Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דער משׂכּיל וואָס האָט איבערצײַגט מענדעלע צו שרײַבן אויף ייִדישThe man who convinced the great novelist, Mendele, to switch to Yiddish

י. מ. ליפֿשיץ האָט געטענהט אַז דאָס שאַפֿן אַ ייִדישן אויסלייג און אַרויסגעבן ייִדישע ווערטערביכער קאָן פֿאַרהיטן די ייִדישע אַסימילאַציע.

נישט זעלטן מאַכט זיך אױף גאָטס װעלט, אַז דער פֿאָרגײער, דער פּיאָנער פֿון אַן אידעע, בלײַבט װײניק באַקאַנט אין דער געשיכטע. דעם גרױסן כּבֿוד גיט מען אָפּ די, װעלכע האָבן שפּעטער רעאַליזירט דעם געדאַנק. צו װאָס גײן װײַט? װעגן הרבֿ צבֿי־הירש קאַלישער (1874-1795), פֿאָרגײער פֿון פּאָליטישן ציוניזם, האָב איך זיך דערװוּסט ערשט אױף די עלטערע יאָרן. דאַקעגן װעגן טעאָדאָר הערצל האָב איך שױן געהערט אין די שול־יאָרן.

אין דעם הינזיכט, איז מער פֿאַר אַלעמען באַעװלט געװאָרן דער בערדיטשעװער תּושבֿ יהושע־מרדכי ליפֿשיץ (1878-1829). ער איז געװען דער ערשטער װאָס האָט באַנומען די װיכטיקײט פֿון ייִדיש און געקעמפֿט בלבֿ־ונפֿש פֿאַר דעם. ער איז געװען אַ העכסט אָריגינעלע פּערזענלעכקײט מיט אַ װײַטן קוק פֿאָרױס און מיט אַ פֿילזײַטיקער קולטור פֿאַר יענער צײַט. ער האָט שטודירט מאַטעמאַטיק, פֿיזיק און כעמיע, געקענט רוסיש, דײַטש און פֿראַנצײזיש.

איז דען נישט קײן גורל־איראָניע? מענדעלע מוכר־ספֿרים (דאַן שלום אַבראַמאָװיטש) איז אױף זײַן װאַנדערונג אָנגעקומען קײן בערדיטשעװ. דאָ האָט אים י. מ. ליפֿשיץ צוגערעדט אַריבערצוגײן פֿון לשון־קודש צו ייִדיש. דער רעזולטאַט — מענדעלע איז געװאָרן באַרימט לדורות װי דער ערשטער קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. װען דאָס װאָלט נישט געשען, װאָלט ער פֿאַרבליבן אַ קױם באַקאַנטער העברעיִשער שרײַבער. י. מ. ליפֿשיצן האָב איך פֿאַר זיך „אַנטדעקט‟ נישט ווי אַ תּלמיד אין דער קאָװנער ייִדישיסטישער גימנאַזיע, נײַערט אין די 1970ער יאָרן אין דער װאַרשעװער צײַטונג, „פֿאָלקס־שטימע‟. אונדזער גרעסטער היסטאָריקער, ש. דובנאָװ (דװקא אַן אוהבֿ־ייִדיש), האָט, רעדנדיק װעגן מענדעלען, גאָרנישט דערמאָנט וועגן אים.

י. מ. ליפֿשיץ איז געװען דער אײנציקער צװישן די משׂכּילים פֿון זײַן צײַט מיט אַן אײגענעם אײַנשטעל לגבי ייִדיש און בילדונג פֿאַר ייִדן. מען דאַרף נעמען אין באַטראַכט, אַז דאַן, אין מיטן 19טן י”ה, האָט די מערדערישע צאַרישע מאַכט געװאָלט אָפּרײַסן אירע ייִדן פֿון זײער נאַציאָנאַלן מהות און רעליגיעזן גלױבן. די ייִדן האָבן זיך אױסגעלעבט אין מאַמע־לשון, אָבער אין הילכות װעלטלעכע בילדונג זײַנען זײ געװען פֿולשטענדיק אָפּגעשטאַנען.

