען די אַמעריקאַנער ייִדישע דיכטער געװען אײנשטימיק אין זײער קריטיק פֿון ראַסיזם אין אַמעריקע. גאַנץ אַנדערש איז געװען די באַציִונג צו דעם בלוטיקן קאָנפֿליקט צװישן ייִדן און אַראַבער אין ארץ־ישׂראל אין 1929. דאָס האָט גורם געװען די ערשטע טיפֿע שפּאַלטונג אין דער לינקער ייִדישער סבֿיבֿה אין אַמעריקע. לכתּחילה האָט די קאָמוניסטישע „מאָרגן־פֿרײַהײט‟, אין אײנעם מיט אַנדערע ייִדישע צײַטונגען, באַשולדיקט די אַראַבער אין פּאָגראָמען קעגן ייִדן אין ירושלים און חבֿרון. אָבער אין עטלעכע טעג אַרום האָט דער קאָמוניסטישער אינטערנאַציאָנאַל אין מאָסקװע געהײסן אַלע קאָמוניסטן שטיצן די אַראַבער, און „מאָרגן־פֿרײַהײט‟ האָט געמוזט בײַטן איר ליניע. אין פּראָטעסט זײַנען עטלעכע חשובֿע שרײַבער, צװישן זײ — ה. לײװיק, מנחם באָרײשאָ און אַבֿרהם רײזען, אַװעק פֿון „מאָרגן־פֿרײַהײט‟, און עס האָט אױסגעבראָכן אַ ביטערער סיכסוך. ס׳איז מערקװירדיק, װאָס אױף בײדע צדדים האָט מען געשריבן לידער װעגן אַ „פּאָגראָם‟ און גענוצט אימאַזשן פֿון חיים־נחמן ביאַליקס ליד „אין שחיטה־שטאָט‟. בײַ די קאָמוניסטן זײַנען די קרבנות פֿונעם פּאָגראָם געװען די אַראַבער, און בײַ זײער קעגנער — די ייִדן.

גלעזער דערקלערט: „װי אַזױ איז די געשיכטע װעגן פּאַלעסטינע געװאָרן אַ געשיכטע װעגן פּאָעטן? מסתּמא װײַל די פּאָעטן און די צײַטונגען, װאָס האָבן זײ געדרוקט, האָבן זיך געהאַלטן פֿאַר שומרים פֿון דער מאָראַלישער גערעכטיקײט‟. איר פֿאָרשונג איז מחיה־מתים די צײַט, װען ייִדישע דיכטונג איז ניט געװען קײן קונסט פֿאַר עסטעטישע יחידי־סגולה, נאָר אַ פּאָליטישער כּוח. דער לעצטער קאַפּיטל פֿון איר בוך, װאָס הײסט „תּשובֿה‟, אַנטפּלעקט די סתּירותדיקײט און פֿאַרפּלאָנטערונג פֿון דער באַציִונג צװישן פֿרײַער שעפֿערישקײט און פּאָליטישער געטרײַשאַפֿט. אין 1929 האָט משה נאַדיר באַשלאָסן צו בלײַבן בײַ די קאָמוניסטן און באַשולדיקט ייִדן פֿאַרן אַנטי־אַראַבישן געװאַלד אין ארץ־ישׂראל. אין משך פֿון צען יאָר איז ער דערנאָך פֿאַרבליבן אַ מיטאַרבעטער פֿון „מאָרגן־פֿרײַהײט‟ װי אַ ביטערער און שאַרפֿער קריטיקער פֿונעם אַמעריקאַנער קאַפּיטאַליזם. אָבער דער נײַער איבערקער אין דער סאָװעטישער פּאָליטיק, װען סטאַלין האָט געמאַכט אַ יד־אַחת מיט היטלערן אין אױגוסט 1939, האָט געצװוּנגען נאַדירן צו טאָן „תּשובֿה‟; דאָס מאָל — אַװעק פֿון קאָמוניזם.

כּדי צו לאָזן דעם הײַנטיקן לײענער פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון דער לינקער פּאָליטישער דיכטונג, האָט גלעזער צוגעגעבן אַ קלײנע אַנטאָלאָגיע אין דער ייִװאָ־טראַנסקריפּציע ווי אויך אַן ענגלישער איבערזעצונג.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.