דער קלײנער שיכט אינטעליגענטן (משׂכּילים) האָבן ס’רובֿ געהאַט אַן אָריענטאַציע אױף דײַטשישער, און שפּעטער אױף רוסישער אַסימילאַציע. ייִחוסדיק איז בײַ זײ געװען לשון־קודש, אָבער מיט ביטול האָבן זײ געקוקט אױפֿן אָרעמען „זשאַרגאָן‟, אָן אַ גראַמאַטיק און אױסלײג. ער, דער בערדיטשעװער משׂכּיל האָט פֿאַרגלײַכלעך פֿרי פֿאַרשטאַנען, אַז די ייִדישע שפּראַך קאָן שפּילן אַ װיכטיקע ראָלע אין אױסבילדן דאָס פֿאָלק און אױסהיטן זײַן ייִדישקײט.

אין אַן אָפּהאַנדלונג, געװידמעט דער פֿראַגע „ייִדן און זײער ייִדיש־לשון‟, האָט ער אָפּערירט מיט אַרגומענטן לטובֿת ייִדיש, װעלכע זײַנען ערשט אַ האַלבן יאָרהונדערט שפּעטער באַנוצט געװאָרן אין דער מאָדערנער ייִדישער קולטור־באַװעגונג. ער האָט די אָפּהאַנדלונג צעשיקט צו די באַרימטסטע משׂכּילים, נאָר קײנער פֿון זײ האָט אים נישט געשטיצט. סוף 1850ער יאָרן האָט ער מיט מענדעלען געבעטן די רוסישע רעגירונג דערלױבן אַרױסלאָזן אַ ייִדישבלאַט, אָבער די אַסימילאַטאָרן האָבן געפּטרט דעם עסק. דאָך איז די אידעע געבליבן הענגען און אין 1862 האָט אַ. צעדערבױם אין אָדעס אַרױסגעגעבן די ערשטע ייִדישע צײַטונג אין רוסלאַנד, „קול־מבֿשׂר‟. ממש רעװאָלוציאָנער פֿאַר יענער צײַט קלינגען זײַנע אַרױסזאָגענישן אין אַ סעריע אַרטיקלען אין דער צײַטונג. מיט ביטערקײט קריטיקירט צעדערבוים די ייִדיש־פֿרעסער, װעלכע האָבן חוזק געמאַכט פֿון דער „פֿאַרדאָרבענער שפּראַך‟. דערבײַ באַטאָנט ער אַז רוסיש, דײַטש און אַנדערע זײַנען אַ מאָל געװען נאָך מיאוסער, אָבער „זײ האָבן געהאַט גוטע דאָליעס, מען האָט זײ געפּוצט טאָג און נאַכט. פּרוּװט נאָר דעם זשאַרגאָן אױספּוצן, אפֿשר תּחילה װעט איר אַ ביסל שװיצן, אָבער דערנאָך װעט איר תּענוג האָבן.‟

צעדערבוים האָט געטענהט, אַז ייִדיש איז די מוטערשפּראַך און נאָר זי איז מסוגל אַרױסצוציִען די ייִדן פֿון פֿינצטערניש און דערבײַ בלײַבן פֿאָלקיש געשטימט. טאָמער מען װעט גײן אױפֿן װעג פֿון די רוסיפֿיקאַטאָרן און העברעיִסטן, װעט דאָס לסוף פֿירן צו אַסימילאַציע, װי דאָס איז געשען אין מערבֿ־אײראָפּע. לאָמיר דאָ דערמאָנען, אַז ש. דובנאָװ האָט מיט יאָרן שפּעטער אַלאַרמירט: „ייִדיש איז אַ פּאַנצער קעגן אַסימילאַציע!‟

י. מ. ליפֿשיץ האָט זיך נישט באַנוגנט מיט דער פּראָפּאַגאַנדע פֿאַר דער גערעדטער שפּראַך. ער האָט אױפֿגעװיזן, אַז מען באַדאַרף זי אַנטװיקלען, שאַפֿן אַן אױסלײג, און אויך בױען אַ בריק צװישן דער אײראָפּעיִשער און ייִדישער קולטור. דאָ אין דער פֿולער מאָס קאָנען אַרױסהעלפֿן פּאַסיקע װערטערביכער. שױן אין 1861 האָט ער געהאַט פֿאָרגעלײגט, אַז אַ קאָלעקטיװ שרײַבער זאָל צוגרײטן אַזעלכע װערטערביכער. לײדער האָבן די קלײנקעפּיקע געבילדעטע נישט געהאַט קײן רעאַלן חוש, װײַל אײַנרעדענישן האָבן באַהערשט זײערע מוחות. דער ענטוזיאַסט איז בײַ זיך נישט געפֿאַלן… מיט גרױסן פֿלײַס און איבערגעגעבנקײט האָט ער אַלײן זיך גענומען צו דער טירחה.

עס איז פּשוט שװער צו שילדערן װאָס פֿאַר אַ לאַסט דער מענטש האָט גענומען אױף זײַן קאָפּ! שױן אָפּגערעדט, אַז דרוקן איז אױסגעקומען פֿאַר אײגן געלט און קײן גבֿיר איז ער נישט געװען. אַזױ װי קײן מוסטער איז נישט געװען בנימצא, האָט ער נאָך זײַענדיק אַ יונגער־מאַן, טאָג אײַן טאָג אױס זיך אַרומגעדרײט אױפֿן מאַרק אָדער צװישן די קראָמען און זיך צוגעהערט צום דאָרטיקן װאָלינער ייִדיש און אַלצדינג פֿאַרשריבן אין אַ נאָטיצהעפֿט… אײנצײַטיק געשאַפֿן אַ סיסטעם פֿון ייִדיש־אױסלײג צוגעפּאַסט צו די קלאַנגען פֿון װאָלינער דיאַלעקט. אין 1867 האָט ער אױסגעפֿאַרטיקט אַ ייִדיש־דײַטשיש און דײַטש־ייִדיש װערטערבוך, אָבער ער האָט עס נישט אַרױסגעלאָזן, װײַל רוסיש איז צו דער צײַט געװאָרן מער אַקטועל פֿאַר די רוסלענדישע ייִדן. אין 1869 דערשײַנט זײַן רוסיש־ייִדישער װערטערבוך, װעלכער האָט אױסגעהאַלטן אַזש 4 אױפֿלאַגעס! דאָס האָט באַשײַמפּערלעך באַװיזן װי נײטיק איז געװען דער נאָװאַטאָרישער אױפֿטו. אין זשיטאָמיר, אין דער דעמאָלטיקער הױפּטשטאָט פֿון װאָלין, איז אין 1876 אַרױס פֿון דרוק זײַן ייִדיש־רוסישער װערטערבוך. נאָך אַ חידוש, בײדע װערטערביכער האָבן עד־היום אַ װיסנשאַפֿטלעכן װערט פֿאַר די לעקסיקאָגראַפֿן.

אין די הקדמות פֿון בײדע װערטערביכער טרעט דער מחבר אַרױס באַזונדערס שאַרף קעגן די שׂונאים פֿון ייִדיש. אָט, למשל, װי אין אײן אָרט װאַרפֿט ער פֿאָר די משׂכּילים, אַנשטאָט צו דינען דעם פֿאָלק… „שטופּן זײ זיך אין די הױכע פֿענצטער און שרײַבן דװקא אין די אײראָפּעיִשע שפּראַכן, כאָטש דאָרטן זעען זײ זיך אָן װי אַ טראָפּן אין ים‟. דרך־אַגבֿ, י. מ. ליפֿשיצעס ייִנגערער ברודער א.ל. ליפֿשיץ האָט מיט זײַן הילף פֿאַרפֿאַסט און אַרױסגעגעבן אַ רוסישע גראַמאַטיק אױף ייִדיש, אַ געלונגענע סײַ אין שפּראַכלעכן זין, סײַ אין טערמינאָלאָגיע. אין „קול־מבֿשׂר‟ זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אַ גאַנצע רײ יהושע־מרדכי ליפֿשיצעס פּאָפּולער־װיסנשאַפֿטלעכע אַרטיקלען, אָנגעשריבן אױף עטלעכע מאַנוסקריפּטן, װאָס זענען געגאַנגען פֿון האַנט צו האַנט. אַ גרױסן רושם האָט געמאַכט אין בערדיטשעװ זײַן סאַטירע „די הינטישע קאָמעדיע‟, אין װעלכער ער האָט געבראַכט צום אױסדרוק זײַן האַס קעגן דער רוסישער רעגירונג. אַלע זײַנע שאַפֿונגען זײַנען אָנגעשריבן אין אַ זאַפֿטיקן ייִדיש.

געזעלשאַפֿטלעך איז דער בעל־דבֿר געװען אײנער פֿון די ערשטע ייִדישע סאָציאַליסטן, אַ פֿאָלקיסט אין בעסטן זין פֿון װאָרט. אַרום אים האָבן זיך גרופּירט אַ סך אידעיִשע נאָכגײער אין בערדיטשעװ. אין זײַן קאָרעספּאָנדענץ האָט ער געטאַדלט דעם סאָציאַליסט אַהרן ליבערמאַן (געוווינט אין לאָנדאָן) פֿאַר פּובליקאַציעס אין העברעיִש, װאָס איז דעמאָלט נישט געװען צוטריטלעך פֿאַר די ברײטע מאַסן. אַ דאַנק ליפֿשיצעס איניציאַטיװ איז געגרינדעט געװאָרן אַ פֿרױען־אָרגאַניזאַציע, װאָס האָט זיך געשטעלט אַ ציל מטפּל זײַן מיט די גאַסנקינדער, כּדי אױפֿצוהאַלטן זײער מענטשלעכן אָנבליק. דאָס איז אין יענע צײַטן געװען אַ זעלטענער אַקט פֿון הומאַניזם. טשיקאַװע, אַז זײַן אַרבעט אין פֿיזיק און כעמיע האָט ער אױך נישט אָפּגעלאָזט. אײן מאָל, מאַכנדיק כעמישע עקספּערימענטן, איז ער בלינד געװאָרן אױף עטלעכע חדשים.

אַװדאי װעט דעם לײענער זײַן אינטערעסאַנט צו װיסן װי האָט אױסגעזען דער פּערזענלעכער לעבנסגאַנג פֿון אַזאַ אָריגינעלן ייִד. זײַן משפּחה האָט געהאַלטן אַ קראָם פֿון גאָלדװאַרג און זײגערלעך, אָבער ער גופֿא האָט צו דעם קײן אַרבעטסלוסט נישט געהאַט. אונטער דער װירקונג פֿון יענצײַטיקע אידעעס האָט ער געטרױמט װעגן פּראָדוקטיװער ערדאַרבעט. זײַן װײַב אָבער, איז דערצו נישט מסכּים געװען. זי האָט פֿאַרקױפֿט די קראָם און געקױפֿט אַ מיל.

דאָ זײַנען די געשעפֿטן אָנגעגאַנגען מיט דער פּוטער אַראָפּ און זי האָט געמוזט דעם עסק ליקװידירן. דאַן האָבן זײ געעפֿנט אַ העמדער־װאַרשטאַט. בײַ זײ זײַנען די מײדלעך־אַרבעטערקעס פֿאַקטיש געװען די שותּפֿים, װײַל ער מיט זײַן פֿרױ און קינדער האָבן דאָרטן געאַרבעט װי גלײַכע מיט גלײַכע… זײַן שטאָט האָט זיך צו ליפֿשיצן באַצױגן מיט גרױס דרך־ארץ און ליבע. עטלעכע יאָר פֿאַר זײַן פֿריצײַטיקן טױט איז ער פּאַראַליזירט געװאָרן, אָבער אַפֿילו קראַנקערהײט געװען ליטעראַריש טעטיק. זײַן קבֿר געפֿינט זיך אױפֿן בערדיטשעװער בית־עולם, צװישן די קבֿרים פֿון די אָנגעזעענסטע משׂכּילים פֿון 19טן י”ה.

דער באַרימטער שרײַבער און זשורנאַליסט חײם בײדער ז”ל האָט אין 1998, בשײַכות מיט יהושע־מרדכי ליפֿשיצעס 120סטער יאָרצײַט געשריבן: „אַזױ װי איך בין זיכער, אַז בײַ דער געלעגנהײט װעט צו אים אױפֿן בית־עולם קײנער נישט קומען אַװעקצולײגן אַ בלימל, צי פּשוט אַ שטײנדל לױטן ייִדישן שטײגער, טו איך דאָס מיט דערמאָנונג־װערטער.‟

איך, אַן אַלטער ייִדישיסט, װיל אױך אױף אַזאַ אופֿן אָפּמערקן י. מ. ליפֿשיצעס אָנדענק. זאָלן מײַנע װערטער, געשריבענע מיט האַרץ־ציטער דינען װי אַ בלימל אױף זײַן קבֿר.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.